עוואלוציע אדער בריאת העולם

אלבערט איינשטיין האט דאס גענוצט אלס טענה קעגן אוואלושן.
https://www.google.coזm/url?sa=t&sou...kQFnoECDQQAQ&usg=AOvVaw1tcEWGADO4F90pIoUkIFfN
ביטע העלף מיר טרעפן ווי איינשטיין טענה'עט זיך דארט אקעגן עוואלוציע.

ס'איז סך הכל אפאר נאכגעברענגטע ציטאטן פון איהם, אויף עפעס א רענדאם וועבזייטל.

דא האסטו א ציטאט וואס איך האב יא געטראפן דארט.

I do not believe in a personal God and I have never denied this but have expressed it clearly. If something is in me which can be called religious then it is the unbounded admiration for the structure of the world so far as our science can reveal it.” – Albert Einstein
 
@דאקטאר-ראבינער דו האסט שוין אמאל געליינט נתן סליפקין'ס ביכל איבער עוואלושען? איך האלט אז דו וועסט הנאה האבן און קלוגער ווערן דערפון
 
@דאקטאר-ראבינער דו האסט שוין אמאל געליינט נתן סליפקין'ס ביכל איבער עוואלושען? איך האלט אז דו וועסט הנאה האבן און קלוגער ווערן דערפון
א דאנק. איך האב עס נישט געליינט. איך האלט יעצט אינמיטן א סעמעסטער. איך וועל עס אפשר ליינען נאכן באקומען דעם דעגרי.
 
די נאטורליכע עוואלוציע פון מענטשן האט זיך לכאו' אויפגעהערט, נישט פון זיך אליין, נאר מיר האבן עס דיירעקט אפגעשטעלט!

מיר האבן אויסגע'הרג'ט די ניענדערטאלס און די ערעקטאס א.א.וו אלע פון די זעלבע 'האמא' משפחה. און מיר מאכן יעצט זיכער צוצשטעלן די זעלבע קעיר פאר קראנקע און אומגעזונטע, אזוי אז נאטורליכע סעלעקציע איז שוין אסאך שוואכער ביי אונז.

וואס יא, דאס אליין אז מיר ווערן געזונטער און דעוועלאפן נייע מעדעצינען וכו' דאס איז א שטיקל עוועלוציע פאר זיך. אפגערעדט אויב זאל בייא-ענדזשענירונג אנגיין (איינפלאנצן קאמפיוטער טשיפס אין מענטשן), וואס דאן קענען מיר זיך טרעפן אין א נייע עפאכע אינגאנצן..
עס איז נישט אינגאנצן ריכטיג אז דער מענטשליכע עוואלוציע האט זיך אפגעשטעלט.

עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז עוואלוציע ארבעט נישט סיסטעמאטיש, גענעראציע נאך גענעראציע ווי אין יעדער דור קומט צו נאך א קליינע קנייטש אינעם מין, נאר עס איז מער כאאטיש, ווי עס קענען אדרוכגיין הונדערטע טויזענטע דורות אין וועלכע קיין שום גענעטישע טויש קומט נישט צושטאנד, ווי לאנג די אומשטאנדן אינעם ארום זענען נישט פיינטליך.
עס זענען פארהאן פילע סארטן חיות ווי למשל עטליכע סארטן קאקארויטשן וועלכע זענען נישט אריבער קיין שום עוואלוציאנערישע טויש פאר לאנגע לאנגע דורות. דאס מיינט אז אנדערש ווי עס קען זיך דאכטן איז דער מענטשליכע מין נישט אריבער קיים שום עוואלוציאנערישע טויש פאר מיליאנען יארן און טאמער עפעס זענען מיר בלויז שוואכער און קלענער געווארן. מענטשן וועלכע האבן געלעבט אין דעם אייז-עפאכע (פאר בערך צוואנציג ביז צען טויזנט יאר צוריק) זענען געווען פיל שטערקער און העכער פון אונז ווייל אן דעם וואלטן זיי נישט געהאט קיים שום אויסזיכטן צו איבערלעבן די שרעקליכע פראסטן, אזוי אויך טאמער וועט ווערן צו קאלט אדער צו הייס וועלן בלויז די וואס זענען גענעטיש אומשאנד צו פארטראגן די קעלט אדער היצן איבערלעבן, אפגעזען ווי פיל הילף דער מענטשהייט וועט שענקען פאר די שוואכע און קראנקע.
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז נישט אינגאנצן ריכטיג אז דער מענטשליכע עוואלוציע האט זיך אפגעשטעלט.
ריכטיג.


דאס מיינט אז אנדערש ווי עס קען זיך דאכטן איז דער מענטשליכע מין נישט אריבער קיים שום עוואלוציאנערישע טויש פאר מיליאנען יארן און טאמער עפעס זענען מיר בלויז שוואכער און קלענער געווארן.
דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג.

1. איר האט מן הסתם געמיינט טויזענטער? אונזער מין (Homosapiens) איז אלט ערגעץ ארום 300,000 יאר.

2. עיין אין די לינק וואס איך האב אויבן צוגעברענגט אז די DNA ווייזט צייכנס פון שטארקע דייווערסיפיקאציע אין די לעצטע 5,000 יאר. (בפשטות צוליב אזא איבערפלוס פון מענטשן, וואס גיבט די מעגליכקייט).

3. בהמשך פון נומער צוויי. איר דערמאנט פיינטליכע אומשטענדן.... דארט איז ווי די סעלעקציע ארבעט דאס שטערקסטע, אזויווי איר זאגט לגבי קעלט אדער היצן. אבער די עוואלוציע גייט אן אייביג.

