מעיקאפ...

עס איז דא א תשובה פון ר' אברהם עמרם מייזעלס און רבי משה פרידמאן דומ"ץ סאטמאר בארא פארק אין זייערע תשובה ספרים, ווי זיי זענען ביידע נוטה להיתר צו לייגן מעיק אפ דורך א גויטע (אדער אפשר אפילו אליינס, איך געדענק נישט) פאר ווער עס גייט אין מקוה פרייטאג צונאכטס און נאכדעם גייט מען גיין צו א משפחה שמחה און מען שעמט זיך אז עס זאל זיך נישט אנזעהן אז מען איז געווען אין מקוה, שרייבן זיי דארט ביידע להיתר (אפילו עטליכע אנדרייערס האבן זיי פרובירט צו טעראריזירן).

די היתר איז וועגן כבוד הבריות און וועגן נאך היתרים וואס זיי בויען עס עס.
 
ניין איך קום נישט דא מוחה זיין אדער עפעס... נאר סתם אן אבזירעוואציע און א מחשבה וואס איך האב געהאט...
גייענדיג אויפן בארא פארקער גאסן די ערשטע נאכט יו"ט, געפאקט מיט מענטשן, קאפלס, משפחות, וכו', באמערק איך, אומוועלעדיג פארשטייך זיך, ווי די פרויען זענען אזוי שיין אויסגעפיצט לכבוד יו"ט, און דאס מערסטע האט ארויסגעשיינט די דיקע לעיערס פון שמירעכטס אויפן פנים... טארכט איך צו מיר, וויפיל טאנען און טאנען פון מעיקאפ זענען גענוצט געווארן דעם ערב יום טוב דא אין בארא פארק אליין... אזוי פיל טויזענטער פרויען, מיט אזוי פיל מעיקאפ... טראכט איך אריין אינטערסאנט פארוואס האבן נישט די יודישע ביזנעסלייט ארויף געכאפט דערויף??! פארוואס איז נישטא קיין היימישע מעיקאפ קאמפעניס?!! זייער אסאך גויאישע זאכן וואס ווערט גענוצט מיט די יודן אסאך, מאכן עס יודן נאך, און מ'מאכט שיין פרנסה דערפון... אתמהה...
ס'איז יא א דא היימישע קאמפאני, ס'האט נישט קיין היימישע נאמען אבער ס'ווערט געמאכט דורך פרומע
 
היימישע ווייבלעך לייגן מער אפט מעיקאפ ווי אלגעמיינע מענטשן?

איך געדענק נישט אריינשפאצירן אין וואלמארט און זעהן אויף א מיטוואך אינדערפרי דער עולם זאל זיין אנגעשמירט.

גיי אריין אין עווערגרין ביי סיי וועלכע געגעבן צייט, ס'זעהט אויס ווי א מאסן בעשוי פעסטיוואל...
פשוט אזוי.
מ'לעבט נישט נאטורליך.
 
עס איז דא א תשובה פון ר' אברהם עמרם מייזעלס און רבי משה פרידמאן דומ"ץ סאטמאר בארא פארק אין זייערע תשובה ספרים, ווי זיי זענען ביידע נוטה להיתר צו לייגן מעיק אפ דורך א גויטע (אדער אפשר אפילו אליינס, איך געדענק נישט) פאר ווער עס גייט אין מקוה פרייטאג צונאכטס און נאכדעם גייט מען גיין צו א משפחה שמחה און מען שעמט זיך אז עס זאל זיך נישט אנזעהן אז מען איז געווען אין מקוה, שרייבן זיי דארט ביידע להיתר (אפילו עטליכע אנדרייערס האבן זיי פרובירט צו טעראריזירן).

די היתר איז וועגן כבוד הבריות און וועגן נאך היתרים וואס זיי בויען עס עס.
הייסט דאס אז ער האלט נישט אז מעיק אפ איז אסור?
 
זיי ווייסען אז זייערע מענער האבן נישט ליב די עצם ווייב זייערע, נאר אויב זיי זענען א פולקאמע קאלארינג בוק....
 
וואז איז מיט די ארגינעלע אין לשה"ק?
 
וואס טוט מען אז מיין ווייב לייגט נישט קיין מעיקאפ און אויכעט גייט זי מיט א שפיצל און בין אבסעסד מיט דעם אז איך מיס אסאך
קען מיר איינער מחזק זיין
 
וואס טוט מען אז מיין ווייב לייגט נישט קיין מעיקאפ און אויכעט גייט זי מיט א שפיצל און בין אבסעסד מיט דעם אז איך מיס אסאך
קען מיר איינער מחזק זיין
אויב דו ביסט אבסעסד דערמיט שמיר דיך אליינס אן וואס ווילסטו פון איר?
 
