- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,193
- רעאקציע ראטע
- 3,797
שוין לאנג נישט אריין אין א היימישע ביכער/ספרים געשעפט וואוסענדיג אז זיי האבן מיר נישט וואס צו פארקויפן. וואס איך זיך וועל איך אויף 13טער גאס אין בארא פארק אדער אויף מעין סטריט אין מאנסי, פארעסט רד. אין ק"י נישט קענען טרעפן. טוביע'ס אולי, ואולי.
אבער עס קומט לאנגע טעג יו"ט, איך האב זיך נישט געכאפט מפני טרדת הערב חג, געווען זייער פארנומען אריין ברענגן די יו"ט ממשמשים ובאים בדמים תרתי משמע. איך האב פשוט פארגעסען אין די גרויסער ראש צו צוגרייטן ליין מאטריאל פאר די לאנגע הייליגע טעג וואס זענען אט אט דא. ער"פ די חמץ שוין ארויס פון שטוב. די סדר טיש שיין געדעקט, די קינדער אפגעבאדן, און געלייגט דרימלען כדי זיי זאלן זיין גרייט צו קענען פרעגן די פיר קשיות. טראכט איך זיך צו מיר וואס גיי איך איצטערט טאהן ? וואס גיי איך ליינען במשך די לאנגע טעג. אז מען גרייט נישט אן איז נישטא, מה אני אעשה פאר מיינעט וועגן פאר מיין מים חיים קוואל זיכען איצטערט ליטעראטור ערב יו"ט שוין נישטא קיין צייט ווי צו גיין זוכן פיינע חומר.
בלית ברירה גיי איך אריין אין מיין לאקאלער גראסעריי, ווי איך האב באמערקט גאנצעטע סקיטס מיט די היימישע מאגעזינען, לאז מיר כאפן א בליק וואס זיי פארקויפן דארט. נאך קיין מאל אין האנט אריין גענומען אזא מאגאזין וואוסענדיג אז זיי האבן פאר מיין הפלאדיגען מח נישט וואס צו פארקויפן. אבער לייביש בוסט נישט אזוי גרויס, די ווייסט נישט אלעס אפשר איז יא דא עפעס אינטערסאנט וואס די קענסט דא אין די היימישע רובריקן עפעס קונה זיין ?
געשפענדעד 50 - 60 טולער אדער איינגעהאנדעלט די אלע מעגעזינען טויזענטער בלעטער צייטונגען און מאגאזינען. עס איז געווען שווער אין די האנט צו האלטן, אזוי פיהל חומר וואו איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז די מאגאזינען שטעלן צו אזאנע דיקע ביכער. מן הסתם האט ער יא עפעס מיר צו פארקויפן. אזוי דיק צו זיין, מן-הסתם איז יא יש דברים בגו.
און איר האט צו געטראפן, איך בין נאך אלץ משוגה געווארן פאר ליידיג-גייען. נישטא קיין איין בלאט וואס עס איז אולי ווערט צו ווערן אנגערופן ליטעראטור צום ליינען צו בארייכערען מיינע ידיעות אין סיי וואספארא נושא. אויסער צו וויסען וועלעכע רבי איז ווען געגאנגען אין ביה"כ האט עס גארנישט פארקויפט.
בין איך משוגע אדער וואס. וואס דריקט מען אזאנא דיקע ביכער מיט לייען מאטריאל וואס מען קען ניטאמאל אין די האנט אריינעמען, און פארוואס זאלן די עדווערטטיזער וועלן אין אזא מאגעזין ווערן אדווערטייזט. ווער ליינט דאס?
קען מיר איינער דאס מסביר זיין?

לעצט רעדאגירט: