עוואלוציע אדער בריאת העולם

Wow דאס איז א מאסטערקלאס! קודאס @ההוא גברא!
איך גלייך זייער דיין אויסשפראך און געלונגענע ביישפילן (אויסער דיינע ידיעות און קלאר הסברה)

לייג אפטער ארויס דיינע דרעפטס..
 
איך פארשטיי נישט איבער וואס מיר טענה'ען זיך.

1. דו שטימסט צו מיט מיר אז ס'איז דעטערמענט דורך די קראמאזאן פון קאנסעפציע. (וואס א חילוק ווען די פיזישע מענער חלקים קומען ארויס? געוויסע מענערישע חלקים אדער הארמאנען קומען ארויס מער אלס צענערלינג, איז אפשר איז מען נישט אינגאנצן א מאן ביז די 15?)
אויב איז למעשה נישט מוכרח אז די זכר בונדל גייט 'בפועל' העטשן ווי מ'זאגט, דעמאלטס איז עס נאכנישט 'דעטערמענט'. עס איז היילי לייקלי אפשר, אבער נישט גאראנטירט. ד.ה. אז האבן די כראמאזאם אליין מאכט נאכנישט עמיצן פאר א אינגל, אין פאקט איז דא א געוויסע צאל מיידלעך אויף דער וועלט וואס דרייען זיך ארום מיט דעם כראמאזם.

3. דאס האט אבער גארנישט מיט די פשוטע הנחה מיט וואס מ'האט אנגעהויבן אז דאס אז א מאן האט ניפלס איז איבערבלייבענישן פון עוואלוציע וואס האט פשוט נישט אויסגעפעלט צו ווערן געטוישט (צום ווייניגסטענס איז דאס די בעסטע הסבר כהיום). אויב קריגט איר זיך מיט דעם, דאן זענט איר נישט גערעכט 😊
געווענליך ווען מען רעדט פון עוואלוציע איבערבלייבענישן איז עס ווען עס האנדלט זיך פון אזא אבר ווי די אפענדיקס, צי די מילצן, וואס עס איז דא טעאריעס וועלכע נוצן זיי האבן געדינט בעבר, אבער כהיום מיט די טויש אין צושטאנד דארף מען עס שוין נישט.

משא"כ ניפלס ווערט יעדע קינד באשאפן דערמיט, פשוט פאר די מעגליכקייט אז עס גייט עווענטועל זיין א מיידל. ווי געזאגט, אפילו מיט די כראמאזאם איז נאך אלס נישט גאראנטירט אז עס וועט זיין א אינגל. די שאלה וואס עס שטעלט זיך אפשר איז, פארוואס דער גוף / עוואלוציע האט נישט צוגעשטעלט א וועג צו פטור ווערן דערפון 'שפעטער', נאך דעם וואס עס ווייסט שוין זיכער ער איז א אינגל (די פשוט'ע ענטפער - אין קעיס דאס קינד וויל זיך טראנסעלירן....). אבער צו האבן אזא שאלה דארף מען קודם מאכן די קעיס אז עוואלוציע גיבט זיך בכלל אפ מיט פטור ווערן פון א אינדיווידועלן בעל חי'ס אברים ביי א סטעיזש ווען זיי ברענגען שוין נישט קיין נוצן. איז דא א פרעצעדענט פאר דעם? שוין געהערט אמאל א כינעזער'ס אויגן זאל ווערן גראד ווען ער מופט קיין אמעריקע? א פרוי ווערט פטור פון איר געבערמוטער און אנדערע איברי הולדה ווען זי היט מענאפאוז? עס קען זיין עס איז דא אזוינס, איך גלייב אבער אז די קשיא איז נישט שרעקליך שווער אין דעם פאל.
 
@דעת תורה ס'איז מיר שווער צו גיין אהין און צוריק.
ערגעץ ביסטו עפעס נישט קלאר, אדער בין איך נישט קלאר וואס דו שרייבסט אדער מיינסט צו שרייבן.

אז דו ווילסט זייער שטארק קום אריין אין אישי און איך וועל פרובירן דערגיין ווי דו ביסט off.
 
