איך האלט עס נישט אויס. אזויפיל הארעוואניע אריינגעלייגט אינעם שטיבל, אזויפיל ארטיקלען געשריבן.
ווען ס'איז געווען די פאריגע שערוריה האב איך געטראכט אז איך דארף שנעל קאפיען און אוועקלייגן אלע מיינע ארטיקלען. למעשה איז די מנהל אריינגעקומען און געענטפערט, און כ'האב מיך אביסל בארואיגט.
זעענדיג די אשכול אז מען גייט שפארן, האב איך כאטש געהאפט אז ליינען וועט מען יא קענען. למעשה האב איך שוין פארלוירן טראסט און איך האב שנעל געקאפיעט אלע מיינע ארטיקלען. יעצט זע איך ווי וויכטיג די החלטה איז געווען.
ס'זיכער דא א פיטשער פון אפשפארן אז מען זאל נישט קענען שרייבן אבער יא ליינען. די מנהל האט עס קלאר דערמאנט ווען ער האט גערעדט וועגן די מעגליכע עתיד פון קאווע שטיבל. ס'איז א געוואלדיגע ווייטאג פארוואס מען האט דאס נישט געטון אויף דעם וועג.
ס'נישט צום גלייבן. אלע מיינע ארטיקלען וואס איך האב געשריבן פארן ציבור אויף אן אנגעבליכע פאבליק סייט זענען יעצט אלע אינטער שלאס און ריגל פארהאלטן דורך א יחיד. עיני עיני ירדה מים. כ'האף אז ס'וועט זיך נאך צוריק עפענען, אבער אפילו יא, ווייס איך שוין נישט מה יולד יום.
למעשה זייגט קאווע שטיבל אויף כוח כוחות לעצטנס. כמעט קיין איין זאפטיגע ארטיקל איז נישט ארויף, סתם נערישע אשכולות און תגובות אהער און אהין. איך בין פארנימען לעצטנס און כ'האב נישט צופיל צייט צו שרייבן, אבער אפילו אויב כ'וואלט יא געהאט צייט זע איך ממש נישט וואס איך וואלט געקענט עפעס צולייגן תוכנדיג.
קאווע שטיבל איז טעכניש פארטיג, עס גוסס'ט. אפילו עס עפנט זיך יא צוריק אויף וועט עס מסתמה האבן אזא פנים ווי ביז יעצט אדער נאך ערגער.
קאווע שטיבל, ס'איז געווען א פלעדזשור דיר צו קענען, מיר האבן שיין פארברענגט און געלערנט פון דיר. דו ביסט קליגער געווארן פון מיך און איך פון דיר. אזויפיל שעות האב איך פארברענגט מיט דיר, אבער יעדע גוטע זאך קומט צו אן ענדע. השם נתן והשם לקח, יהי שם ה' מבורך.