עוואלוציע אדער בריאת העולם

און אפשר האט גאט אלעס באשאפן 10 מינוט צוריק און אריינגעלייגט אין יעדעמס מוח פאלשע זכרונות פון אלעס וואס ער "ווייסט" ביז היינט?

ס'איז אלעס שיינע פיליזאפיע, אבער ווען מען רעדט ווי אלט די וועלט איז קוקט מען אויף די עווידענס וואס איז דא לפנינו, אן אריינעמען אין חשבון אז גאט האט ספעשל אריינגעלייגט פאסילס אין די ערד צו פארנערן די אטעאיסטן.

אגב, פון דיינע קשיות איז ניכר אז האסט קיין סאך איבער עוועלוציע "נישט" געליינט. אויזער אפשר פון קריסטליכע אפאלעגעטער וואס פארציילן דיר וואס די נארישע עוועלוציע ביאלאגיסטן זאגן.
גראדע לעצטע דאנערשטיג....
Last Thursdayism - wikipedia
 
זיי ברידן זיי אבער נישט
אינטערעסאנט אז דער זעלבע פענאמענען וואס דארווין האט גענוצט צו אנצייגן אויף ארטיפיציעלע עוואלוציע און אזוי ארום אויפווייזן אז עוואלוציע איז אן אבזערווירטע ערשיינונג, ווערט גענוצט גאר אויף פארקערט...
 
זיי ברידן זיי אבער נישט
דא האסטו טאקע אפאר זאכען וואס נאר דער מענטש טוט: (מן הסתם ווייל די מענטשהייט האט די גרעסטע מח און קען קאמיוניקירן איינער מיטן צווייטן.)

מעניפאלירן געוואוקסן. (Agricultural)
מעניפאלירן לייווסטאק. (Pastural)
נוצן גאט ווען זיי פארשטייען נישט עפעס (religion)

ס'דא נאך, און דאס איבערצייגט נישט גארנישט.
 
אפגעפרעגט גאנץ עוועלוציע!

כ'מיין, וואס ווילסטו ארויסברענגען מיט דעם?
איך וויל ארויסברענגען אז אויב דער מענטש איז א נברא און גאר דער בחיר היצירה פארשטייט מען דאס. אויב דער מענטש איז בסך הכל אן איוואלווד עיפ, פארוואס זענען דא געוויסע אייגנשאפטן, וואס באשעפענישן מיט גרעסע מוחות, און דארפן דאס וויכטיגער פאר סורווייוועל ווי מענטשן, עכ”ז איז קיינמאל נישט איינגעפאלן פאר אן אימפאלא צו ווארפן א שטיין אויפ א לייב אדער פאר א לייב צו ברידן אימפאלאס.
 
איך זעה נישט פארוואס מ׳קען נישט גלייבן אין אן איידיע פון גאט צוזאמען מיט עוועלוציע

לגבי תורה מהר סיני דאס איז יא א שטיקל פראבלעם אבער די שורש הדבר פארוואס יומענס האבן אויפגעקומען פון אן איידיע פון גאט איז נאכאלץ רעלעווענט היינט (Purpose and Meaning), ס׳איז אקעי צו עדמיטן אז אלטע פינאמענאנס וואס מ׳האט נישט פארשטאנען און מ׳האט געמאכט פון דעם געטליך און נישט נאטירליך איז היינט מער פארשטאנען דורך סייענס
 
דא האסטו טאקע אפאר זאכען וואס נאר דער מענטש טוט: (מן הסתם ווייל די מענטשהייט האט די גרעסטע מח און קען קאמיוניקירן איינער מיטן צווייטן.)
דער ספערם וואלפיש האט דער גרעסטער מח און דער מורישקע האט דער גרעסטער מח צו גוף ראציע. דער leech, פיאווקע, האט 32 מוחות.
 