ס'איז דא דעם פרינציפעל פון די ווייניגסטע עקשאן וואס נעמט אריין ליכט, מעכאניקס, קוואנטום, און נאך. (הער דא פון וועריטאסיום דערוועגן), אבער איך בין נישט עכט זיכער וויפיל עס איז נוגע צו עוואלוציע.
דאס איז אבער זיכער אז די גוף גייט נישט ספענדן קיין אומנויטיגע ענערדזשי צו פראדוצירן חלקים וואס זענען אומוויכטיג אדער האבן נישט קיין עדווענטאדזש פאר סורווייוועל.
א מיוטעישן וואס האט אביסל איבריגע ווייכע הויט נעבן די אויג איז רענדאמלי באשאפן געווארן
אטא דאס איז וואס לאזט מיר נישט גיין ווייטער!
"עס איז נישט געוואקסן אזוי, ווייל עס וואלט נישט פארמאגט קיין עדווענטעזש", איז נישט קיין הסבר. ניטאמאל קיין געזעץ אין פיזיקס. אויב ס'איז רענדאם, קומט נישט אריין צו געבן הסברים, און אויב ס'איז דא א הסבר, איז עס נישט רענדאם.
עניוועי, איך האף אז איינער פארשטייט וואו איך בין סטאק, ווייל איך אליין ווייס נישט...
אלנפאלס, א ריזיגער שכוח ענק ביידע פאר'ן קומען צו די רעסקיו. איך ווארט אויף מער!
 
וואס איז שווער? רענדאם מיוטעשאנס געשעהן כסדר, און נאר די וואס טוען בענעפיטירן בלייבן און ווערן פארשפרייט
 
הערליך 👍👍👍
עס גייט מיר ממש נישט אריין אין קאפ וויאזוי עס זענען דא וואס האלטן אז דאס אלעס איז געשען פון זיך אליינס פערצופאל..
 
ריכטיג. אבער אומפערצופאל, פארשטייסטו יא וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען?
 
יא יא אבער הא גופא וויאזוי קען קען עס אליינס מאכן אזא קאמפלעצירטע דיזיין ?
לאמיר ממשיך זיין אין דעם שנירל.

איך בין נישט זיכער אויב דו פארשטייסט נאטורליכע סעלעקציע ריכטיג, די טעאריע זאגט אז עס געשעהן כסדר שינויים, און נאר די גינסטיגע שינויים בלייבן אבער די אומגינסטיגע גייען אוועק, און אין די ענדע וועט עס ברענגען צו עפעס וואס זעהט אויס דיזיינט.
 
לעצט רעדאגירט:
הערליך 👍👍👍
עס גייט מיר ממש נישט אריין אין קאפ וויאזוי עס זענען דא וואס האלטן אז דאס אלעס איז געשען פון זיך אליינס פערצופאל..
@אורח הכבוד דא איז אן גאנצע שנירל איבער די נושא.

איך וויל פשוט קלאר מאכן א פשוט'ע טעות וואס דו האסט. אפי' די וואס טענה'ן עוואלוציע זאגן נישט אז ס'איז געשען "פערצופאל". ס'איז א באקאנטע טעות וואס מענטשן מאכן.

לויט יעדעם איז עס געווארן 'דעזיינט'.

די שאלה איז נאר צו דורך אן "אינטעליגענטע דעזיינער" אויף איין מאל (אדער אין 6 טעג), אדער דורך א נאטורליכע "עוואלוציענערישע פרעשור" במשך מיליאנען יארן.

ואידך זיל גמור
 
אז מ'רעדט פון קאמפלעקציטעט איז אפשר וויכטיג צו באטאנען אז פעדער'ס ארטיקל איבער פרויען רעפראדאקטיוו סיסטעם איז נאר אויפ'ן שפיץ גאפל. און יעדער טייל אינעם סיסטעם איז הונדערעטער מאל מער קאמפליצירט ווי דאס.

