כ'האב אנגעהויבן שרייבן א דרעפט אין רעספאנס צו מורינו הרב דאקטאר ראבינער א צייט צוריק, די שמועס איז שוין ווייטער געפארן זינט דאן, בעסער שפעט ווי איידער קיינמאל, אפשר וועט עס איינעם אינטרעסירן. כ'וועל פראבירן ענטפערן פאר מרחשון אויך.
נאכמער, דורךאויס דעם גאנצער עוואלוציאנערשער פראצעסס זענען פארגעקומען כעמישע רעאקציעס. ווער האט געלליגט די קעמיקאלן? ווער האט געמאכט אז זיי זאלן רעאגירן< ווער האט געמאכט אז צעלן זאלן רעאגירן צו ראדיאציע אבער בליי נישט? יעדע תחום פון וויסנשאפט האט געזעצן. ווער האט געמאכט אז די געזעצן זאלן זיך אויפפירן אויף א ספעצפישער וועג? צב''ש די ערשטע געזעץ פון טערמאודיינעמיקס איז אז ענערגיע קען נישט ווערן באשאפן אדער צושטערט? פארוואס טאקע? דער געזעץ פון קאנסערוועישן אוו ענערגיע. פארוואס איז דא דער לאו. ווער האט דאס אוועקגעשטעלט? עס איז א פונדעמענטעל לאו. וזהו!
עוואלאציע קומט בכלל נישט פארענטפערן אדער מסביר זיין אלעס וואס עקזיסטירט וכו'. ובשייכת צו גאט מאכט עס בסך הכל אז די קענסט מער נישט נוצן קאפלעקציטעט פון באשעפענישן צו פראוון גאט, ווייל מ'זעהט אז אפאר סימפל רולס קענען אליין באשאפן גאר קאמפליצירטע באשעפענישן אן קיין דיזיינער.
אלעס וואס די זאגסט וועגן ראדיאציע, ענערגיע און קעמיקאלן איז אלעס א פועל יוצא פון אפאר זייער עלעגאנטע און פלאכע געזעצן.
קענסט נאכאלץ נוצן די קאמפליקציטעט פון צעלן אויב די ווילסט עז פרוף צו גאט ווייל די סייענס פון אביאגענעסיס האלט נאך אין ערגעץ נישט, אבער די פראבלעם פון god of the gaps, איז אז די געפס ווערן כסדר קלענער (אויסער די פילאזאפישע פראבלעם אז די ווארט 'גאט' איז גארנישט מסביר).
יעצט פרעגסטו ווער האט באשאפן די סימפל רולס? פון ווי קומען זיי? לאמיר זאגן סייענס ווייסט נישט (זיי ווייסן טאקע נישט). פארדעם איז אפגעפרעגט די טעאריע אז אלע באשעפענישן שטאמען פון א קאממאן ענסעסטער? ס'איז דאך דא אזויפיל עווידענס פון פאסילס און די ען עי וכדו' וואס שטיצט יא אינטער די טעאריע.
די ארגומענט אז גאט האט באשאפן א גרייטע 'אלטע' וועלט ארבעט אפשר צו זאגן אז אדם איז באשאפן געווארן אן עדאלט און אז בערג זענען באשאפן געווארן אין איין טאג, אבער צו זאגן אז אלע fossils פון טרעזישאנעל עקסטינקט באשעפענישן באגראבן פונקט אין די ריכטיגע פלעצער מיט די ריכטיגע קארבן דיקעי ציפערן, די וועג וויאזוי ס'שטימט מיט אנדערע סייענס פון למשל געאלאגיע. איינמאל גאט "נארט אונז אויס" מיט פאסילס, קען מען אפשר זאגן אז בראשית איז אויך געמאכט אונז צו פארנארן?
