וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל?

קוקט אויס ווי די גאנצע מאווי פילם- טיווי סעריע פארום איז פארמעקט
 
איך שטעל אהער אן ענטפער קאפי פעיסט וואס די מנהל פון קאווע שטיבל האט מיר געשריבן אין אימעיל:



4) אשכולות אין מאחורי הפרגוד (וואס נאכ׳ן פארשפארן ק״ש האבן אונז געגעבן אפאר וואכן פאר יעדעם צו קענען בעטן זייערע ארטיקלען און אונז האמיר עס זיי געשיקט.)

5) אשכולות אין שבת אחים וואס זענען לכתחילה געשריבען געווארן אז ס׳זאל נישט זיין פאר די פאבליק.
די צוויי איז ליצי ליצנות! פארוואס דארפן שרייבערס פארלאנגען זייערע ארטיקלען? נישט יעדער שרייבער איז נאך געווען אקטיוו בשעת מעשה, און חוץ מזה זענען געווען טויזענטער נאכפאלגענדע באלערנדע שמועסן, די ארטיקל וואס ער איז מסכים ארויסצוגעבן איז נאר די ערשטע תגובה פון א לאנגע אשכול, וואס איז נאכגעפאלגט מיט צענדליגער תגובות, וואס האט מען פון דעם אז מ'גיט ארויס פאר די שרייבערס בלויז זייער ארטיקל?

די חלק פון שבת אחים איז טאקע געמאכט געווארן אז נישט יעדער דארף עס זעהן, אבער פארט איז דארט געווען אומצאליגע הערליכע אינטרעסאנטע אשכולות וואס איז חבל על דאבדין לא משתכחין, איך בין זיכער אז א חלק דערפון וואלט מען רואיג געקענט אויסשניידן און ארויסגעבן לאור עולם.

סך הכל האט דער מנהל געמאכט נייע אייגענע רולס און באשלאסן אז וויבאלד ער האט "נאר" פארמעקט די אשכולות וואס פאלן אונטער די 5 קאטעגאריעס - וואס דאס מעג ער דאך פארמעקן, ווארום ער האט דאך אליינס באשאפן א פינף שטערנדיגע היתר דערויף - ממילא קען מען מער נישט האבן קיין טענות אויף אים, און אויב יא איז מען סתם "א שקרן און א העיטער", בלשונו המאוס.
 
Just putting out there

אויב איינער לעבט פון אנהייצן מענטשן ביז זיי שפרינגן פון ווייטאג בשעתן שטיין אין די זייט און "הנאה האבן" פונעם טענריי הין און צוריק זאל ער ווייטער טראגן און ברענגן מעסעדשעס.

דו ווייסט מן הסתם נישט וואס דו טוהסט.
הער אויף צו גיסן זאלץ אויף מענטשן וואס זענען פארבליטיגט.
חוץ אויב דו האסט הנאה פון פארשפרייטן פּיין און מחלוקת ציווישען דיינע ברודער.
-

און צו דעי וואס שפירן בעוולט פונעם ענטפער, פליז ענטפער נישט. לאז אפ. ווער נישט אריינגעשלעפט אין ענערגיע וואס דו ווילסט נישט זיין.
 
איך שטעל אהער אן ענטפער קאפי פעיסט וואס די מנהל פון קאווע שטיבל האט מיר געשריבן אין אימעיל:


ק״ש באשטייט פון 16,448 אשכולות. פון דעם זענען בערך 1000 פארמעקט געווארן אין לויף פון די יארן וואס ק״ש איז געוועהן אפען און אויך ווען ס׳איז פארמאכט געווארן. בנוסף צו דעם זענען 793 אשכולות פארמאכט אין מאחורי און 175 אין שבת אחים. שלום עליכם איז אויך נישט אפען וואס איז נאך 178 אשכולות פון טעכנישע זאכען וואס דארפען נישט בלייבען לדורות.