אבער. דאס אז זאכן זענען אזוי קאמפליצירט איז נישט נאר נישט קיין ראי' אויף דעזיין, נאר ס'מאכט א גרויסע קשיא. פארוואס איז אלעס איז אזויפיל מער קאמפליצירט וואו ס'דארף זיין? כ'וועל פראבירן מסביר זיין.

ס'נישטא נאר ריפראדאקשן, אונז האבן פיס צו קענען גיין צו עסן, אונז דארפן עסן וויל אונז האבן אזויפיל צעלן צו אויפהאלטן, אונז דארפן האבן א הייוועי סיסטעם צו טראגן אלעס צו אלע חלקים פון די גוף. יעדער ארגאן איז דא צו סערווירן אלע אנדערע ארגאנען, אונזער קערפער איז אזוי גרויס אז מ'דארף א בלוט סיסטעם, נערוו סיסטעם, אימיון וכו'. מאנכע וועלן אפשר זאגן אז אלעס איז דא צו סערווירן די מוח, דארט ווי אונזער קאנטשעסנעס וואוינט (apparently).

די פראבלעם מיט דעם איז צווייג פאכיג: קודם כל, מ'קען ווייטער גיין און מסביר זיין אלע פונקציעס פונעם מוח (אריינגערעכנט קאנטשעסנעס) אלס פשוט'ע סורווייוול פונקציעס, ובממילא איז די מוח אויך נאר דא אלס סורווייוול פונקציע צו סערווירן אלעס אנדערש אינעם גוף. און צווייטנס, באשאף א פלעינע מוח וואס קען פאטאסינטעסייזן, אדער וואס איז קאנעקטעד צו א סאלאר פאנעל (#קאפירייט) פאר ענערגיע. ווער דארף א מאגן, פיס, קישקעס, הענט, הארמאנען וכו'

אפאלאגעטיקער האבן ליב צו צוגלייכן אונזער אנאטאמיע צו א מאשין. סאו, שטעל דיך פאר א קאמפליצירטע מאשין מיט מיליאנען באשטאטיילן און יעדער באשטאנטייל איז נאר דא צו אויפהאלטן אלע אנדערע באשטאנדטיילן. ס'גייט שוין אפשר אריין אין פילאזאפיע אבער ס'האט עפעס נישט קיין פורפעס. אז מ'פארטיפט זיך עד הסוף, איז עוואלוציע נישט נאר מער פארשטענדליך נאר אין א וועג מער מיענינגפול ווי אינטעליגענט דעזיין. פלוצלינג מאכט סענס פארוואס דיין קערפער איז וויאזוי ס'איז.

אויב א 'אינטעליגענטער דיזיינער' וואלט דאס געמאכט, וואלט עס זיכער געקענט זיין סאך פשוט'ע. פארוואס דארף די גאנצע סיסטעם זיין אזוי פארמישט און שווער? פארוואס אין די וועלט איז ריפראדאקשן אזוי קאמפליצירט?

די ענטפער איז פשוט: עוואלוציע בויט אויף וואס איז שוין דא. זי הייבט נישט אן פון פריש ווי א דיזיינער. אויב עפעס ארבעט, בלייבט עס, אפילו אויב עס איז נישט די בעסטע לייזונג. אונזער גאנצע גוף איז לאטעס אויף לאטעס. דעריבער, ווען מ'זעט ווי קאמפליצירט און ווינדערליך די ריפראדוקטיווע סיסטעם איז, איז דאס דווקא א שטארקע ראי' אויף א בלינדער פראצעס פון טרייעל און ערראר, און נישט אויף קיין קלוגן דיזיינער.

אן אינטעליגענטע דיזיינע מאכט נישט זאכן מער קאמפליצירט ווי זיי דארפן זיין. אחוץ אפשר אויב ער וויל מ'זאל מיינען אז דא איז פארגעקומען עוואלאציע, אין וועלכע קעיס, לייקענען עוואלאציע מיינט גיין קעגן רצון ה'...

