וואפען #2: די הקפדה וועט שאטען ...

אבינועם

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 2, 2024
מעסעדזשעס
40
רעאקציע ראטע
246
פונקטן
38
יא ... לאמיר אנהייבען מיט א מעשה פון ר' יענקעלע , אמאל האט א געוויסער רבי באזוכט ביי ר' יענקעלע האט יענער רבי פארציילט פאר ר' יענקעלע אז אין די שטעטל ווי זיין זיידע איז געווען רבי איז א האלבע בית החיים געווען פון מענטשען וואס זענען געשטארבען פון זיין הקפדה ... האט ר' יענקעלע געזאגט : אזוי ! כ'האב נישט געוויסט אז ער איז געווען א מאסען מערדער ...

עכ"פ איינע פון די וועגען וואס די רבנים און בעיקר רבי ניצען איז צו סטראשענען מיט אומזעהבארע קלעפ ... ס'ארבעט ווייל וואס ס'זאל נאר נישט געשען נאכדען קען מען עס אנהענגען און די "הקפדה" ... ס'געשעהט דאך כסדר זאכען צו מענטשען ... אין קיינער קען נישט אויפווייזען אז ס'נישט וועגען די הקפדה ... א פערפעקט וואפען ...

עכ"פ חסידישע רבי האבען אלץ ליב געהאט צו סטראשענען מיט הקפדות ... זיי האבען זיך באלעקט די פינגער צו זעהן ווי דער עולם ציטערט ... דוד טווערסקי (פון סקווירא) ניצט עס צו סטראשענען אז קעדען די וואס ווילען וואוינען און א מייל ארום סקווירא .... א צווייטער רבי האט עס לעצטענס געניצט צי סטראשענען קעגן די נישט סאטמארע וואס ווילען וואוינען אין די גלילות פון קרית יואל ... "דער פעטער קוקט זיך אום ... " און אזוי ווייטער מענטשען האבען שוין מורא פון די "הקפדה" אפילו ווען זיי סטראשענען נישט דירעקט ...

ס'איז א גאלדענע וואפען פאר קאנטראל פריעקס וואס האבען נישט קיין פיזישע פאליס דעפארטמענט ... אין דער עולם האט נעבעך מורא ... ס'איז עקלהאפט וואס דעי פאריקטע רביס טוען . מ'טרעפט עס כמעט נישט אפילו ביי גרועים שבאומות !

איך האב נייעס פאר זיי אלע ... די הקפדה פון כלל ישראל וועט שאטען פאר זיי !
 
מ'טרעפט עס כמעט נישט אפילו ביי גרועים שבאומות !
דאס איז שוין א גוזמא. די גרועים שבאומות סטראשען מיט עכטע מיתה.

איך האב נייעס פאר זיי אלע ... די הקפדה פון כלל ישראל וועט שאטען פאר זיי !
יעצט ביסטו דער וואס סטראשעט סתם. דערווייל האט עס זיי נישט געשאדט. אפשר איין טאג, ווער ווייסט. די נעקסטע מאל א רבי גליטשט זיך אויס וועל איך עס אנהענגען אין די קפידה פון כלל ישראל.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מען טרעפט שױן אין די גמ' די זאכן. קללת חכם אפ' על תנאי אדער עפעס אזױ.
 
אבל... אבער דער אמת איז נישט אזוי ווייל די אלע זאכן זענען ענעריגע באזירט און ווי די גמ' זאגט ביי אין הרע מאן דקפיד קפדינן ליה, דלא קפיד לא קפדינן ליה און אזוי איז ביי אלע אנדערע זאכן

היינט טאקע האבן איך געזעהן אז טייער ווארט פון
Esther Hicks
When it feels to you as if someone is pushing your button, realize that you are the one with a great big button out there that is just begging to be pushed. If you don’t put it out there, no one will push it.
כ'מיין אז ס'שייך צו דעם שמועס
 
אמת ,
אבער די פראבלעם איז אז דער עולם ווערט טרענירט פון יונגווייז זיך צו לאזען מאניפולירען , אסאך חאפען אפילו נישט די מעקעניזם אונטער דעים
 
אמת ,
אבער די פראבלעם איז אז דער עולם ווערט טרענירט פון יונגווייז זיך צו לאזען מאניפולירען , אסאך חאפען אפילו נישט די מעקעניזם אונטער דעים
גערעכט, דערפאר ברויך ליינען און לערנען וויאזוי די סארט זאכן ארבייטן כדי מ'זאל נישט זיין איגנאראנט.
קענסט דיך פארשטעלן וויאזוי ס'וואלט ווען אויסגעקוקט ווען דער עולם ליינט אביסעל מער פראקטישע ליין מאטריאל? די פּארענטשעס וואלטן ווען געווען ליידיג
 
ס'איז א גאלדענע וואפען פאר קאנטראל פריעקס וואס האבען נישט קיין פיזישע פאליס דעפארטמענט ... אין דער עולם האט נעבעך מורא ... ס'איז עקלהאפט וואס דעי פאריקטע רביס טוען
אז דער עולם האט נעבעך מורא, איז נישטא קיין סיבה אז דער רבי זאל נישט אויסנוצן זייער סופערסטישן לטובתו.
דער ציבור איז סטופיד, מער ווי די רבי'ס. און ס'איז אפשר בעסער אזוי. וואלטסט געוואלט זיי זאלן נישט האבן קיין ברירה און דעפלויען א פיזישע פאליס פארס, פון וועמען אפילו אויפגעקלערטע קרעמלער האבן מורא?... לאז זיי בלייבן מיט די קפידות.
 
א פיזישע פאליציי קראפט איז אומלעגאל אין די פאראייניגטע שטאטען . ממילא וואלטען זיי עס נישט געקענט טוהן און טאמער זיי ואלטען יא וואלטען זיי געווען אויסגעשטעלט צו קרימינאלע קלאגעס .
אבער ס'איז נישטא קיין ציווילע געזעץ קעגען הקפדות ...
 
Back
Top