אפשר מיינט איר דאס וואס מהאט ערשט געמיינט אז די נעטראל סעלעקציע געשעהט מיט יעדע דור, אבער היינט איז אנגענומען, (ביי רוב, מיין איך), אז יעדע שטיק צייט מאכט זיך א זשין וואס האט א שטארקע אויבערהאנט (reproductive advantage) און דאס נעמט ממש איבער...

דאס פארלאנגט א באזונדערע אפהאנדלונג... עוד חזון...
 
לעצט רעדאגירט:
דאכט זיך מיר אז עס איז אמאהל געווען אן ארטיקל אין קאווע שטיבל לגבי וויאזוי עוואלוציע איז נישט קיין סתירה מיט תורה.

קען איינער דאס צו ווייזן?
 
דאכט זיך מיר אז עס איז אמאהל געווען אן ארטיקל אין קאווע שטיבל לגבי וויאזוי עוואלוציע איז נישט קיין סתירה מיט תורה.

קען איינער דאס צו ווייזן?
אין מייסטערווערק איז געווען עפעס פון הרב ווייס, אויב איך געדענק גוט.

דא האט איר א פרישע ווידעא פון א חבד'ניק. בעיקר הערט דעם לעצטן תירוץ ביים סוף (ער זאגט עס בשם די ליובאוויטשער רבי).

View: https://youtu.be/H9lvIeCgrbI?si=aKh3dTb2RRpOMUnF


ס'איז גוט צו בארואיגען אביסל. לאל
לאמיר נישט אריינגיין יעצט פארוואס דאס איז היבש נאאיוו...
 
איך זעה נישט דעם סתירה בכלל. גאט האט באשאפן א דינאמישער אקטיווער וועלט פול מיט פאססילס. גאט האט אריינגעלייגט אין די ברואים DNA; DNA איז נישט מעגליך שכלדיג אז עס זאל זיך דעוועלאפן אן א כוח עליון וואס האט דאס דירעקטירט. דער כוח עליון האט משום איזה סיבה אריינגעלייגט DNA פון נינדערטאלס, איך האב נישט קיין אנונג פארוואס ווייל איך בין נישט קיין פילאזאף.
עס איז אויך וויכטיג צו באמערקן אז עס איז נאכקיינמאל נישט איבערצייגט געווארן דורך עוואלוציע די פאלגענדע
א. לעבן עמערדזשן פון נישט-לעבן
ב. איין ספיסיס זאל איוואלוון צו א צווייטער.
ג. אן ארגעניזם זאל איוואלוון פון נישט קענען קאנווערטן עסן צו ענערגיע, צו יא קענען.
ד. אן ארגעניזם זאל איוואלוון זיך צו רעפראדוצירן. ( הגם דאס איז נישט מעגליך ווייל דאס וואלט געמיינט אז דער עוואלוציאנערישע פראססעס זאל געשען פילצאליקע מאל, מיט דעם זעלבן ענד ריזאלט, אן זיך צו רעפראדוצירן, און דאן זאלן די ארגעניזמס קאמוניקירן צווישן זיך, און אויפקומען מיט א וועג זיך צו רעפראדוצירן. און זיין סוסעספול, מיט טרייעל ענד עראר, וואס וואלט געדארפט איבערמאכן דעם פראצעס פילצאליקע מאל, און האלטן קאף די גאנצע צייט איבער אלע טעותים! באט דעטס עקזעקלי מיי פוינט!)
אפי׳ אויב עס וואלט יא איבערגעצייגט געווארן וואלט דאס סה”כ געוויזן דעם פעטערן וויאזוי גאט האט דאס געטון.
נאכמער, ווען מען איז זיך מתבונן וויאזוי אפילו אינעם כאאס וואס הייסט עוואלוציע, זענען דא געוויסע גבולים, וואס עוואלוציע האלט זיך צו דעם, מוז מען אויסשרייען אז עס איז דא א גאט!
די גבולים וואס איך זעה, הגם איך בין יעצט פארנומען מיט עפעס אנדערש וואס נעמט אויף מיין העדספעיס, איז אזוי.
א. קיין איין ספיסיס אויסער דעם מענטש האט נישט דעוועלאופט א כח צו הערשן איבער אנדערע. ד”ה עס זענען דא פארציקער, און עס זענען דא סימביאטישע רילעישאנשיפס. אבער מאניפולירן אנדערע ספישיס זיי צו ברידן ארויסצונעמען מאקסימום פון זיי אן א בענעפיט פאר די אויסגעניצטע איז נאר דער מענטש.
ב. נאר דער מענטש קען ווילינגלי מאניפולירן געוויקסן.
ג. אין א יעדע עקאוסיסטעם, האלטן זיך אלע ארגעניזמס צו זייער ראלע. פארוואס דעוועלאופד גראז נישט שטעכערס בשעס געוויסע ביימער יא? פארוואס זעהט מען נישט אז פיליינס זאלן איוואלוון צו האבן סם בשעם עס וואלט זיי פיל ארויסגעהאלפן? פארוואס האבן די שלאנג געווענטליכע וויקטימס נישט איוואלווד מיט אן אנטי-ווענאם? פארוואס האבן די וויקטימס פון חיות טורפות נישט דעוועלאופד אומאפעטיטליכע פלייש? פארוואס האבן חיוס טורפות נאכנישט דעוועלאופד געווער, אפי׳ בעיסיק ווצב”ש ווארפן א שטיין? פארוואס האבן די נטרפים נישט איוואלווד צו נוצן געווער?
 
Back
Top