אויך זענען דא תגובות וואס זענען אויסגעמעקט געווארן, וואס זענען נישט אסאך. ווייל מ׳האט אנגעהויבן מעקן און נאכדעם האט מען מחליט געוועהן אז מ׳מעקט נישט נאר מ׳מאכט nameless. אמווייניגסטענס 75% פון ק״ש איז עוועילעבל פאר די פאבליק און לכאורה איז עס אסאך מער פון דעם.

פון אלעס וואס איז פארמעקט איז עס נאר אין 5 קאטעגאריס:

1) אשכול וואס מ׳האט אויסגעמעקט אין די 12 יאהר וואס ק״ש איז נאך אנגעגאנגען און ס׳האט נישט געשטימט מיט די סטאנדארטען

2) אשכולות וואס די מחברים פון די אשכולות האבן געבעטען אז מ׳זאל פארמעקן זייער אשכול

3) תגובות וואס די מחבר האט געוואלט מ׳זאל פארמעקן

4) אשכולות אין מאחורי הפרגוד (וואס נאכ׳ן פאשפארן ק״ש האבן אונז געגעבן אפאר וואכן פאר יעדעם צו קענען בעטן זייערע ארטיקלען און אונז האמיר עס זיי געשיקט.)

5) אשכולות אין שבת אחים וואס זענען לכתחילה געשריבען געווארן אז ס׳זאל נישט זיין פאר די פאבליק.

חוץ מזה איז לפי ידיעתינו גארנישט פארמעקט, און אלע וואס זאגען פארקערט זענען שקרנים. אונז האמיר שוין תיכף נאכ׳ן פארשפארן געבעטען אז ווער עס ווייסט פון א אשכול ואוס איז בטעות פארמעקט שלא ברצון המחבר (און נישט פון די 5 קאטעגאריס) זאל אונז לאזן וויסן. ס׳איז נישטא אזא זאך.

אין לויף פון די 12 יאהר וואס ק״ש איז אנגעגאנגען האט מען געהאלטען איין זאך פאר די אויגן, צו זיין א תועלת פאר׳ן ציבור און פאר די שרייבער׳ס. און די זעלבע זאך האבן אונז געהאט פאר די אויגן ביים צושפארן.


נ״ב: דאס איז א איינמאליגע ענטפער צו די שקרים וואס ווערט נאכאנאנד איבערגע-חזרט, און מ׳קען זיך נישט כסדר אפגעבן מיט שקרנים און העיטערס, וואס וועלן אוודאי אפיר קומען מיט פרישע שקרים און בלבולים. ווער זיי זענען ווייסן אונז נישט, אבער מסתמא אזעלכע וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו ק״ש׳ס תקנות און מ׳האט זיי געמוזט מעקן אדער אויסשפארען, (אדער אפשר צוליב א מענטשליכע טעות מצד ק״ש), און זענען פארווייטאגט ביז היינט. האלט איין זאך פאר די אויגן, אז מ׳שרייט מ׳האט פארמעקט!! פרעג "וואס פינקליך האט מען פארמעקט"?
איך האב דורכגעטוהן די נאמבערס. אינטען פון ק״ש שטייט די טאטעל תגובות וואס איז 546739.
יעדע פארום ווייזט פינקטליך וויפיל תגובות ס׳איז דא דארטען. דא איז די ליסט פון די תגובות וואס מ׳קען יעצט זעהן אפען צו די פאבליק אין יעדע פארום
3
62924
73521
75283
11821
27404
10508
6298
1704
9396
1250
15619
4515
26861
14147
4953
10348
3812
16886
6221
5976
8629
3755
5126

די סך הכל פון דאס אלעס צוזאמען איז 406,960.

דאס איז 74.4 פערסענט פון אלע תגובות. זייער נאנט צו די נאמבער פון 75 וואס די מנהל האט געגעבן. אבער וואס ער האט שפעקעלירט אז ס׳קען זיין אסאך מער פון דעם זעהט נישט אויס אז ס׳איז אזוי
 
רוב טעלגרם לינקס ביי די אשכול פון מאוויס ארבעט נישט איז דא ערגעץ צי באקומען אפדעיטד לינקס?
 