כ'מיין אבער רוב קשיות איז זייער פשוט צו פארענטפערן אדער איז עס קשיות וואס פרעגט נישט עכט אפ עוואלוציע. למשל די פרעגסט פארוואס יעדער באשעפעניש טוט זיין פונקטליכע ראלע אינעם עקא סיסטעם, פארוואס למשל באשעפענישן האבן נישט עוואלווד אומאפטיטליכע פלייש. די שאלה איז, וויאזוי וואלט אזא trait געדארפט עוואלוון? אויב א מיוטעישן מאכט א בהמה זאל האבן אומאפטיטליך פלייש גייט די לייב נאר געוואר ווערן דערפון נאכדעם וואס ער הרג'ט איהם, רייט? קומט אויס די בהמה האט נישט קיין שום סערווייוול עדווענטעדזש.( ובכלל, א קשיא פארוואס עפעס איז נישט געשעהן איז נאר שווער אויב די טעאריע וואלט פרעדיקדעט אז ס'מוז געשעהן).
ס'דא טאקע אלע סארטן traits, וואס באשעפענישן האבן אדאפטירט צו אפשלאגן פרעדעטערס נאך פאר זיי אטאקירן, למשל גערוך, קעמעפלאדזש, שטעכערס, סם, הערנער וכו' אלע די זאכן קענען טאקע שטייטלעך זיך אנטוויקלען דורך מיוטעישנס און נאטירליכע סעלעקציע, די אלע זאכן האבן טאקע כסדר געמאכט אז עקא סיסטעמס זאלן זיך טוישן. אבער נארמאלערהייט געשעהן די טוישונגען גענוג שטייט אז יעדער עדעפט צוזאמען, ווען טשיטאס און לייבן ווערן שנעלער ווערן הערשן און זעברעס אויך שנעלער וכו' ס'שוין געווען אסאך גרויסע עקסטינקשן איווענטס אויך, בדרך כלל געשעהט צוליב גאר א דראסטישע טויש אין קלימאט/אינווירטמענט חיות קענען נישט עדעפטן גענוג שנעל. דעמאלס קאלעפסן טאקע גאנצעטע עקא סיסטעמס.
פארוואס לייבן ווארפן נישט שטיינער? אפשר ווייל זיי דארפן נישט, אבער לאמיר זאגן ווארפן שטיינער גיבט זיי א סערווייוול עדווענטעדזש, איז די שאלה וואס פעלט זיך אויס אז די לייב זאל דאס עוואלוון, די מוח יכולת צו פארשטיין אזא זאך? די ריכטיגע סטרוקטור אין זיין הענט? ס'פארלאנגט לכאורה זייער אסאך מיוטעישנס. יעצט, אויב די לייב הייבט אן באקומען גרעסערע הענט, פינגערס, אבער ס'איז נאכנישט נוצבאר צו ווארפן שטיינער אדער פאר עפעס אנדערש, גייט די trait לכאורה פארוואסערט ווערן אין די פאפולאציע (ווייניגסטענס, איז נישט דא קיין סיבה ס'זאל ווייטער גיין פונקט אין די דיירעקשן), די זעלבע מיט מער קלוגשאפט, ס'דארף גלייך זיין נוצבאר און העלפן צו compete, קעגן אנדערע לייבן אז די trait זאל טאקע דאמינירן.
דער מענטשליכע אינטעליגענץ און סופרעמיסי קעגן אלע חיות האט נאר צוטוהן מיט זיין מוח, און ס'איז טאקע פון די גרויסע מיסטעריעס אין עוועלאושן, וויאזוי אין אזא "קורצע" צייט פון צוויי מיליאן יאר, איז די מוח געוואקסן צו דאפעלט איר סייז (זיי קענען מעסטן לויט די skulls פון די fossils וואס מ'טרעפט בערך ווען די מוח איז זיך צעוואקסן)., אבער דאס אז די טעאריע איז נאכנישט בשלימת פרעגט עפעס אפ?
