- זיך איינגעשריבן
- מאי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 103
- רעאקציע ראטע
- 712
@שמן למאור וויאזוי האסטו געקאפיעט דיינע ארטיקלען? (אויסער נעמען סקרין-שאַטס ווייס איך נישט פון א בעסערן וועג) ווייל אריינגיין צו יעדע ארטיקל און סעלעקטן+קאפּי & פּעיסט איז א ריזיגע ארבעט
כ׳וואלט מכיר טובה געווען צו הערן אן עצה
איך האב יא אזוי געטון, אריין אין יעדע אשכול און געקאפי פעיסטעד.
ס'נישט אזוי שווער, מען גייט אריין און מען קאפיט די גאנצע זאך. ס'נעמט טאקע צייט, אבער קיין אנדערע ברירה איז נישטא, קוק וואו זאכן האלטן יעצט.
כ'וועל זאגן נאכמער, כ'האב נישט געוואלט רעדן דערפון ווייל כ'ווייס אז וואס מען שרייבט דא ווערט געזען ביי די קאווע שטיבל מנהל, און עס וואלט געקענט טריגערן די מצב ווי מען האלט יעצט. אבער אז מען האלט שוין דא וועל איך זאגן.
די לעצטע פאר טעג האב איך שוין געשמעקט אז מען גייט קומען צו אזא מצב, האב איך געקאפי פעיסטעד וויפיל כ'האב נאר געקענט פון אמאליגע שטארקע אשכולות, לאו דוקא מיינע. כ'וואלט געדארפט טון מער, אבער ס'דאך אזא ריזיגע אוצר אז כ'האב נישט געקענט כאפן אלעס.
און אז קאווע שטיבל גייט זיך נישט צוריק עפענען אכ"פ צום ליינען, דאן וועל איך אי"ה פאוסטן דא קאווע שטיבל ארטיקלען. (איך האב פון מאחורי אויך)
איך האלט נישט אז ס'איז אן עוולה, ובפרט אז קאווע שטיבל איז פארשלאסן לגמרי. די שרייבערס האבן עס געשריבן אויף א פאבליק פלאטפארמע אז כלל ישראל זאל עס קענען זען, און עס געהערט נישט מער פארן מנהל פון קאווע שטיבל מער ווי פאר שמן למאור. כמובן וועל איך צושרייבן אז עס קומט פון קאווע שטיבל און געבן קרעדיט פאר די ניק שרייבער.
דאס פארשפארן קאווע שטיבל אויף צום ליינען איז נאך אזא עוולה נוראה ווי די אזוי געריפענע עוולה פון קאפיען ארטיקלען פון דארטן. אויב עפעס איז עס אסאך א גרעסערע עוולה, ממש הימל און ערד. שרייבערס האבן עס געשריבן אז מען זאל עס דווקא יא ליינען, נישט אז עס זאל פארשלאסן ווערן און אריין אינעם אפגרינד.
איי קאווע שטיבל איז נאר פארשפארט פאר 'צייטווייליג'? יא יא... איינער גלייבט נאך די מנהל? פאר 'טעכנישע סיבות' קען מען אויך מער נישט אננעמען קיין נייע ניקים פאר 'צייטווייליג' און קוק וואו מען האלט. אלע צייטווייליגע זאכן האבן זיך ארויסגעשטעלט צו בלייבן פערמענאנט, ובפרט אז כ'האב געהערט אז קרעמל האלט זיך נישט ביים צושטעלן צום מנהל'ס פארלאנגען.
הגם איך האב געשטימט אז מען זאל יא נאכגעבן זיינע פארלאנגען, איי איגאו? עס איז נאך א רינגעלע אין זיינע געזלייטינג און נארסעסיזום? איך הער די טענה, אבער וואס גייט מיר אן? זאל ער זיך פילן גוט אז ער האט נאך עפעס א קאנטראל אויף קרעמל, נאק יורסעלף אוט וויט איט זאגט מען אין אזא פאל. פיל זיך גוט מיט דעם, אבער למעשה וועט מען האבן די אלע אוצרות צו ליינען.
כ'האף אז מיט די תגובה שטיפ איך נישט אז עס זאל פאסירן, אבער כפי הנראה לי האלט מען שוין דארטן און ס'איז א שאד צו טאנצן ארום דעם בוש.
נאך א שטיק צייט אויב קאווע שטיבל עפענט זיך נישט אויף, גייט דא אנפאנגען ארויפצוגיין קאווע שטיבל ארטיקלען תמידים כסדרן אי"ה. און מנהל טייערע, וועסט פארגעסן ווערן פונעם האריזאנט צוזאמען מיט דיין הערליכן אוצר. אריין אין קבר צוזאמען מיט די גאנצע געלט, מורא'דיג! פון דיין אלע יארן שווערע, הייליגע - יצא שכרו בהפסידו'דיגע- ארבעט, וועט גארנישט פארבלייבן. אריין אין היסטאריע אלס דער 'גרעסטע' מעקער פון אינהאלטסרייכע הויעכע קאליבער אידישע ווירטואלע לייען מאטריאל זייט ששת ימי בראשית! עס לייגט אין שאטן די ארבעט פון פירן די סייט די פאר יאר.
וואט א שעים פון א לעגעסי!
לעצט רעדאגירט: