Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
כ'האב טאקע באמערקט, די קאלארס זענען שוין אויך נישט אזוי שרייעדיג ווי עס פלעגט זיין... אכשר דרא...היינט איז שוין אין סטייל אז סזאל אויסקוקן נאטורליך, דהיינו א דינע שיכט, נישט קיין 7 לעיער מעקאפ...
מיין ווייב שוין געטוהן מיט רשות פון א דיין, ס'געווען א ל"ט ביי א נאנטע משפחה שמחהס׳איז דא אסאך רבנים וואס זענען מתיר צו לייגן שבת ויו״ט דורך א גויטע לכתחילה.
לייכטע מעיקאפ, לאנגע סקירטס טאקע אכשר דרא..כ'האב טאקע באמערקט, די קאלארס זענען שוין אויך נישט אזוי שרייעדיג ווי עס פלעגט זיין... אכשר דרא...
איז נאכנישט פארהאן אן AI מיקל? נאר די חומרא'ס אינפארמעישאן פארמאגט ער??אז מען וויל שטארק קען מען מאכן אן איסור אויף פערפיום אויכעט, מוליד צו משיחה, מען דארף נאר וועלן, אז מ׳וויל העלפט דער באשעפער!
דאָ האסטו פון ChatGPT
After a small search ai told me this. Approximately 40 tons of makeup are produced each day for the global market. However, it's worth noting that this figure refers to production and not to the amount used personally by individuals. Daily personal usage varies greatly among individuals.ניין איך קום נישט דא מוחה זיין אדער עפעס... נאר סתם אן אבזירעוואציע און א מחשבה וואס איך האב געהאט...
גייענדיג אויפן בארא פארקער גאסן די ערשטע נאכט יו"ט, געפאקט מיט מענטשן, קאפלס, משפחות, וכו', באמערק איך, אומוועלעדיג פארשטייך זיך, ווי די פרויען זענען אזוי שיין אויסגעפיצט לכבוד יו"ט, און דאס מערסטע האט ארויסגעשיינט די דיקע לעיערס פון שמירעכטס אויפן פנים... טארכט איך צו מיר, וויפיל טאנען און טאנען פון מעיקאפ זענען גענוצט געווארן דעם ערב יום טוב דא אין בארא פארק אליין... אזוי פיל טויזענטער פרויען, מיט אזוי פיל מעיקאפ... טראכט איך אריין אינטערסאנט פארוואס האבן נישט די יודישע ביזנעסלייט ארויף געכאפט דערויף??! פארוואס איז נישטא קיין היימישע מעיקאפ קאמפעניס?!! זייער אסאך גויאישע זאכן וואס ווערט גענוצט מיט די יודן אסאך, מאכן עס יודן נאך, און מ'מאכט שיין פרנסה דערפון... אתמהה...
וואו ליגט די סטאדי?
וועסט נישט טרעפן וואס צו ווייזן פון מער (דמתקריא) היימישע פוסקים, אזוי מיין איך. ס'דארף לכאורה זיין א שאלה פון ממרח, צובע. רבי עובדיה יוסף איז אויך נישט מתיר בשופי נאר מיט געוויסע תנאים עי' כאן. נאר ס'ליגט מיר אין קאפ אז מ'פארקויפט עפעס מיט א הכשר (כ'ווייס נישט וועלכע) וואס דאס מעג מען שמירן אין שבת.איז דא א היתר צו ניצן שבת makeup?
איך ווייס אז ר' משה פיינשטיין און עובדיה יוסף האבן מתיר געווען, אבער איך זיך עפעס וואס מיין ווייב זאל קענען ווייזן פאר אירע געשוויסטער, און בעסער אויב עס איז א געשריבענע תשובה
דהיינו?