די מעלה פון קריעשיניזם איז אז ס'גייט צוזאמען מיט א גאט וואס מ'קען נישט פארשטיין אדער פרעגן קשיות אויף, דעריבער איז אפשר נישט שייך צו פרעגן, און כ'קען גראדע דערהערן אזא מהלך, אבער אז מ'נעמט אן א ראציאנאלע גאט, איז די קשיא גאר שטארק.

----

אין די מערסט בעיסיק פארעם, איז די היסטאריע פון די ריפראדאקטיוו סיסטעם בערך אזוי:

אין אנהייב זענען געווען אזעלכע איינצעלנע צעלן וואס האבן זיך געמערט asexualy דורך מאכן קאפיס פון זיך אליינס אזויווי באקטעריע, ס'איז געווען פשוט און אפעקטיוו, אבער די חסרון איז אז יעדער קינד איז צו ענליך צו די עלטערן. אויב האט זיך עפעס געביטן אין די סביבה, ווי א נייע מחלה אדער א קלימאט ענדערונג, האבן אלע געהאט די זעלבע שוואכקייטן און האבן געקענט אינגאנצן אויסגיין.

סעקסואלער רעפראדאקציע איז געווען א גרויסער שריט ווייטער. צעלן האבן אנגעהויבן אויסטוישן גענעטישע אינפארמאציע, און די קינדער זענען געווען אביסל אנדערש פון די עלטערן און פון איינעם דעם אנדערן. ס'האט געמאכט ס'זאל זיין מער וועריעישן, די מעלה איז געווען אז ווען עפעס אין די וועלט האט זיך געביטן, איז אלעמאל געווען איינעמ'ס קינד וואס האט זיך געקענט בעסער צופאסן און בלייבן לעבן. אזוי האט נאטורליכע סעלעקציע אויסגעארבעט צו מאכן מער און מער קאמפליצירטע און צוגעפאסטע לעבן-פארמען.

קודם איז עס סתם געווען א געמישעכטס פון די ען עי, מיט די צייט איז עס געווארן אויסגעפארמעט צו אייער פון א נקיבה און זרע פון א זכר (אלעס, נאכפאלגנדיג די פשוט'ע פרינציפן פון מיוטאציעס און נאטירליכע סעלעקציע).

ביז יעצט איז ריפראדאקשן געווען אינדרויסן. דהיינו פיש אין וואסער האבן פשוט ארויסגעלאזט זייערע אייער אין וואסער און די זכרים האבן ארויסגעלייגט זומען אויפן דעם, וואס איז אגב נאכאלץ וויאזוי רוב פיש רעפראדוצירן.

שפעטער איז געווארן אינטערנעל פערטיליזאציע וואס האט אירע אייגענע עדווענטעדזשעס.

ביי מאמאלס, האט עוואלוציע געברענגט נאך א שריט: לעבעדיגע געבורט. אנשטאט לייגן אייער, בלייבט די עמבריא אינעם מאמע'ס גוף ביז עס איז גרייט צו ווערן געבוירן.

פארשטייט זיך אלס דא איז סימפליפייד, און ס'דא וויכטיגע זאכן וואס כ'האב נישט מסביר געווען, שוין גענוג פאר יעצט.
 
לעצט רעדאגירט:
אז מ'רעדט פון קאמפלעקציטעט איז אפשר וויכטיג צו באטאנען אז פעדער'ס ארטיקל איבער פרויען רעפראדאקטיוו סיסטעם איז נאר אויפ'ן שפיץ גאפל. און יעדער טייל אינעם סיסטעם איז הונדערעטער מאל מער קאמפליצירט ווי דאס.

אבער. דאס אז זאכן זענען אזוי קאמפליצירט איז נישט נאר נישט קיין ראי' אויף דעזיין, נאר ס'מאכט א גרויסע קשיא. פארוואס איז אלעס איז אזויפיל מער קאמפליצירט וואו ס'דארף זיין? כ'וועל פראבירן מסביר זיין.

