עוואלוציע אדער בריאת העולם

אלבערט איינשטיין האט דאס גענוצט אלס טענה קעגן אוואלושן.
https://www.google.coזm/url?sa=t&sou...kQFnoECDQQAQ&usg=AOvVaw1tcEWGADO4F90pIoUkIFfN
ביטע העלף מיר טרעפן ווי איינשטיין טענה'עט זיך דארט אקעגן עוואלוציע.

ס'איז סך הכל אפאר נאכגעברענגטע ציטאטן פון איהם, אויף עפעס א רענדאם וועבזייטל.

דא האסטו א ציטאט וואס איך האב יא געטראפן דארט.

I do not believe in a personal God and I have never denied this but have expressed it clearly. If something is in me which can be called religious then it is the unbounded admiration for the structure of the world so far as our science can reveal it.” – Albert Einstein
 
@דאקטאר-ראבינער דו האסט שוין אמאל געליינט נתן סליפקין'ס ביכל איבער עוואלושען? איך האלט אז דו וועסט הנאה האבן און קלוגער ווערן דערפון
 
@דאקטאר-ראבינער דו האסט שוין אמאל געליינט נתן סליפקין'ס ביכל איבער עוואלושען? איך האלט אז דו וועסט הנאה האבן און קלוגער ווערן דערפון
א דאנק. איך האב עס נישט געליינט. איך האלט יעצט אינמיטן א סעמעסטער. איך וועל עס אפשר ליינען נאכן באקומען דעם דעגרי.
 
די נאטורליכע עוואלוציע פון מענטשן האט זיך לכאו' אויפגעהערט, נישט פון זיך אליין, נאר מיר האבן עס דיירעקט אפגעשטעלט!

מיר האבן אויסגע'הרג'ט די ניענדערטאלס און די ערעקטאס א.א.וו אלע פון די זעלבע 'האמא' משפחה. און מיר מאכן יעצט זיכער צוצשטעלן די זעלבע קעיר פאר קראנקע און אומגעזונטע, אזוי אז נאטורליכע סעלעקציע איז שוין אסאך שוואכער ביי אונז.

וואס יא, דאס אליין אז מיר ווערן געזונטער און דעוועלאפן נייע מעדעצינען וכו' דאס איז א שטיקל עוועלוציע פאר זיך. אפגערעדט אויב זאל בייא-ענדזשענירונג אנגיין (איינפלאנצן קאמפיוטער טשיפס אין מענטשן), וואס דאן קענען מיר זיך טרעפן אין א נייע עפאכע אינגאנצן..
עס איז נישט אינגאנצן ריכטיג אז דער מענטשליכע עוואלוציע האט זיך אפגעשטעלט.

עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז עוואלוציע ארבעט נישט סיסטעמאטיש, גענעראציע נאך גענעראציע ווי אין יעדער דור קומט צו נאך א קליינע קנייטש אינעם מין, נאר עס איז מער כאאטיש, ווי עס קענען אדרוכגיין הונדערטע טויזענטע דורות אין וועלכע קיין שום גענעטישע טויש קומט נישט צושטאנד, ווי לאנג די אומשטאנדן אינעם ארום זענען נישט פיינטליך.
עס זענען פארהאן פילע סארטן חיות ווי למשל עטליכע סארטן קאקארויטשן וועלכע זענען נישט אריבער קיין שום עוואלוציאנערישע טויש פאר לאנגע לאנגע דורות. דאס מיינט אז אנדערש ווי עס קען זיך דאכטן איז דער מענטשליכע מין נישט אריבער קיים שום עוואלוציאנערישע טויש פאר מיליאנען יארן און טאמער עפעס זענען מיר בלויז שוואכער און קלענער געווארן. מענטשן וועלכע האבן געלעבט אין דעם אייז-עפאכע (פאר בערך צוואנציג ביז צען טויזנט יאר צוריק) זענען געווען פיל שטערקער און העכער פון אונז ווייל אן דעם וואלטן זיי נישט געהאט קיים שום אויסזיכטן צו איבערלעבן די שרעקליכע פראסטן, אזוי אויך טאמער וועט ווערן צו קאלט אדער צו הייס וועלן בלויז די וואס זענען גענעטיש אומשאנד צו פארטראגן די קעלט אדער היצן איבערלעבן, אפגעזען ווי פיל הילף דער מענטשהייט וועט שענקען פאר די שוואכע און קראנקע.
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז נישט אינגאנצן ריכטיג אז דער מענטשליכע עוואלוציע האט זיך אפגעשטעלט.
ריכטיג.