ווייל סייענס ווייסט אפילו נישט וואס איז דער כח וואס מאכט יעצט א מענטש לעבן, ( ד''ה סייענס אבזערווירט וואס עס שפילט זיך אפ אין א לעבעדיגע מענטש אבער דעם עסענס פון לעבן קענען זיי נישט דעפינירן) ממילא וועלן זיי קיינמאל נישט וויסן וויאזוי עס האט זיך אנגעפאנגען אבער עס איז פיין ווייל סייענס זאגט אז עס איז א מיטעריע!
די שוועריגקייט צו דעפינירן לעבן איז מסתמא מער א פילאזאפישע פראבלעם ווי א סייענטיפישע. מ'קען מסביר זיין לעבן דורך מסביר זיין די קעמיקל רעאקציעס און ענערגיע טראנספארמאציעס וכו', וועלכע נאך סארט הסבר טוסטו עקספעקטן? דער "עסענס" פון לעבן? האסט אן עקזעמפל פון עפעס וואס מ'פארשטייט יא די "עסענס"?...
------------
ר' אביגדור מיללער'ס ספר האב איך נישט געליינט, אבער כ'האב יא אויסגעהערט אפאר פון זיינע שיעורים (מ'קען עס קויפן
דא). רוב פון זיין ארגומענטס הייבט נישט אן צו זיין אן ארגומענט פאר דער וואס ווייסט וואס עוועלוציע איז, ער ציטירט בייאלאגיסטן ארויס פון קאנטעקסט etc. פון זיין מער וואלידע ארגומענטס איז אז ס'איז נישטא גענוג עווידענס פון טרעזישאנעל פארמען וכו' , ער האלט אז ווען עוואלאושן איז אמת וואלט מען געדארפט טרעפן מער עווידענס און מער missing links צווישן מינים חיות, צווישן מענטשן און מאלפעס וכו'
כ'קלער, אז ווען ער לעבט היינט און הערט אז מ'האט שוין הונדערטער אויב נישט טויזענטער פאסילס פון 'טרענזישאנעל מענטשן', פילצאליגע טרענזישנל ספיעשיעס צווישן יומענס און אונזער קאמאן זיידע מיט טשימפס, ווי אויך פאסילס פון באשעפענישן וואס זענען צווישן פיש און amphibea , א טרענזישן צווישן רעפטייל און פייגל וכו' - וואלט ער מעגליך געטוישט זיין מיינונג...
--------------
פארוואס איז דא אויפ'ן אויג אן אויגן דעקל, און נישט סיי וואו אויפן גוף?
קליינע מיוטעישנס מאכן כסדר פיצי טוישונגען אין מענטשליכע הויט, און ווייל רוב מיוטעישנס זענען נוטראל, ווערן זיי פשוט פארלוירן אין די פאפולאציע נאך פאר ס'קען עפעס ווערן דערפון. ווען א מיוטעישן גיבט א סורווייוול אדער ריפראדאקטיוו עדווענטעדזש, אפילו אויב די עדווענטעדזש איז ממש קליין וועט עס ציביסלעך פארשפרייט ווערן אין די פאפולאציע און ווערן שטערקער/גרעסער כפי הצורך. כ'ווייס נישט פונקטליך וויאזוי אויג דעקל האט עוואלווד אבער בערך אזוי (מיט די הילף פון א שנעלע גוגל סערטש).