ס'נישטא נאר ריפראדאקשן, אונז האבן פיס צו קענען גיין צו עסן, אונז דארפן עסן וויל אונז האבן אזויפיל צעלן צו אויפהאלטן, אונז דארפן האבן א הייוועי סיסטעם צו טראגן אלעס צו אלע חלקים פון די גוף. יעדער ארגאן איז דא צו סערווירן אלע אנדערע ארגאנען, אונזער קערפער איז אזוי גרויס אז מ'דארף א בלוט סיסטעם, נערוו סיסטעם, אימיון וכו'. מאנכע וועלן אפשר זאגן אז אלעס איז דא צו סערווירן די מוח, דארט ווי אונזער קאנטשעסנעס וואוינט (apparently).

די פראבלעם מיט דעם איז צווייג פאכיג: קודם כל, מ'קען ווייטער גיין און מסביר זיין אלע פונקציעס פונעם מוח (אריינגערעכנט קאנטשעסנעס) אלס פשוט'ע סורווייוול פונקציעס, ובממילא איז די מוח אויך נאר דא אלס סורווייוול פונקציע צו סערווירן אלעס אנדערש אינעם גוף. און צווייטנס, באשאף א פלעינע מוח וואס קען פאטאסינטעסייזן, אדער וואס איז קאנעקטעד צו א סאלאר פאנעל (#קאפירייט) פאר ענערגיע. ווער דארף א מאגן, פיס, קישקעס, הענט, הארמאנען וכו'

אפאלאגעטיקער האבן ליב צו צוגלייכן אונזער אנאטאמיע צו א מאשין. סאו, שטעל דיך פאר א קאמפליצירטע מאשין מיט מיליאנען באשטאטיילן און יעדער באשטאנטייל איז נאר דא צו אויפהאלטן אלע אנדערע באשטאנדטיילן. ס'גייט שוין אפשר אריין אין פילאזאפיע אבער ס'האט עפעס נישט קיין פורפעס. אז מ'פארטיפט זיך עד הסוף, איז עוואלוציע נישט נאר מער פארשטענדליך נאר אין א וועג מער מיענינגפול ווי אינטעליגענט דעזיין. פלוצלינג מאכט סענס פארוואס דיין קערפער איז וויאזוי ס'איז.

אויב א 'אינטעליגענטער דיזיינער' וואלט דאס געמאכט, וואלט עס זיכער געקענט זיין סאך פשוט'ע. פארוואס דארף די גאנצע סיסטעם זיין אזוי פארמישט און שווער? פארוואס אין די וועלט איז ריפראדאקשן אזוי קאמפליצירט?

די ענטפער איז פשוט: עוואלוציע בויט אויף וואס איז שוין דא. זי הייבט נישט אן פון פריש ווי א דיזיינער. אויב עפעס ארבעט, בלייבט עס, אפילו אויב עס איז נישט די בעסטע לייזונג. אונזער גאנצע גוף איז לאטעס אויף לאטעס. דעריבער, ווען מ'זעט ווי קאמפליצירט און ווינדערליך די ריפראדוקטיווע סיסטעם איז, איז דאס דווקא א שטארקע ראי' אויף א בלינדער פראצעס פון טרייעל און ערראר, און נישט אויף קיין קלוגן דיזיינער.

אן אינטעליגענטע דיזיינע מאכט נישט זאכן מער קאמפליצירט ווי זיי דארפן זיין. אחוץ אפשר אויב ער וויל מ'זאל מיינען אז דא איז פארגעקומען עוואלאציע, אין וועלכע קעיס, לייקענען עוואלאציע מיינט גיין קעגן רצון ה'...

די מעלה פון קריעשיניזם איז אז ס'גייט צוזאמען מיט א גאט וואס מ'קען נישט פארשטיין אדער פרעגן קשיות אויף, דעריבער איז אפשר נישט שייך צו פרעגן, און כ'קען גראדע דערהערן אזא מהלך, אבער אז מ'נעמט אן א ראציאנאלע גאט, איז די קשיא גאר שטארק.
The hallmark of design is Simplicity, not Complexity
 
און צווייטנס, באשאף א פלעינע מוח וואס קען פאטאסינטעסייזן, אדער וואס איז קאנעקטעד צו א סאלאר פאנעל (#קאפירייט) פאר ענערגיע. ווער דארף א מאגן, פיס, קישקעס, הענט, הארמאנען וכו'
האמיר שוין א ראי׳ אויף תורה מן השמים אויך…
 
לאמיר ממשיך זיין אין דעם שנירל.