דאס מיינט אז אנדערש ווי עס קען זיך דאכטן איז דער מענטשליכע מין נישט אריבער קיים שום עוואלוציאנערישע טויש פאר מיליאנען יארן און טאמער עפעס זענען מיר בלויז שוואכער און קלענער געווארן.
דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג.

1. איר האט מן הסתם געמיינט טויזענטער? אונזער מין (Homosapiens) איז אלט ערגעץ ארום 300,000 יאר.

2. עיין אין די לינק וואס איך האב אויבן צוגעברענגט אז די DNA ווייזט צייכנס פון שטארקע דייווערסיפיקאציע אין די לעצטע 5,000 יאר. (בפשטות צוליב אזא איבערפלוס פון מענטשן, וואס גיבט די מעגליכקייט).

3. בהמשך פון נומער צוויי. איר דערמאנט פיינטליכע אומשטענדן.... דארט איז ווי די סעלעקציע ארבעט דאס שטערקסטע, אזויווי איר זאגט לגבי קעלט אדער היצן. אבער די עוואלוציע גייט אן אייביג.

אפשר מיינט איר דאס וואס מהאט ערשט געמיינט אז די נעטראל סעלעקציע געשעהט מיט יעדע דור, אבער היינט איז אנגענומען, (ביי רוב, מיין איך), אז יעדע שטיק צייט מאכט זיך א זשין וואס האט א שטארקע אויבערהאנט (reproductive advantage) און דאס נעמט ממש איבער...

דאס פארלאנגט א באזונדערע אפהאנדלונג... עוד חזון...
 
לעצט רעדאגירט:
דאכט זיך מיר אז עס איז אמאהל געווען אן ארטיקל אין קאווע שטיבל לגבי וויאזוי עוואלוציע איז נישט קיין סתירה מיט תורה.

קען איינער דאס צו ווייזן?
 
דאכט זיך מיר אז עס איז אמאהל געווען אן ארטיקל אין קאווע שטיבל לגבי וויאזוי עוואלוציע איז נישט קיין סתירה מיט תורה.

קען איינער דאס צו ווייזן?
אין מייסטערווערק איז געווען עפעס פון הרב ווייס, אויב איך געדענק גוט.

דא האט איר א פרישע ווידעא פון א חבד'ניק. בעיקר הערט דעם לעצטן תירוץ ביים סוף (ער זאגט עס בשם די ליובאוויטשער רבי).

View: https://youtu.be/H9lvIeCgrbI?si=aKh3dTb2RRpOMUnF

ס'איז גוט צו בארואיגען אביסל. לאל
לאמיר נישט אריינגיין יעצט פארוואס דאס איז היבש נאאיוו...
 