@דאקטאר-ראבינער דו ביזט זייער נישט קלאר אין דיינע תגובות וואס דו ווילסט, דו מיינונג פון עוואלוציע און וואס עס פרובירט צו זאגן און וואס דו ווילסט אפפפרעגן קוקט אויס ווי עס טוישט זיך פון איין תגובה צו די נעקסטע
 
לויט ווי איך פארשטיי האלט @דאקטאר-ראבינער פון עוואלוציע אלס סייענטיפישע אמת נאר ער איז מסופק אויב עס איז אזוי געשען בהתנהגות הבורא (און ער וועט פארענטפערן פרשת בראשית אויב ער וויל)
אדער דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט עס זאל אויקוקען ווי מענטשן שטאמען פון אלג'י
 
איך וויל ארויסברענגען אז אויב דער מענטש איז א נברא און גאר דער בחיר היצירה פארשטייט מען דאס. אויב דער מענטש איז בסך הכל אן איוואלווד עיפ, פארוואס זענען דא געוויסע אייגנשאפטן, וואס באשעפענישן מיט גרעסע מוחות, און דארפן דאס וויכטיגער פאר סורווייוועל ווי מענטשן, עכ”ז איז קיינמאל נישט איינגעפאלן פאר אן אימפאלא צו ווארפן א שטיין אויפ א לייב אדער פאר א לייב צו ברידן אימפאלאס.
דו רעדסט נארישקייטן. קודם כל קענען חיות יא ווארפן שטיינער און אנדערע חפצים אויף אנדערע חיות. און אימברידן האט שייכות מיט קליגשאפט צו די לעוועל וואס נאר מענטשן האבן עוואלווד
 
ווער האט געהייסן דעם ערשטער סעל זיך רעפראדאוסן? ווער האט דאס אויסגעלערנט קאנווערטן ענערגיע צו עסן אז דאס זאל נישט שטארבן? ווען דערערשער סעל רעפראדוקציע איז געשען, וויאזוי האט די offspring דאס אלס געוואוסט? DNA? לויט עוואלוציע איז DNA אליינס אן עוואלוציע, נישט קיין בריאה. סאו דער דזשענעסיס וואלט געדארפט צו געשען מיליאנען מאל ביז איין צעל וואלט געקענט קאנווערטן עסן צו ענערגיע. דאן נאך מיליאנען מאל ביז דער סען וואלט זיך רעפראדוצירט. דאן נאן מיליאנען מאל ביזן האבן אן offspring. און אפי׳ דעמאלס מוז זיך די צוטיילטע צעל זיך צוטיילן עטליכע מיליאן מאל ביז א פאנקשענעינג DNA איוואלווט.
איי אפשר טאקע? איך האב נישט די נומערן אין פראנט פון מיר אבער עס איז פשוט אז דרייצן ביליאן יאר איז ווייט נישט גענוג.
פאר מיר שיינט 3 ביליאן יאר יא צו זיין גענוג פאר אזא פראצעדור (נישט פארגעסן פון די יארן פריער וואס עס האט געהאט צו עקספערימענטירן)

דו האסט נישט מער ווי אראפגעלייגט הנחות און געשאסן נומערן, אדרבה רעכן יא אויס פונקטליך ווילאנג אזא פראצעדור דארף נעמען, און קום צוריק מיט די סכום - דעמאלס קען מען אפשאצן די פראבעביליטיס... און אויב קענסטו נישט אליין וואלט איך דיר געראטן צו פרעגן און הערן וואס די מומחים אין די פעלד זאגן (ספוילער: זיי זאגן אז די וועלט אין איר פריע שטאפלען האט פראדוצירט איבער 40^10 כעמישע רעאקציעס, וואס מאכט סיי וועלכע אימפראבעבל געשעעניש פראבעבל).

עס איז אויך וויכטיג צו באמערקן אז עס איז נאכקיינמאל נישט איבערצייגט געווארן דורך עוואלוציע די פאלגענדע
א. לעבן עמערדזשן פון נישט-לעבן
ב. איין ספיסיס זאל איוואלוון צו א צווייטער.
ג. אן ארגעניזם זאל איוואלוון פון נישט קענען קאנווערטן עסן צו ענערגיע, צו יא קענען.
ד. אן ארגעניזם זאל איוואלוון זיך צו רעפראדוצירן. ( הגם דאס איז נישט מעגליך ווייל דאס וואלט געמיינט אז דער עוואלוציאנערישע פראססעס זאל געשען פילצאליקע מאל, מיט דעם זעלבן ענד ריזאלט, אן זיך צו רעפראדוצירן, און דאן זאלן די ארגעניזמס קאמוניקירן צווישן זיך, און אויפקומען מיט א וועג זיך צו רעפראדוצירן. און זיין סוסעספול, מיט טרייעל ענד עראר, וואס וואלט געדארפט איבערמאכן דעם פראצעס פילצאליקע מאל, און האלטן קאף די גאנצע צייט איבער אלע טעותים! באט דעטס עקזעקלי מיי פוינט!)
אפי׳ אויב עס וואלט יא איבערגעצייגט געווארן וואלט דאס סה”כ געוויזן דעם פעטערן וויאזוי גאט האט דאס געטון.

אן אריינגיין צו עוואלוציע ווייזט אויף ג-ט אדער עס פרעגט אפ ג-ט, אדער נאר די ראיות איבער א ג-ט (איבער וואס אנדערע האבן שוין גוט געענטפערט).

דיין טעות דא ליגט אינעם אויסמישן בייא-גענעסיס מיט עוואלוציע. הגם איך פארשטיי אז געוויסע עוואלוציאנערן - ריטשערד דאוקינס מסתמא די מערסט באקאנטע - האבן אויך ארויסגעטראטן פון זייער תחום צו אפפרעגן די עקזיסטענץ פון א ג-ט מיט א טעאריע וואס איז מאקסימום א גוטע הסבר אויף די וועג וויאזוי לעבן פירט זיך אויף איינמאל עס איז דא.. אין אנדערע ווערטער אנשטאט די גאד אוו די געפס נוצט דאוקינס עוואלוציע אוו די געפס, ווי ער טענה'ט אז סייענס 'גייט איין טאג' זיכער קענען מסביר זיין בייא-גענעסיס אויך וממילא פעלט נישט אויס די ג-ט הייפאטעזיע.

למעשה איז עוואלוציע לחוד, און בייא-גענעסיס לחוד. פארשטיין וויאזוי לעבן עוואלווד, וויאזוי מייקרא און מאקרא עוואלוציע פארסירן, און וויאזוי עס איז רעלעוואנט אין זייער אסאך סייענטיפישע תחומים היינט - דאס איז אלץ איין נושא.
בעת וואס פארשטיין פון וואו עס קומט לכתחילה, און צו עס איז מעגליך צו פארסירן אן קיין באשעפער וכו' - דאס איז דערווייל נאך מער אין די פילאזאפישע ראלם, און גארנישט איז נאכנישט מוחלט ומוסכם אין די סייענטיפישע קאמיוניטי..
מיין נאר נישט אז מיטן נוצן די ווארט 'ג-ט' האסטו סיי וויאזוי צוגעגעבן צום סייענטיפישע ענטערפרייס דא... עס זאגט גארנישט - חוץ פון דעם אז דו ביסט בסדר מיטן נישט פארשטיין ווייטער...

לגבי דיינע שאלות:
א. און ג. זענען די זעלבע, און די תשובה איז אזויווי געזאגט אז עוואלוציע האט נישט וואס אריינצורעדן דערין - זיכער נישט 'איבערצייגן' עפעס - נאך וואס עוואלוציע איבערצייגט נישט גארנישט, עס שטעלט נאר אהער א קאמפרעהענסיוו טעאריע פון וויאזוי לעבן עוואלווד און פונקציאנירט איינמאל עס איז דא.
ב. ביי דעפינאציע קענען מיר נישט זען קיין נייע ספישיס עוואלוון - ווייל עס געדויערט צענדליגע טויזענטער יאר זיך צו טוישן גענוג אז מיר זאלן באצייכענען די חילוק אלס 'נייע ספישיס'.. (אין נאטור אויס איז נישטא אזא זאך ווי ספישיס, עס איז א בלויזע ארביטרערי קאטעגאריזאציע פון אונז מענטשן. צוויי סארטן הונט - וואס מ'קען צופעליג אבזערווירן וויאזוי זיי דייווערטן - איז גארנישט ווייניגער 'אנדערש' ווי די הונט מיט די וועלף. עס איז ס"ה נישט גענוג חילוקים מיר זאלן עס געבן אינגאנצן א נייע נאמען.)
ד. דאס איז ווידער ענליך צו א. און ג.,

דאכט זיך מיר אז עס איז אמאהל געווען אן ארטיקל אין קאווע שטיבל לגבי וויאזוי עוואלוציע איז נישט קיין סתירה מיט תורה.

קען איינער דאס צו ווייזן?