לויט ווי ס'זעט אויס איז מחמת איזה סיבה פארמעקט רוב הודעות ווען מ'איז איינלאגירט, און דאס האט ווארשיינליך גורם געווען צו די טעות אין חשבון. ואתכם הסליחה.

למען האמת בין איך מוחה אויף די אומבאזירטע קאנספיראציעס פון די ק''ש מנהל אז די וואס האבן איהם דא אראפגעריסן זענען טראבל מעיקערס. ס'זענען דא פילע ניקס וואס האבן טענות וואס זענען אייביג געווען און גוטן שטאנד. ס'איז נישט ריכטיג געווען צו לאזן ליפערן פאלשע השערות. הצלחה.
 
למען האמת בין איך מוחה אויף די אומבאזירטע קאנספיראציעס פון די מנהל אז די וואס האבן איהם דא אראפגעריסן זענען טראבל מעיקערס ס'זענען דא פילע ניקס וואס האבן טענות וואס זענען אייביג געווען און גוטן שטאנד. ס'איז נישט ריכטיג געווען צו לאזן ליפערן פאלשע השערות. הצלחה.
כמים הפנים לפנים
 
Just putting out there

אויב איינער לעבט פון אנהייצן מענטשן ביז זיי שפרינגן פון ווייטאג בשעתן שטיין אין די זייט און "הנאה האבן" פונעם טענריי הין און צוריק זאל ער ווייטער טראגן און ברענגן מעסעדשעס.

דו ווייסט מן הסתם נישט וואס דו טוהסט.
הער אויף צו גיסן זאלץ אויף מענטשן וואס זענען פארבליטיגט.
חוץ אויב דו האסט הנאה פון פארשפרייטן פּיין און מחלוקת ציווישען דיינע ברודער.
-

און צו דעי וואס שפירן בעוולט פונעם ענטפער, פליז ענטפער נישט. לאז אפ. ווער נישט אריינגעשלעפט אין ענערגיע וואס דו ווילסט נישט זיין.
איך כאפ נישט אויב דו רעדסט צו מיר אדער צו קעניינע הארע.
 
רוב טעלגרם לינקס ביי די אשכול פון מאוויס ארבעט נישט איז דא ערגעץ צי באקומען אפדעיטד לינקס?
אסאך לינקסט צו מאוויס אין טעלעגראם ווערן כסדר געבלאקט דורך טעלעגראם וועגן קאפירייט
 
איך האב דורכגעטוהן די נאמבערס. אינטען פון ק״ש שטייט די טאטעל תגובות וואס איז 546739.
יעדע פארום ווייזט פינקטליך וויפיל תגובות ס׳איז דא דארטען. דא איז די ליסט פון די תגובות וואס מ׳קען יעצט זעהן אפען צו די פאבליק אין יעדע פארום
3
62924
73521
75283
11821
27404
10508
6298
1704
9396
1250
15619
4515
26861
14147
4953
10348
3812
16886
6221
5976
8629
3755
5126

די סך הכל פון דאס אלעס צוזאמען איז 406,960.

דאס איז 74.4 פערסענט פון אלע תגובות. זייער נאנט צו די נאמבער פון 75 וואס די מנהל האט געגעבן. אבער וואס ער האט שפעקעלירט אז ס׳קען זיין אסאך מער פון דעם זעהט נישט אויס אז ס׳איז אזוי
פריער האב איך געמאכט די חשבון לויט תגובות. איך האב יעצט געמאכט די זעלבע חשבון לויט אשכולות
אינטען פון ק״ש שטייט די טאטעל אשכולות איז 16448.
יעדע פארום ווייזט פינקטליך וויפיל אשכולות ס׳איז דא דארטען. דא איז די ליסט פון די אשכולות וואס מ׳קען יעצט זעהן אפען צו די פאבליק אין יעדע פארום
2
2361
2191
1756
150
831
360
98
74
325
38
547
167
1114
341
191
340
144
379
184
507
342
147
173
די סך הכל פון דאס אלעס צוזאמען איז 12,762.