איך זעה נישט דעם סתירה בכלל. גאט האט באשאפן א דינאמישער אקטיווער וועלט פול מיט פאססילס. גאט האט אריינגעלייגט אין די ברואים DNA; DNA איז נישט מעגליך שכלדיג אז עס זאל זיך דעוועלאפן אן א כוח עליון וואס האט דאס דירעקטירט. דער כוח עליון האט משום איזה סיבה אריינגעלייגט DNA פון נינדערטאלס, איך האב נישט קיין אנונג פארוואס ווייל איך בין נישט קיין פילאזאף.
עס איז אויך וויכטיג צו באמערקן אז עס איז נאכקיינמאל נישט איבערצייגט געווארן דורך עוואלוציע די פאלגענדע
א. לעבן עמערדזשן פון נישט-לעבן
ב. איין ספיסיס זאל איוואלוון צו א צווייטער.
ג. אן ארגעניזם זאל איוואלוון פון נישט קענען קאנווערטן עסן צו ענערגיע, צו יא קענען.
ד. אן ארגעניזם זאל איוואלוון זיך צו רעפראדוצירן. ( הגם דאס איז נישט מעגליך ווייל דאס וואלט געמיינט אז דער עוואלוציאנערישע פראססעס זאל געשען פילצאליקע מאל, מיט דעם זעלבן ענד ריזאלט, אן זיך צו רעפראדוצירן, און דאן זאלן די ארגעניזמס קאמוניקירן צווישן זיך, און אויפקומען מיט א וועג זיך צו רעפראדוצירן. און זיין סוסעספול, מיט טרייעל ענד עראר, וואס וואלט געדארפט איבערמאכן דעם פראצעס פילצאליקע מאל, און האלטן קאף די גאנצע צייט איבער אלע טעותים! באט דעטס עקזעקלי מיי פוינט!)
אפי׳ אויב עס וואלט יא איבערגעצייגט געווארן וואלט דאס סה”כ געוויזן דעם פעטערן וויאזוי גאט האט דאס געטון.
נאכמער, ווען מען איז זיך מתבונן וויאזוי אפילו אינעם כאאס וואס הייסט עוואלוציע, זענען דא געוויסע גבולים, וואס עוואלוציע האלט זיך צו דעם, מוז מען אויסשרייען אז עס איז דא א גאט!
די גבולים וואס איך זעה, הגם איך בין יעצט פארנומען מיט עפעס אנדערש וואס נעמט אויף מיין העדספעיס, איז אזוי.
א. קיין איין ספיסיס אויסער דעם מענטש האט נישט דעוועלאופט א כח צו הערשן איבער אנדערע. ד”ה עס זענען דא פארציקער, און עס זענען דא סימביאטישע רילעישאנשיפס. אבער מאניפולירן אנדערע ספישיס זיי צו ברידן ארויסצונעמען מאקסימום פון זיי אן א בענעפיט פאר די אויסגעניצטע איז נאר דער מענטש.
ב. נאר דער מענטש קען ווילינגלי מאניפולירן געוויקסן.
ג. אין א יעדע עקאוסיסטעם, האלטן זיך אלע ארגעניזמס צו זייער ראלע. פארוואס דעוועלאופד גראז נישט שטעכערס בשעס געוויסע ביימער יא? פארוואס זעהט מען נישט אז פיליינס זאלן איוואלוון צו האבן סם בשעם עס וואלט זיי פיל ארויסגעהאלפן? פארוואס האבן די שלאנג געווענטליכע וויקטימס נישט איוואלווד מיט אן אנטי-ווענאם? פארוואס האבן די וויקטימס פון חיות טורפות נישט דעוועלאופד אומאפעטיטליכע פלייש? פארוואס האבן חיוס טורפות נאכנישט דעוועלאופד געווער, אפי׳ בעיסיק ווצב”ש ווארפן א שטיין? פארוואס האבן די נטרפים נישט איוואלווד צו נוצן געווער?
 
אפי׳ אויב עס וואלט יא איבערגעצייגט געווארן וואלט דאס סה”כ געוויזן דעם פעטערן וויאזוי גאט האט דאס געטון.
דאס איז דיין רעכט צו אננעמען, און בערך אזוי איז עס ביי רעליגיעזע וואס אנערקענען די סייענס....

אבער חוץ די סטעיטמענט איז אלעס אנדערש א פלייץ פון פראגעס וואס ווייזט א אומבאהאווענטקייט, מער ווי ס'שטעלט פראגעס.