איך בין נישט זיכער אויב דו פארשטייסט נאטורליכע סעלעקציע ריכטיג, די טעאריע זאגט אז עס געשעהן כסדר שינויים, און נאר די גינסטיגע שינויים בלייבן אבער די אומגינסטיגע גייען אוועק, און אין די ענדע וועט עס ברענגען צו עפעס וואס זעהט אויס דיזיינט.
איך פארשטיי די חלק פון survival of the fittest

אבער ווער דיזיינט טאקע די אלע נייע דיטעילס לכתחילה? למשל לענגערע פיס אדער לענגערע הענט? ווער זאגט אים אז פאר זיין פלאץ זאל ער שנעל ארויסוואקסן גרעסערע אברים?

ווער קומט אויף מיט גיפט פאר שלענג וכו׳
ווער קומט אויף מיט די אלע טויזנטער חידושים פאר יעדע חיה און פיש וויאזוי צו כאפן זייערע קרבנות?
ווער האט פונקט געגעבן פאר געוויסע חיות ספייקס?
 
יעדער איינע זאך וואס דו האט אויסגערעכנט ליגט אין די dna מיט בלויז 4 סארטן כמו אותיות, און מיט גענוג טרייעל ענד עראר קענען די אלע זאכן פאסירן

להבהרה, איך קום נישט דא זאגן אז עס איז זיכער נישטא קיין אינטעלידזשענט דיזיינער, נאר מער צו מסביר זיין אז די וואס האלטן אז נישט זענען נישט משוגע און ווייסן וואס זיי זאגן
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין נישט קיין גרויסע סייענטיסט און אויך נישט קיין קליינע. אעפ״כ.. ווי איך באטראכט די וועלט, זעט מיר אויס אלעס מער/ווייניגער פארטיג. יא, כ׳ווייס אז ס׳דא געוויסע (ממש געציילטע) איברים וואס אונז ווייסט נישט די ציל דערפון, אבער באופן כללי זעי איך נישט געוויסע בעלי חיים און געוויקסען זאלן זיך האלטן אינמיטן דעוועלאפן צו עפעס א נייע עדווענסד מין.

למשל, ווי איז די כמעט עלעפאנט וואס האלט אינמיטן דעוועלאפן דעם סאפיסטיקירטן נאָז?
ווי איז די מאלפע כמו מענטש וואס גייט אט אט ווערן א געוויסע סארט קאמפעטישן מיט אונז?

לויט זייער חשבון פון עוועלוציע וואלט די וועלט געדארפט אויסזעין זייער נישט מסודר מיט פיהל פעלערהאפטיגע בעלי חיים וואס האלטן אינמיטן ווערן אפגעווישט פון די מאפע.
 
דו ביסט דיך סותר מיניה וביה, איז נישט א מאלפע א פעלערהאפטיגע מענטש?

די אמת איז אז די ווארט פעלערהאפטיג איז לגמרי נישט אין פלאץ, ווייל צו זאגן אז עפעס איז פעלערהאפטיג דארפסטו האבן א פערטיגע מאדעל דערפון צו וואס עס צו קאמפערן. מ'קען זאגן אז מענשטן זענען פעלערהאפטיגע פייגלעך ווייל זיי קענען נישט פליען, און פייגלעך זענען פעלערהאפטיגע פיש ווייל זיי קענען נישט שווימען.
 
מיט פיהל פעלערהאפטיגע בעלי חיים וואס האלטן אינמיטן ווערן אפגעווישט פון די מאפע
אקוראט דאס איז וואס זיי זאגן (און זעהן קלאר) אז פילע מינים האלטן אינמיטן ווערן עקסטינט ווייל זיי זענען נישט אדאפטירט צו א מער ווארעמע קלימאט.

מ'זעהט עס בחוש...
 
Back
Top