דאס איז 77.6 פערסענט פון אלע אשכולות. דאס איז נאך העכער פון די נאמבער פון 75 פערסענט וואס די מנהל האט געגעבן.
 
דער מנהל סווייפד זיין קרעדיט קארד נאכן רעטייערן אין דא ביטשט מען אויף אים.

ווערטער קענען נישט ארויסברענגן די רשעות פון געוויסע עם קשה עורף אידן. הלוואי איך קען זיי פארשפארן די אייפי זיי זאלן גארנישט קענען זען אויף קאווע ש'
 
איז דעס אויך די מנהל'ס שילד?🤣

גאנץ קרעמל איז די מנהל'ס שולד, ווען נישט ק"ש וואלטן אונז נישט געהאט דעם השגה צו האבן א פארום פון אפנקייט.
אזוי פיהל חברים זענען צושטאנד געקומען צוליב זיין שולד פארן שלעפן ק"ש מיט די לעצטע כוחות וואס ער האט געהאט, ביז די קומענדיגער דור האט געקענט גיין ווייטער.
אזוי פיהל קנאלידש, וואלידעישאן, און סעיפטי וואס אסאך אידן האבן געהאט איז זיין שולד.

ס'שוין צייט צו אויפהערן גרובלן אין ווייטאגליכע זאכן פון אומפארשטענדענישן, אויפרעגן און ארויפברענגן אלטע וואונדן, און ענדערש שעצן די געוואלדיגער מתנה וואס ק"ש איז געווען און איז לדורות.

כ'גיי אפי' נישט באדאנקן פאר אסאך גוטע זאכן, כדי נישט אויפוועקן אן אומגעוואונטשענע רעספאנס.

די הסבר פון די מנהל און @איצטרוביל איז פונקט גענוג פאר מיר כ'זאל פארשטיין אז זיי מיינן נישט קיין שלעכטס. (איך טראסט היינט מער אז מענטשן וואס בויען א סייט מיט זייער שווייס און בליט, גייען עס נישט סתם לייגן אין דער ערד. אויב ס'דא אומפארשטענדענישן מעג מען נאכאלס דורכזעהן אז ס'ליגט דא דאגות פון מעגליכע זיידעס וואס האבן נישט די כוחות זיך אפצוגעבן און פארענטפערן. און אפי' אויב זיי זענען אומגערעכט לויט די 'פארשריפטן', האבן זיי נאכאלס א לעבן וואס זיי טארן נישט מקריב זיין. די פארשטענדעניש דארף מער נישט זיין לויט די 'הלכות', ס'האלט שוין ביים סטעידש ווי זאכן זענען פארשטענדליך מיט אביסל הארץ, אזוי ווי מ'פארשטייט א ווייב און קינדער, הגם זאכן טון וויי אמאל. סך הכל בעהט מען פאר אביסל קאמפעשאן פאר מענטשן וואס האבן געטראגן א גרויסער לאסט פאר אונז. און מעגן אויך האבן געמאכט טעותים. זה לא נורא. מ'איז נאכנישט חייב מיתה פארדעם.)

און דעם איינרעדעניש אז אלעס מוז זיין פערפעקט מעג נאכלאזן. גארנישט און קיינער איז נישט פערפעקט.
אויב זאכן זענען ווייטאגליך, וועט איבערקייען ברבים נישט לינדערען די פיין.
-

דאס איז די געפיהל וואס קאכט אין מיר. כ'זעה ווי כאילו כ'טרעף דעי וואס האבן געפענט און משקיע געווען יאהרן פון זייער לעבן פארן סייט קוקן מיר אהן און פרעגן מיר "וואס ווילסטו?!" יא, ס'איז ווייטאגליך פאר אונז אויך. ס'קיינעם נישט געשמאק זיך צו טרעפן אין א פאזיציע בהכרח אהן קיין טראפ ענערגיע פאר דעם. ס'קיינעם נישט געשמאק צוריק צו באקומען פעטש נאכן מקריב זיין אזוי פיהל פארן כלל. פליז לאז אפ. לאז אונז ענדיגן לעבן במנוחה. פליז!
 
Back
Top