ס'איז נישט מיין זשאב דיר צו ענטפערן אויף אזויפיל.

ס'איז דא ביכער
ס'איז דא יוטוב ווידעאס

אבער סתם מיט א בלעכענע פנים שטעלן פראגעס וואס יעדער וואס האט אמאל געלערנט ביאלאגיע אין סקול קען דיר ענטפערן (עכ"פ רוב פון די פראגעס), און מיט דעם האסטו אפגעפרעגט די סייענטיסטן וואס שטודירן די זאכן פאר די לעצטע 150 יאר, האלט איך איז אביסל נאריש, במחילת כבודך.

איך האב נישט קיין טענות אויף סתם איינער, ווייל מ'האמיר דאך נישט געלערנט די זאכן אין חדר.
אבער אויף דיר פאסט עס נישט, ווייל דו ביסט דאך אין קאלעדזש פאר פסיכאלאגיע, איז דו גלייבסט יא אין חכמה בגוים, און נישט אז זיי זענען אלע טיפשים און קלעצער. נאר די איינע טאפיק האסטו עפעס א ווידערשטאנד און האסט אנגענומען אז מיליאנען מענטשן גלייבן דערין פשוט ווי א רעליגיע...

איך בין אנטוישט... ס'פאסט נישט פאר אזא געלערנטער @דאקטאר-ראבינער 🤪

נ.ב.
דיין פעלד פון פסיכיאלאגיע האט אויך א געוואלדיגע נוצן פון די טעאריע פון עוואלוציענערישע פסיכיאלאגיע. עס גיבט בעסער צו פארשטיין אסאך דיסארדערס און דעוועלאפמענט אישוס אין קינדער, מאן און פרוי סעקסועלע פרעפערענצן, און וואס נישט... אז דו ווילסט קען מען דאס דיסקוסירן. אפשר אויב ס'איז אין דיין תחום וועט עס דיר זיין אינטערסאנטער...
 
דו ביזט גערעכט איבער דעם ניצן פון עוואלוציע אין פסיכאלאגיע. איך האב אמאל געגעבן א שיעור איבער דעם fight, flight, or freeze reflex, צו גרופע היימישע מחנכים, איך האב האב אינמיטן געכאפט וואס פאר א מזל איך האב אז זיי האבן נישט געכאפט נאר דעם למעשה דיגן חלק.

איבער וואס דו זאגסט איבער מיין שטעלן פראגעס מיט א בלעכענעם פנים. איך האב שוין א סך ריסערטשט איבער דעם נושא. איך האב נאכנישט געטראפן עניטינג שכלדיג וואס קען דאס אדרעסירן. איך האב גערעדט מיט פילע עוואלוציאנערן, קיינער האט מיך נישט געקענט ענפערן אין layman's terms. און אויף די שאלה פון פראבעביליטי האב איך נאכנישט באקומען א צופריזדנשטעלנדע ענפער. אדרבה, זיי דו מסביר פאר׳ן בן חמש למקרא?
א לינק איז אויך גוט.
און עגעין, אויב האלט מען עס עס איז דא א פאסיביליטי פון גאט מיט א פראבעבילטי פון פיפטי-פיפטי. וועלכע פראבעביליטי איז איז מער מסתר געטליכע עוואלוציע, אדער גאטלאזע?
ווען איך האב שטודירט עקאוסיסטעמס, האב איך געפרעגט מיין פראפעסאר מיינע אויבן דערמאנטע שאלות, האט ער מיך געענפערט אז עס מוז אזוי זיין ווייל טאמער נישט וועלן די אלע ארגאניזמס צופאלן. האב איך אים געפרעגט הייסט אז עס נזענען געווען עקאוסיסטעמס וועלכע האבן איוואלווד אומבאלאנסירט און זיי זענען צופאלן פון דעם? ווי איז די עווידענס? און אפי׳ אויב יא, ווער זאגט יעצט פאר א יעדע ארגאניזם מיטצופארן? פארוואס יומענס פארן נישט מיט?
בכלל . אלע laws of nature, פון טערמאודיינעמיקס ביז פיזיקס ביז ביאלאגיע ביז פיזיאלאגיע. ווער האט דאס געשריבן ווער האט געמאכט אז מעסס זאל ווערן עטרעקטעט? ווער האט געמאכט רעלאטיוויטעט? ווער האט בכלל געמאכט אז ווען אלע אמינא עסידס שטעלן זיך אויס אויף איינמאל אין א געוויסע פארמאט זאל דאס ווערן צעלן?
נ.ב. mother nature איז א ענגלישע כינוי פאר גאט.
 
. קיין איין ספיסיס אויסער דעם מענטש האט נישט דעוועלאופט א כח צו הערשן איבער אנדערע. ד”ה עס זענען דא פארציקער, און עס זענען דא סימביאטישע רילעישאנשיפס. אבער מאניפולירן אנדערע ספישיס זיי צו ברידן ארויסצונעמען מאקסימום פון זיי אן א בענעפיט פאר די אויסגעניצטע איז נאר דער מענטש
עס זענען דא מורישקעס וואס גנבנען אייער פון אנדערע מורישקעס און ווען זיי ווערן געבוירן נוצט מען זיי אלס קנעכט
 
מ'דארף טרעפן די צייט צו ענטפערן אויף אזויפיל עקסטערע נושאים צאמגעפלאכטן.

אפשר קענען אנדערע אויך העלפן...

מיין עיקר פראבלעם איז אז דו האסט נאכאמאל אריינגעברענגט גאט. און דו ענדיגסט מיט די טיפיקעל ראו מי ברא כל אלה...

דאס באלאנגט אין גאט דעבאטע.

אויך, אין פסיכאלאגיע ביסטו מסכים מיט מיר אז די סטרעסס און ענקזייעטי, צום ביישפיל, איז נאך פון ווען אונז זענען געווען אין וואלד? איז וויאזוי נעמסטו אן עוואלוציע ביי פסיכיאלאגיע אבער נישט ביי ביאלאגיע?
(פארשטייט זיך אז פסיכיאלאגיע איז אין ענדע אויך א פיזישע רעספאנס אין מח, און נישט עפעס א מעטעפיזישע דרויסענדע כח, איך קען מאריך זיין א צווייטע מאל....)
 
ווייל עוואלוציע מוז האבן א גאט! אן גאט איז כמעט נישט מעגלעך אז עס זאל געשען!
מיט גאט אינעם בילד, קענען מיר ארויסהאבן וויאזוי ער׳ט דאס באשאפן און יא, דער זעלבער דעזיינער פונעם רעפטיל, האט דאס אויך אריינגעלייגט אינעם האומאו סעפיען.
איך בין אפן צו ענפערס וועלכע אדרעסירן די שאלות פון אויבן נאר אויב הייבט מען דאס אן לעיבלען פילאזאפיע, בין איך ארויס, ווייל די גאנצע טענה אז עוואלוציע פרעגט אפ בריאת העולם איז בכלל נאר פילאזאפיש.

און איך פלעכט צאם נושאים, ווייל ווען מען קוקט אויף די זאך עז ע"י האול, און מען נעמט און חשבון וויפיל זאכן מוזן געשען כדי אנצוקומען צו אן רעפרעדאוסינג, ענערגיע פראסעסינג, צעל. לעט עלאון א גאנצע עקאו סיסטעם! זעט מען ווי היילי אנפראבעבעל עס איז אז דאס זאל פארקומען אן א קאארדינעיטאר. די איינציגסטע סיבה פארוואס מען וויל דאס נישט איינזען איז צוליב׳ן זיין איבערצייגט מיט אייגענע בייעס אז אזא קאארדינעיטאר איז נישט דא.
 
