וואקסין - צום געזונט!

די וואקסין האט אינגרידיענטס וואס געוויסע מענטשן זענען אלערדזשיק צו דעם און א טייל גאר ערענסט, נעם Gelatin און Neomycin אלס א משל. עס לאזט זיך פשוט נישט זאגן אז קיינער איז נאך קיינמאל נישט געשעדיגט געווארן דערפון.

אבער אפילו אויב איך האב נישט קיין קעיס וואו איך קען זאגן אז עס איז הונדערט פראצענט קלאר אז די וואקסין איז געווען די גורם, נעמט דאס נישט אוועק פון מיין עיקר ארגומענט אז עס זענען נישטא קיין נומבערס פון וואקסין טויטפעלער, און עס איז אויך נישטא די דאטא אז וואקסין טויטפעלער עקזיסטירן בכלל נישט.
 
זאג, נאטירליכע מעדעצין נעמסטו יא? האלסטו זיי צום זעלבן סטאנדארט ווי ביג פארמא?
נאטורליכע מעדעצין איז צו א ברייטע טערמין צו קענען ענטפערן, אבער יעדער פארשטייט די חילוק פון עסן און מעדעצין. און ווען מ'רעדט פון ווייטעמינס אדער מינעראלס איז דאס אין די קאטעגאריע פון עסן סיי שכל'דיג און סיי לויט די FDA. אבער מ'דארף אייביג זיין פארזיכטיג מיט הויכע דאזעס און זיין באוואוסטיזיניג וואס די תוצאות קענען זיין (אויך מיט הויכע דאזעס קאקאש קעיק).
 
@טראכטער קענסט אפשר געבן א משל וואס איז פאר דיר קראנטע דאטא?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
א פּאַשקעװיל ארומגעװארפן ער"ש 2 װאכן צוריק אין מאה שערים, אנטקעגן װאַקסינען:
1756481646840.webp
 
יעצט האט די רעגירונג מודה געווען אז די קאוויד וואקסין האט דערמארדעט מער פון צען קינדער. ס'איז שוין פון די סאמע ערשטע מינוטן געווען סייענטיפיש אפגעפרעגט אז קינדער זאלן דארפן נעמען די שעדליכע וואקסין און וויבאלד ס'איז נישט געווען קיין שום אקאונטיביליטי אין די רעגירונג האבן זיך די ביוראקראטישע וואנדאלן זיך געקענט ציפירן די הענט לטובת די גרויסע וואקסין פירמעס. שעמען מעגן זיך די א''ג סטעיט פרעסע וואס האט פארמאכט די אויגן, שעמען מעגן זיך אלע פראפעסיאנאלע דאקטוירים וואס זענען געזעצן שטיל, שעמען מעגן זיך אלע פאליטיקער וואס האבן געמאכט א שווייג, שעמען זאלן זיך אלע מוסדות וואס האבן דאס באצווינגען!!!!!

View: https://x.com/AliRogin/status/1994567973030535301
 
זייער זייער שיין לייבוש !!

וואס מ'דארף נאך פארשטיין פארוואס די גאר פרומע, וואס האבן א פראבלעם מיט קאמען קאר א.ד.ג. האבן אויך א גאר שטארקע פראבלעם מיט די וואקסינס
וואס האט פרומקייטן מיטן זיין אנטי פון א נארמאלע מעדעצינישע באהאנדלונג ?
כ׳ווייס נישט פארוואס דו מאכסט א לינק צו פרומע. ס׳איז דא גענוג און נאך סעקולארע אנטי־וועקסערס. דער בלויזע פאקט, אז מען overwhelmed דעם גוף פון א ניי־געבוירענעם מיט פיל וואקסינען וואס פארמאגן שעדלעכע טאקסינען — קען מען נישט סתם אפענטפערן אלס א פרום ווס. סעקולער פייט!
 
ריכטיג , אבער דרך כלל פונקט אזוי ווי רוב מענטשן
פארשטייען, אז אויב מען דארף א רפואה פארלאזט מען זיך אויף די מעדיצינישע וויסענשאפט כאטש עס איז אפט פארבונדען מיט לעבנס גיפארפוהלע פראצעדורן , ווי למשל קאמפליצירטע סורדזשעריס
אדער קהימאו טהעראפי ודומיהן, ווייל מען גרעספט
אז די זענען גיבעיסט אויף סייענס און שטודיע , איז נישט אנדערש די פרשה פון וועקסינעישן, אז א בר דעת מן היישוב,פארשטייט אז מען איז מחוייב צו גיין
נאך די הרופאים מומחים, און נישט נאך די קליקע פון די אנטי- וואס שטעלן זיך ארויס קעגן די חיסונים -
לב חכם לימינו ולשון חכמים מרפא
 
ס'זענען דא מערערע לעגיטימע סיבות פארוואס וואקסינאציע איז אנדערש. און ס'זענען אויך דא גרויסע דאקטוירים וואס האבן דיעות קעגן די אנגענומענע וואקסינאציע סטאנדארטן. און כ''ש מיט די קאוויד וואקסין וואס כמעט די גאנצע מעדיקל אינדוסטריע איז שוין היינט איבערצייגט אין די פאלשקייט דערין. אבער הוא גופה, דאס אז זיי האבן געקענט באווייזן וואס זיי האבן געטוהן ביי קאוויד איז א קלארע איבערצייגענדע ביישפיל אז מ'קען די אפיציעלע מעדיקל אינדוסטריע נישט טראסטן בלינדערהייט.
 
דברים של טעם , מחלק צוזיין בין הדבקים , אבער
לכשתחקור תמצא, אז אלע מדיצינישע פראצעדורן זענען במחלוקת שנויה , אזוי אז יעדע זאך אין די חכמת הרפואה האט מתנגדים, און אלטערנאטיוון צו די רעקאמענדעציע פון דעם פראוויידער,וועם ער נוצט,און צום סוף איז נהוג אז א נארמאל דעקענדען
מענטש,גייט מיט די רוב דעות - וואקסינען זענען נישט אנדערש , נאר עס איז גיווארען אזא מאוומענט
פון אנטיס און רייטיסטס, וואס הערן נישט אויף צו פראפאגאנדירן זייערע השקפות , למעשה זענען זיי יוצאים מן הכלל
און גורם צו דער היפך פון תוצאות חיים .
 
איך זעה נישט וואו זיי זענען גורם די הייך פון תוצאות חיים, און אוודאי נישט ווען מען פארגלייכט עס צו די פאטאליטעטן פון די מעדיצינישע וועלט. ווי אויך איז וויכטיג אנצומערקן אז יעדע אנגענומענע זאל קען זיך נאר טוישן אנהויבנדיג מיט א יומא מן הכלל. און ס'איז כמעט יעדער מודה אז די וואקסינאציע אינדוסטריע איז אין א מצב וואו זיי קענען טוהן וואס זיי ווילן אן קיין שום אחריות וואס קען זיי שאטן.

א דאקטאר קען מען כאטש נאכגיין אויף מאלפראקטיס און אויף וואקסינען זענען די פירמעס אינגאנצן אימיון לעגאל!

איך בין אויך ערצויגן געווארן אז די אנטי וואקסערס זענען משוגע וכו' אבער די מער איך האב אריינגעקוקט דערין די מער זעה איך אז זיי האבן א שטארקע צד.
 
Back
Top