וואס איז א קולט?

דאס האב איך געהאט צאמגענומען איבער די טעמע א חלק פון ע"א און געבויט אויף די אויטאריטעיטן וואס איך קען אויף דעם געביט.

ליין עס גוט אדורך און שטעל דיר אפ ביי יעדע איינס, און זעה אויב ס'איז קענטבאר. מ'דארף נישט אלע צו עמטליך זיין א קולט.

The study of cults and their characteristics is complex and often involves various sociological perspectives. While there isn't a universally agreed-upon list of qualifications or symptoms that define a cult, several sociologists, including Stephen Kent and Janja Lalich, have identified common traits that are often associated with cultic groups. Below are some characteristics frequently cited in the literature:

1. Authoritarian Leadership: Centralized control by a single leader or a small group of leaders who demand absolute obedience.

2. Totalitarian Ideology: A belief system that claims to provide ultimate answers to life’s questions and often presents an "us vs. them" worldview.

3. Isolation: Encouragement or coercion of members to isolate themselves from outside influences, including family and friends.

4. Manipulative Recruitment: Use of deceptive or manipulative techniques to recruit new members.

5. Exploitation: Financial, emotional, or physical exploitation of members, often requiring significant sacrifices.

6. Control of Information: Suppression of dissenting information and discouragement of critical thinking about the group’s beliefs.

7. Fear and Intimidation: Use of fear tactics to maintain control over members, including threats of punishment or shunning.

8. Emotional Manipulation: Use of guilt, shame, or love bombing to manipulate members’ emotions and maintain loyalty.

9. Cult of Personality: The leader is often idolized and seen as infallible, leading to a strong emotional attachment from followers.

10. Apocalyptic Beliefs: A belief in an impending catastrophe or significant change that only the group can survive or navigate.

11. Rigid Thought Reform: Systems in place for indoctrination and thought reform, often involving intense psychological pressure.

12. Groupthink: A culture that discourages dissent and promotes conformity among members.

13. Secrecy: A culture of secrecy surrounding the group's practices and beliefs.

14. Denial of Reality: Encouragement to reject external reality in favor of the group's beliefs.

15. Dependency: Inducing a sense of dependency on the group for emotional, spiritual, or financial support.

16. Discouragement of Individuality: Suppression of personal identity in favor of group identity.

17. Us vs. Them Mentality: A strong dichotomy between members and non-members, often portraying outsiders as dangerous or misguided.

18. Rigorous Commitment Requirements: High demands for time, energy, and resources from members.

19. Public Declarations of Loyalty: Pressure to publicly affirm loyalty to the group and its leaders.

20. Altered States of Consciousness: Use of techniques such as meditation, chanting, or other practices to induce altered states for control or indoctrination.

21. Disruption of Family Bonds: Encouragement to sever ties with family members who are not part of the group.

22. Mythologizing the Group's History: Creating a narrative that portrays the group as unique or chosen, often with exaggerated claims about its origins.

23. Shunning or Excommunication: Punitive measures against members who question or leave the group.

24. Lack of Accountability: Leaders are not held accountable for their actions, often leading to abuses of power.

25. Excessive Focus on Recruitment: Prioritizing recruitment over the well-being of existing members.

26. Altered Language: Use of specialized jargon or euphemisms that create barriers to understanding for outsiders.

27. Intense Group Cohesion: Strong emphasis on loyalty to the group over personal relationships outside the group.

28. Rejection of Mainstream Society: A belief that mainstream societal norms and values are corrupt or inferior.

29. Persecution Complex: A belief that the group is being persecuted by outsiders or society at large.

30. Promise of Special Knowledge: Claims that members possess unique insights or knowledge unavailable to outsiders.
 
למעשה פרנס, לויט דיין הגדרה האסטו אביסל פארלייכטערט די שעדליכעקייט און געפערליכע סטיגמע וואס א קולט טראגט מיט זיך.

כמעט יעדע מענטש האט א געוויסע אטאריטעט וואס ער האט ביי אים דעם "עד כאן". ביי איינער איז עס טראמפ, ביי אן אנדערע איז עס זיין ראש ישיבה, סענעטאר, אדער גאר זיין טאטע.

אז איינער האלט אז זיין טאטע איז אלעמאל ערליך און אפילו ער זעט אים טון אן עוולה פארענטפערט ער עס מיט כל מיני תירוצים איז פשט אז ער איז אין א קולט?

דאס איז זיכער אז ס'איז איינע פון די סימנים פון א קולט. דאס אז די פירער איז אלעמאל גערעכט און ער האט די עקסקלוסיווער אמת העכער סיי וועמען איז זיכער איינע פון די שטארקע שליסלעך וואס א קולט פארמאגט, אבער דאס איז נישט אלעס.

צו הייסן א קולט פארלאנג זיך אויך אז די פירער זאל האבן אן אבסאלוטן אטאריטעט, אן קיין געהעריגע איבערזיכט, און אן אומגעזינטן לעיאליטעט פון די קולט מעמבערס צום קולט פירער.

אז איינער איז א פייערדיגן חסיד פון רב שך און פארענטפערט אלע זיינע עבירות, אבער למעשה ווען עס קומט צו זיין פערזענליכע לעבן פייפט ער זיך אן אויף רב שך, איז ער לכאורה נישט אין קיין קולט.
האסט א פוינט.

א חבר האט זיך מיר אויסגערעדט און זיך טאקע אויסגעדריקט אז זיין משפחה איז א קולט. איך ווייס טאקע נישט צו ס'וועט נאכקומען אלע טרעיטס אבער מ'קען עס אבסאלוטלי הערן. סטיוון האסן האט מיר אויפגעפענט די אויגן אז די קולט דעפינישן איז אסאך אסאך שמאלער ווי די scandalous שרעקעדיגע דראמאטישע קולט ווי נעקסיעם אדער אזעלכע לב טהור אדער ענליכע פארבארגענע קאמיוניטי'ס, מיט זיין וועג פון טראכטן קום איך צו אז ACN און הערבעלייף איז א קולט, א געוויסע אספעקט פון קולטיסם איז עס. אפשר איז עס נישט די בעסטע פאר טיווי אבער מ'מעסט מיט דיין מוח און ווען מ'פרעגט קשיות הערט מען נישט קיין נארמאלע תירוצים? איז דאס שוין א קולט!

זייער סך אמאל נעמט עס אריין די טרעיט פון אוועקגעבן גאר סך צייט פאר די קאוז אויך, וואס איז שוין מער אבוויעס פאר א געניט אויג.
 
פון אן אקאדעמישע פערספעקטיוו איז זייער שווער צו מסביר זיין וואס א קולט איז.

געווענליך איז עס קלאסיפיצירט דורך פארשער אונטער בערך די גדרים וואס מ'רעדט דא. אבסעלוט אויטאריטעט, אפהאקן די דרויסענדע קאמיוניקאציע, און אביוז אויף די נאכפאלגער...

לויט די APA איז די הגדרה:


די פראבלעם איז אז א גרויסע חלק פון דעם אליין איז שווער מגדיר צו זיין.

1. ס'איז נישט דווקא קלאר וויאזוי מגדיר צו זיין רעליגיע. (א שמועס פאר זיך)

2. ס'איז נישט קלאר וואס מיינט unusual beliefs. ס'קען מיינען ביי יעדעם עפעס אנדערש. פאר אן אטעיסט איז יעדע רעליגיע אין דעם קאַטעגאָריע.

3. Authoritarian איז אויף א ספעקטרום. ס'איז שווער צו זאגן ביי וועלכע פונקט פונעם ספעקטרום ווערט עס א קולט.

לסיכום. עס איז נישט קלאר וואס א קולט איז, פונקט ווי ס'איז נישט עכט קלאר וואס א רעליגיע איז.

יעדער האלט אז וואס ער גלייבט איז ראציאנאל און וואס יענער גלייבט איז נאריש.