ווען amphibians האבן אנגעהויבן ארויסקריכן פון וואסער האבן זיי זיך געטראפן מיט א פראבלעם, נעמליך, אויגן טריקנט זיך אויס, ס'מאכט זייער שווער צו טרעפן עסן און אויסמיידן פארציקער אויפ'ן יבשה און אסאך שטארבן אויס אן צו איבערלאזן זש"ק. א מיוטעישן וואס האט אביסל איבריגע ווייכע הויט נעבן די אויג איז רענדאמלי באשאפן געווארן (אדער איז שוין געווען עפעס אזא סארט הויט נאר זעהט ס'האט געהאט אן אנדערע נוצן פארדעם), ס'האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן אין די משפחה, אלע וואס האבן געהאט די feature האבן געהאט א גרעסערע שאנס צו לעבן לענגער. נישט נאר דאס, נאר וואס גרעסער די הויט איז געווען אלס בעסער איז געווען זייערע עדווענטעדזש, אלס לענגער האבן זיי געקענט בלייבן אויף יבשה און טרעפן מער עסן . אזוי גייען דורך אסאך יארן, ס'נאכאלץ דא גרויסע פראצענטן וואס שטארבן אויס פאר זיי קענען האבן קינדער, יעדער מיוטעישן וואס מאכט די אויג דעקל מער עפישענט אזוי ווי מוסקלען וכו' מאכט אז די חיה זאל טרעפן שפייז גרינגער, אויסמיידן פרעדיטערס גרינגער, ובממילא שפרייט זיך עס אויס ץ וכו' אבער יעדער קליינע מיוטעישן דארף גלייך זיין נוצבאר. מ'רעדט מסתמא פון צענדליגע מיליאנען יארן און ביי באשעפענישן וואס די דורות און די ריפראדאקטיוו ציקל לויפט שנעלער ווי אונזער. (ס'איז וויכטיג צו אנערקענען אונז האבן נישט קיין שום איטוטאטיוו פארשטאנד איבער אזעלכע גרויסע טיים סקעילס און וויפיל דורות מ'רעדט, ס'נאר ווען מ'מאכט הארטע חשבונות אויף פאפיר וואס אזעלכע זאכן מאכט בכלל סענס, ס'דא א גוטע סיבה פארוואס ס'האט גענומען אזוי לאנג פאר דאס מענטשהייט צו אנדערן עוואלאציע)
אנדערע פאפולאציעס האבן געטראפן אנדערע עדעפטעישנס וויאזוי צו פונקציאנירן, געוויסע זענען מעגליך צוריק אין וואסער, אדער פראדעצירט א דורכזיכטיגע הייטל. פרעש האבן למשל אזא וואס מ'וואלט גערופן א "טרעזישאנעל" האלבע דעקל. קען זיין אין צען מיליאן יאר ארום וועט זיין א פראש מיט מער א 'מענטשליכע' אויגן דעקל, ס'ווענדט זיך אויב זיי וועלן האבן סעלעקציע פרעשור אין יענער ריכטונג (עוועלאציע אין די פיוטשער וועט זיין מסתמא ווענדן ווער ס'קען די שנעלסטע עדעפטן צו די חרבנות וואס די מין האנושי טוט מיט'ן פלאנעט.... אויב א באשעפעניש וועט זיך אויסלערנען צו מעטעבאלייזן פלאסטיק אדער אטעמען קארבן דייאקסייד וועט יענער האבן א בעסערע שאנס...)
עוואלאושן האט נישט קיין ענד ציל, ווי ס'דארף אנקומען, די אויג אזויווי אונז קענען עס איז נישט קיין פיינעל ציל, אלעס אינצווישן האט געהאלפן פאר יעדער דור צו איבערלעבן און ווייטער שיקן זיין די ען עי.
ווען די אויג וואלט דיזיינט געווארן פאר מענטשן דירעקט, וואלט עס נישט געדארפט זיין א הונדערטסטל אזוי קאמפלעקס. רוב features עקזעסטירט צו איבערדעקן אנדערע פעלערהאפטיגע features וואס זענען מער נישט נוצבאר. פיש האבן עוואלווד אויגן וואס ארבעטן אין וואסער, ווען מ'וויל נוצן די זעלבע אויג צו קוקן אויף יבשה, דארף מען פלוצלינג צולייגן נייע קאמפלעקציטעטן אזוי ווי דעקלעך און אויגן ברעמען.