איך בין אפן צו ענפערס וועלכע אדרעסירן די שאלות פון אויבן נאר אויב הייבט מען דאס אן לעיבלען פילאזאפיע...
1. ניין , אסאך שאלות וואס דו פרעגסט זענען פשוט'ע ענטפערס און האט גארנישט מיט פילאסאפיע. למשל די אלע.
א. קיין איין ספיסיס אויסער דעם מענטש האט נישט דעוועלאופט א כח צו הערשן איבער אנדערע. ד”ה עס זענען דא פארציקער, און עס זענען דא סימביאטישע רילעישאנשיפס. אבער מאניפולירן אנדערע ספישיס זיי צו ברידן ארויסצונעמען מאקסימום פון זיי אן א בענעפיט פאר די אויסגעניצטע איז נאר דער מענטש.
ב. נאר דער מענטש קען ווילינגלי מאניפולירן געוויקסן.
ג. אין א יעדע עקאוסיסטעם, האלטן זיך אלע ארגעניזמס צו זייער ראלע. פארוואס דעוועלאופד גראז נישט שטעכערס בשעס געוויסע ביימער יא? פארוואס זעהט מען נישט אז פיליינס זאלן איוואלוון צו האבן סם בשעם עס וואלט זיי פיל ארויסגעהאלפן? פארוואס האבן די שלאנג געווענטליכע וויקטימס נישט איוואלווד מיט אן אנטי-ווענאם? פארוואס האבן די וויקטימס פון חיות טורפות נישט דעוועלאופד אומאפעטיטליכע פלייש? פארוואס האבן חיוס טורפות נאכנישט דעוועלאופד געווער, אפי׳ בעיסיק ווצב”ש ווארפן א שטיין? פארוואס האבן די נטרפים נישט איוואלווד צו נוצן געווער?

און דאס...
בין איך ארויס, ווייל די גאנצע טענה אז עוואלוציע פרעגט אפ בריאת העולם איז בכלל נאר פילאזאפיש
ביסטו נאכאמאל אנגעקומען צום זעלבן טעות. ווען האב איך געזאגט אז עס פרעגט אפ בריאת העולם?
צו פרעגט עס אפ די 6,000 יאר וועלט? בפשטות יא... חוץ אז דו נעמסט אן די מהלך אז גאט האט באשאפן אלעס 6,000 יאר צוריק אז 'ס'זאל אויסזען ווי ס'איז סאך עלטער '.
 
1. ניין , אסאך שאלות וואס דו פרעגסט זענען פשוט'ע ענטפערס און האט גארנישט מיט פילאסאפיע. למשל די אלע.

און דאס...

ביסטו נאכאמאל אנגעקומען צום זעלבן טעות. ווען האב איך געזאגט אז עס פרעגט אפ בריאת העולם?
צו פרעגט עס אפ די 6,000 יאר וועלט? בפשטות יא... חוץ אז דו נעמסט אן די מהלך אז גאט האט באשאפן אלעס 6,000 יאר צוריק אז 'ס'זאל אויסזען ווי ס'איז סאך עלטער '.
איך זאג דאך דאס די גאנצע צייט!
 
איך זאג דאך דאס די גאנצע צייט!
און אפשר האט גאט אלעס באשאפן 10 מינוט צוריק און אריינגעלייגט אין יעדעמס מוח פאלשע זכרונות פון אלעס וואס ער "ווייסט" ביז היינט?

ס'איז אלעס שיינע פיליזאפיע, אבער ווען מען רעדט ווי אלט די וועלט איז קוקט מען אויף די עווידענס וואס איז דא לפנינו, אן אריינעמען אין חשבון אז גאט האט ספעשל אריינגעלייגט פאסילס אין די ערד צו פארנערן די אטעאיסטן.

אגב, פון דיינע קשיות איז ניכר אז האסט קיין סאך איבער עוועלוציע "נישט" געליינט. אויזער אפשר פון קריסטליכע אפאלעגעטער וואס פארציילן דיר וואס די נארישע עוועלוציע ביאלאגיסטן זאגן.
 
Back
Top