וועסט נישט טרעפן וואס צו ווייזן פון מער (דמתקריא) היימישע פוסקים, אזוי מיין איך. ס'דארף לכאורה זיין א שאלה פון ממרח, צובע. רבי עובדיה יוסף איז אויך נישט מתיר בשופי נאר מיט געוויסע תנאים עי' כאן. נאר ס'ליגט מיר אין קאפ אז מ'פארקויפט עפעס מיט א הכשר (כ'ווייס נישט וועלכע) וואס דאס מעג מען שמירן אין שבת.
עס איז דא עפעס א קאמפעני וואס פארקויפט שבת מעיקאפ, אויף וואס איז די היתר געבויעט?
 
עס איז דא עפעס א קאמפעני וואס פארקויפט שבת מעיקאפ, אויף וואס איז די היתר געבויעט?
וואס איז דער איסור פון מעיקאפ און שבת?
איפור איז אקט פון "צובע", וואס איז פון די ל״ט מלאכות (גמרא שבת צה ע"א).

אבער צביעה מדאורייתא איז נאר ווען עס איז "מתקיים" – דהיינו ס׳בלייבט פאר א לאנגע צייט.
רמב"ם משנה תורה הל' שבת ט,יג: הַצּוֹבֵעַ חוּט שֶׁאָרְכּוֹ אַרְבָּעָה טְפָחִים אוֹ דָּבָר שֶׁאֶפְשָׁר לִטְווֹת מִמֶּנּוּ חוּט כָּזֶה חַיָּב. וְאֵין הַצּוֹבֵעַ חַיָּב עַד שֶׁיְּהֵא צֶבַע הַמִּתְקַיֵּם. אֲבָל צֶבַע שֶׁאֵינוֹ מִתְקַיֵּם כְּלָל כְּגוֹן שֶׁהֶעֱבִיר סָרָק אוֹ שָׁשַׁר עַל גַּבֵּי בַּרְזֶל אוֹ נְחשֶׁת וּצְבָעוֹ פָּטוּר. שֶׁהֲרֵי אַתָּה מַעֲבִירוֹ לִשְׁעָתוֹ וְאֵינוֹ צוֹבֵעַ כְּלוּם. וְכָל שֶׁאֵין מְלַאכְתּוֹ מִתְקַיֶּמֶת בְּשַׁבָּת פָּטוּר.

איפור אויפן עור האדם איז נאר מדרבנן, אפילו ווען עס האלט זיך
משנה ברורה סי' שג', ס"ק עט: "ומ"מ אפילו העברת סרק ע"פ אשה ג"כ אינו אלא דרבנן דאין צביעה מדאורייתא על עור האדם ועיין בבה"ל."


הגר״מ פיינשטיין מתיר פאודער
שו"ת אגרות משה, או"ח, חלק ה' סי' כז: שימוש באבקת איפור לצביעת הפנים בשבת – למע"כ נכדי היקר הרה"ג מוהר"ר מרדכי טנדלר שליט"א. הנה נכון מה דהשבת להרה"ג מוהר"ר דוד וינבערגער שליט"א אודות מש"כ בספרי אג"מ או"ח ח"א סימן קי"ד בענין צביעת הפנים. וז"ל התשובה, וכן אסור לאשה לצבוע את פניה מדין צביעה, אבל לזרוק את הפאודער לבן על הפנים שלא מתקיים כלל אין בזה איסור צביעה, ע"כ. ואמרת שלכאורה יש להתיר מהאי טעמא גם במיני אבקת איפור (פאודער) הצבועים… וגם נכון מה שאמרת שיש ליזהר מליתן היתר כללי גם לאבקה לבנה, שאחר הנסיון וחקירות ודרישות נראה שרוב האבקות הנמכרות לתמרוקי נשים נעשות עם בסיס של מיני שמנונית, ויש מהם שמתקיימים לזמן, וממילא יש ברובן חשש צובע, ורק האחרים שאינם מתקיימים מותרים. ובלי נסיון באומדן דבר כזה, קשה להכריע מן הסתם. ובתשובתי הנ"ל כיוונתי לאבקה לבנה פשוטה הנקראת "טאלק" הנעשית בלי שמנונית ואינה מתקיימת… זקנך אוהבך בלו"נ, משה פיינשטיין.

הגר״ע יוסף איז מתיר אפילו פאודער מיט פארב, כל זמן וואס עס איז נישט געמישט מיט אויל.

ער לייגט צו א שיינעם נימוק פון כבוד הבריות, שלא יתגנו על בעליהן.

שו"ת יחוה דעת, ח" סי' כח: שאלה: האם מותר לנשים לתת פודרא על פניהן בשבת, או יש בזה איסור משום צביעה בשבת?

….ולכן יש להתיר נתינת פודרא גם צבעונית, ובלבד שלא תהיה מעורבת במשחה או קרם. וראה לרבינו אליעזר בר נתן, הראב"ן (סימן שנ"ד), שהתחשב להקל בנידון כזה, מטעם שלא יתגנו על בעליהן, בפרט לאשה הרגילה בכך. ובשל סופרים הלך אחר המיקל, כמבואר במסכת עבודה זרה (דף ז' ע"א). וכן פשט המנהג להקל והנח להם לישראל.



אבוויעסלי, אויב זיכט מען איסורים העסטע טרעפן לרוב
 
Back
Top