פארוואס זענען נישט צופעליג ערשינען פאטא רעסעפטארס אויף פארשידענע אנדערע ערטער, בלויז אינעם אויג?
סטעפ איינס פון א פאטא רעסעפטאר זעהט נישט אויס ווי א פאטא רעסעפטאר בכלל, און ווען יענץ ווערט באשאפן זעהט זיך גארנישט אן, ס'גייט נישט ווייטער און די דיירעקשן פון ווערן א פאטא רסעפטאר פשוט ווייל ס'שרעקליך נישט פראבעבל און וועט וויירשיינליך פראדעצירן א מיסעדווענטעדזש. משא"כ ווען ס'דא א סורווייוול עדוענטעזדש אפילו א פיצעלע, וועט עס צוביסלעך זיך פארשפרייטן אין די פאפולאציע און ווערן גרעסער/שטערקער אזוי לאנג וואו ס'איז פעיווארעבל צו זיין אזוי.
סעלעקשאן פרעשור מאכט אויך א ריזיגע חילוק, טשעינדזשעס געשעהן זייער שנעל ווען ענווייראמענטס טוישן זיך און נאר אזעלכע וואס האבן די שטערקסטע כאראקטעריסטיקס געוואונען.
וויאזוי האט זיך זייער שפייז פארדייעט, אויב די פארדייאונגס סיסטעם האט זיך נאך געהאלטן אינמיטן פארעמען? ווער האט זיי באשיצט, אויב דער אימיון סיסטעם איז נאכנישט געווען?
ווען צעלן זענען געווען גאר קליין האבן זיי נישט געדארפט קיין מאגן, זיי האבן פשוט איינגעזאפט וואס זיי האבן געדארפט דירעקט, די אמת איז, כ'ווייס עכט נישט וועגן די מאגן ווען ס'איז אריינגעקומען און וויאזוי, מ'קען לערנען און לערנען איבער די דעטאלן און ס'נאך דא אסאך אומפארענפעטע זאכן, אבער די בעיסיק פרינציפ איז אז אין יעדער סטעידש האט עס געהאט א תפקיד, ס'איז לכאורה קיינמאל נישט געווען א האלבע מאגן וואס האט פשוט געווארט צו ווערן גאנץ. ס'דא אמאל וואס די תפקיד פון אן ארגאן טוישט זיך, אזויווי די לונגען וואס איז קודם געווען אזא לופט בעלאן וואס פיש נוצן צו ארויף שווימען און זייערע אמפיביען אייניקלעך האבן עס שפעטער אנגעהויבן נוצן צו אריינעמען אין זיך אקסיגען.
די הענט וואס איז גענוצט געווארן צו קריכן אויפ'ן ערד אדער הענגן פון צווייגן איז שפעטער גענוצט געווארן צו האלטן געווער אדער שפילן אויפ'ן פאון

(מ'כאפט עכט נישט ווי פאני ס'איז, ביז מ'זעהט א ווידעא ווי א טשימפ סקראלד אויף א פאון....)
אסאך אזעלכע זאכן דא, די מוח וואס איז אריגינעל געווען א געצייג צו העלפן זוכן עסן, אויסמיידן פארציקער טרעפן א מעיט, איז שפעטער גענוצט געווארן צו אינווענטן אזעלכע אפגעריסענע מושגים ווי קרעדיט סקאורס, דזשאבס און רענט.... די אויער קודם צו הערן דערנאך עדעפדעד צו לייגן די ברילן... (כ'בין זיכער איין טאג וועט זיין אן אפאלאג'עטיקער וואס וועט נוצן די דעזיין פון די אויער ווי פערפעקט ס'איז באשאפן געווארן פאר די פארעם פון גלעזער....)
פאר ווער ס'איז אינטרעסירט אין עוועלאציע, און בכלל בעלי חיים, נעטרול היסטאריע, עקסטינקט באשעפענישן וכו' איז דאס א גוטע טשענעל:
PBS Eons