וואקסין - צום געזונט!

די וואקסין האט אינגרידיענטס וואס געוויסע מענטשן זענען אלערדזשיק צו דעם און א טייל גאר ערענסט, נעם Gelatin און Neomycin אלס א משל. עס לאזט זיך פשוט נישט זאגן אז קיינער איז נאך קיינמאל נישט געשעדיגט געווארן דערפון.

אבער אפילו אויב איך האב נישט קיין קעיס וואו איך קען זאגן אז עס איז הונדערט פראצענט קלאר אז די וואקסין איז געווען די גורם, נעמט דאס נישט אוועק פון מיין עיקר ארגומענט אז עס זענען נישטא קיין נומבערס פון וואקסין טויטפעלער, און עס איז אויך נישטא די דאטא אז וואקסין טויטפעלער עקזיסטירן בכלל נישט.
 
זאג, נאטירליכע מעדעצין נעמסטו יא? האלסטו זיי צום זעלבן סטאנדארט ווי ביג פארמא?
נאטורליכע מעדעצין איז צו א ברייטע טערמין צו קענען ענטפערן, אבער יעדער פארשטייט די חילוק פון עסן און מעדעצין. און ווען מ'רעדט פון ווייטעמינס אדער מינעראלס איז דאס אין די קאטעגאריע פון עסן סיי שכל'דיג און סיי לויט די FDA. אבער מ'דארף אייביג זיין פארזיכטיג מיט הויכע דאזעס און זיין באוואוסטיזיניג וואס די תוצאות קענען זיין (אויך מיט הויכע דאזעס קאקאש קעיק).
 
@טראכטער קענסט אפשר געבן א משל וואס איז פאר דיר קראנטע דאטא?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
א פּאַשקעװיל ארומגעװארפן ער"ש 2 װאכן צוריק אין מאה שערים, אנטקעגן װאַקסינען:
1756481646840.webp
 
Back
Top