דא האט @כספי, און דא האט @ברק הכחול צוגעצייכנט די פה-סח אויסגאבע פון יאר תשע"ה (צווישן אנדערע), אין וואו עס איז דא א גאר אינפארמאטיווע און באלערענדע ארטיקל פון @ראובן איבער דינאזארס און וויאזוי אידישקייט ספראווערט זיך דערמיט (בלאט 98).
ער ברענגט דארטן קלאר און שיין אראפ די פארשידענע מהלכים דערין - צו מ'לייקנט עס, צו מ'איז מסביר אז דער באשעפער האט אזוי באשאפן די וועלט מיט די פאסילס, צו מ'נעמט עס אן, א.א.וו.
 
ס'דא א גמרא אין סנהדרין, ערגעץ אין די צ בלעטער וואס דארט טוט זיך פאר ווי לאנג די וועלט גייט שטיין וכו... ברענגט שוטנשטיין דארט אויפן פלאץ א רבינו בחיי וואס ער שרייבט אז די וועלט שטייט פאר 6 טויזנט יאר, און נאכדעם איז דא א חורבן פאר 1 יאר וחוזר חלילה. און די מחזור חזר'ט זיך איבער 50 מאל, (אזויווי שמיטה און יובל) און די מחזור גייט זיך איבער חזר'ן 18 טויזנט מאל.., ברענגט ער דארט א גאנצע מחלוקת און די וויפלטע מחזור אונז האלטן יעצט. כ'מיין אז די חת''ס זאגט ביי די פערטע מחזור און נאך שיטות... (די אריז"ל קריגט זיך אויף די גאנצע זאך, אגב ער ברענגט אויך אז די השתלשלות איז געווען א זאך פון מיליאנע יארן...)

סא, אויב ווילסטו אריינקוועטשן evaluation אין די תורה, נאדער.
 
אדרבה רעכן יא אויס פונקטליך ווילאנג אזא פראצעדור דארף נעמען, און קום צוריק מיט די סכום - דעמאלס קען מען אפשאצן די פראבעביליטיס... און אויב קענסטו נישט אליין וואלט איך דיר געראטן צו פרעגן און הערן וואס די מומחים אין די פעלד
איך ברענג דא נאך וואס איך האב געטראפן אמאל (לאו דווקא סאיז אינגאנצן אזוי)
consider a series of ten flashcards, numbered from one to ten. If these are thoroughly and randomly mixed, and then laid out successively in a linear array along the table, it would be extremely unlikely that the numbers would fall out in order from one to ten. Actually, there are 3,628,800 different ways in which these numbers could be arranged, so that the "probability" of this particular ordered arrangement is only one in 3,628,800. (This number is "ten factorial," written as 10!, and can be calculated simply by multiplying together all the numbers from one to ten.)

It is obvious that the probability of such a numerically ordered arrangement decreases rapidly as the number of components increases. For any linear system of 100 components in specified order, the probability is one in 100!, or one chance in 10 to the power of 158 (a number represented by "one followed by 158 zeroes").

A system requiring such a high degree of order could never happen by chance. This follows from the fact that probability theory only applies to systems with a finite possibility of occurring at least once in the universe, and it would be inconceivable that 10 to the power of 158 different trials could ever be made in our entire space-time universe.

Astro-physicists estimate that there are no more than 10 to the power of 80 infinitesimal "particles" in the universe, and that the age of the universe in its present form is no greater than 10 to the power of 18 seconds (30 billion years). Assuming each particle can participate in a thousand billion (10 to the power of 12) different events every second (this is impossibly high, of course), then the greatest number of events that could ever happen (or trials that could ever be made) in all the universe throughout its entire history is only 10 to the power of 80 x 10, 18 x 10 to the power of 12, or 10 to the power of 110 (most authorities would make this figure much lower, about 10 to the power of 50). Any event with a probability of less than one chance in 10 to the power of 110, therefore, cannot occur. Its probability becomes zero, at least in our known universe.

Thus, the above-suggested ordered arrangement of 100 components has a zero probability. It could never happen by chance. Since every single living cell is infinitely more complex and ordered than this, it is impossible that even the simplest form of life could ever have originated by chance. Even the simplest replicating protein molecule that could be imagined has been shown by Golay1 to have a probability of one in 10 to the power of 450​
 
לעצט רעדאגירט:

אבער ווי איך האב אמאל דערמאנט אז אויב נעמט מען אן די מולטי-ווערס טעאריע איז דא אין מספר יוניווערסן אויב אזוי זענען די מעגליכקייטן אפאר מאל אין מספר
 
Back
Top