מעיקאפ...

וואס פאלט דיר איין אז עס איז נישט דא קיין אידישע מארקעט פון מעיקאפ?
פארקויפן אנליין איז נישט גענוג?
עס מוז מעניופעקטשערד ווערן דורך אידן?
פריוועט לעיבל איז נישט גענוג?
 
אגב, עס איז דא א ברענד וואס באלאנגט פאר א פרומע איד אפשר נישט חסידיש אבער זיכער שומרת תומ”צ. איך געדענק נישט וועלכע, אבער מיין באבע געדענקט איר פון בית יעקב פון ווילי.
 
היינט איז שוין אין סטייל אז סזאל אויסקוקן נאטורליך, דהיינו א דינע שיכט, נישט קיין 7 לעיער מעקאפ...
כ'האב טאקע באמערקט, די קאלארס זענען שוין אויך נישט אזוי שרייעדיג ווי עס פלעגט זיין... אכשר דרא...
 
ס׳איז דא אסאך רבנים וואס זענען מתיר צו לייגן שבת ויו״ט דורך א גויטע לכתחילה.
מיין ווייב שוין געטוהן מיט רשות פון א דיין, ס'געווען א ל"ט ביי א נאנטע משפחה שמחה
 
כ'האב טאקע באמערקט, די קאלארס זענען שוין אויך נישט אזוי שרייעדיג ווי עס פלעגט זיין... אכשר דרא...
לייכטע מעיקאפ, לאנגע סקירטס טאקע אכשר דרא..
געב עס אפאר וואכן אפאר ליידגייער וועלן טענהן אז זיי ווערן הייס פון לייכטע מעיקאפ און עס וועט זיין קו"ק אז מען מיז לייגן שטארק געדעכטע שיכטן מעיקאפ
 
אז מען וויל שטארק קען מען מאכן אן איסור אויף פערפיום אויכעט, מוליד צו משיחה, מען דארף נאר וועלן, אז מ׳וויל העלפט דער באשעפער!

דאָ האסטו פון ChatGPT
איז נאכנישט פארהאן אן AI מיקל? נאר די חומרא'ס אינפארמעישאן פארמאגט ער??
 
ניין איך קום נישט דא מוחה זיין אדער עפעס... נאר סתם אן אבזירעוואציע און א מחשבה וואס איך האב געהאט...
גייענדיג אויפן בארא פארקער גאסן די ערשטע נאכט יו"ט, געפאקט מיט מענטשן, קאפלס, משפחות, וכו', באמערק איך, אומוועלעדיג פארשטייך זיך, ווי די פרויען זענען אזוי שיין אויסגעפיצט לכבוד יו"ט, און דאס מערסטע האט ארויסגעשיינט די דיקע לעיערס פון שמירעכטס אויפן פנים... טארכט איך צו מיר, וויפיל טאנען און טאנען פון מעיקאפ זענען גענוצט געווארן דעם ערב יום טוב דא אין בארא פארק אליין... אזוי פיל טויזענטער פרויען, מיט אזוי פיל מעיקאפ... טראכט איך אריין אינטערסאנט פארוואס האבן נישט די יודישע ביזנעסלייט ארויף געכאפט דערויף??! פארוואס איז נישטא קיין היימישע מעיקאפ קאמפעניס?!! זייער אסאך גויאישע זאכן וואס ווערט גענוצט מיט די יודן אסאך, מאכן עס יודן נאך, און מ'מאכט שיין פרנסה דערפון... אתמהה...
After a small search ai told me this. Approximately 40 tons of makeup are produced each day for the global market. However, it's worth noting that this figure refers to production and not to the amount used personally by individuals. Daily personal usage varies greatly among individuals.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
makeup-wearing-1-jun24-1.png
 
makeup-wearing-2-jun24-1.png
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איז דא א היתר צו ניצן שבת makeup?

איך ווייס אז ר' משה פיינשטיין און עובדיה יוסף האבן מתיר געווען, אבער איך זיך עפעס וואס מיין ווייב זאל קענען ווייזן פאר אירע געשוויסטער, און בעסער אויב עס איז א געשריבענע תשובה
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איז דא א היתר צו ניצן שבת makeup?

איך ווייס אז ר' משה פיינשטיין און עובדיה יוסף האבן מתיר געווען, אבער איך זיך עפעס וואס מיין ווייב זאל קענען ווייזן פאר אירע געשוויסטער, און בעסער אויב עס איז א געשריבענע תשובה
וועסט נישט טרעפן וואס צו ווייזן פון מער (דמתקריא) היימישע פוסקים, אזוי מיין איך. ס'דארף לכאורה זיין א שאלה פון ממרח, צובע. רבי עובדיה יוסף איז אויך נישט מתיר בשופי נאר מיט געוויסע תנאים עי' כאן. נאר ס'ליגט מיר אין קאפ אז מ'פארקויפט עפעס מיט א הכשר (כ'ווייס נישט וועלכע) וואס דאס מעג מען שמירן אין שבת.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
היימישע ווייבלעך לייגן מער אפט מעיקאפ ווי אלגעמיינע מענטשן?

איך געדענק נישט אריינשפאצירן אין וואלמארט און זעהן אויף א מיטוואך אינדערפרי דער עולם זאל זיין אנגעשמירט.

גיי אריין אין עווערגרין ביי סיי וועלכע געגעבן צייט, ס'זעהט אויס ווי א מאסן בעשוי פעסטיוואל...
 
עס איז דא א תשובה פון ר' אברהם עמרם מייזעלס און רבי משה פרידמאן דומ"ץ סאטמאר בארא פארק אין זייערע תשובה ספרים, ווי זיי זענען ביידע נוטה להיתר צו לייגן מעיק אפ דורך א גויטע (אדער אפשר אפילו אליינס, איך געדענק נישט) פאר ווער עס גייט אין מקוה פרייטאג צונאכטס און נאכדעם גייט מען גיין צו א משפחה שמחה און מען שעמט זיך אז עס זאל זיך נישט אנזעהן אז מען איז געווען אין מקוה, שרייבן זיי דארט ביידע להיתר (אפילו עטליכע אנדרייערס האבן זיי פרובירט צו טעראריזירן).

די היתר איז וועגן כבוד הבריות און וועגן נאך היתרים וואס זיי בויען עס עס.
 
Back
Top