דא איז א גוטע ווידעא אויפן נושא.
View: https://youtu.be/6Pn2enNmtFI?si=obNzNgFhB6JrSXdJ


איך דערמאן מיר יעצט אז אלס בחור האב איך באגעגנט א בוך אין ספרים געשעפט פון יהושע העכט, (א ליובאוויטשער עסקן וואס טוט אין דיפראגראמען און ארויסראטעווען קולט מעמבערס).
די גאנצע הקדמה פונעם בוך געדענק איך איז ער ביזי מגדיר זיין וואס א קולט מיינט צו מאכן זיכער אז חבד איז נישט אריינגענומען. (אויב איך געדענק גוט ברענגט ער שטארק ארויס דאס ענין אז אין חבד געט מען encouragement צו פרעגן סיי וואס, און צווישן די שורות לאזט ער פארשטיין די אנדערע חסידישע הויפן אלס מעגליכע קולט). מ'קען נישט זיין מער בייעסד פון דעם. אויב געדענק איך גוט איז אפי' דער וואס שרייבט איהם א שטיקל פארווארד (א באקאנטע גוי'אישע קולט דעפראגראמער) זיך מחולק מיט זיינע דעפעניציעס.

דאס בוך

קולט ווס. רעליגיע
ajq7pz0_700b-2996239489.jpg
 
לכאורה איז טאקע נישט פארהאן קיין פונקטליכע, איינצלנע דעפינישן פון קולט, אבער עס זענען יא פארהאן עטליכע סימנים און כללים, און וועלכע גרופע עס פאלט אריין אין צופיל פון די כללים דערפון, גייט אריין אין דעם גדר.

די סימנים, לויט מיין אבזערוואציע, זענען:
1. דער פירער איז אבסאלוט, אומאפפרעגבאר, און זיין ווארט איז תורה מן השמים ממש.
2. קאמיוניקאציע מיט דער דרויסנדיגער וועלט איז פארבאטן אדער שטארק באגרעניצט.
3. מען נוצט פסיכאלאגישע מיטלען פון גילט און שעים צו האלטן מענטשן אין די גרופע.
4. מען פארלאנגט אסאך געלט, צייט אדער גרויסע ענדערונגען אין לעבן.
5. א שווארץ און ווייסע מהלך המחשבה וואס זאגט אז בלויז מיר פארמאגן דעם אמת און אלע דרויסנדיגע זענען א רחמנות.
6. נישטא קיין אפציע פון ארויסגיין פון די גרופע פרידליך. ווער עס גייט ארויס ווערט פארשווארצט און דערנידערט.

און יעצט קען מען צולייגן אז הגם כמעט יעדע חסידות קען רואיג אריינפאלן אין כמעט אלע כללים, פארמאגט עס אבער נישט קיין שייכות מיט אידישקייט בעצם, וועלכע איז בכלל נישט אזוי אויסגעשטעלט.
זייער גוט, ס'איז דא אזויפיל מער, און ס'איז נישט די סדר אויסצורעכנען עשרת בני המן אבער למשל איינס זייער קאמאן ביי אונזערע קרייזן איז "othering"

us vs. them
יעדער וואס האט א מאשני די אנדערע וועג
יעדער וואס קניפט די פאה
גייט נישט אין אונזער קאנטרי
עסט נישט אונזער הכשר
ליינט נישט וואס אונז ליינען
טראכט זאכן וואס אונז טראכטן נישט
האבן ליב וואס און וועם אונז האבן פיינט
האבן פיינט וועם אונז האבן ליב איז א ליטוואק, שוין נישט גוט.

ליפא שמעלצער. יעדער זאגט אזוי און ער מוז זיין דער איין מענטש... דאס איז קלעסיק קולט מענטאליטי. אויסער די נאראטיוו און די רבנ'ישע אפיניען איז גארנישט דא! זירא פלאץ פאר אייגענע עקספלארעישן אדער מחשבה! ווער רעדט נאך דיסעגרימענט.

און דאס קומט דאך מיט מיט די בארימטע געסלייטן פון "ווייסט דאך וואס געשעהט" דאס איז השכלה! משה מענדלסאון איז שוין געווען די אויבער חכם סא ענדיג נישט ווי אים! טראג א שטאפענע היט! קענסט לאכן אבער ס'איז פאקטיש א זייער קאמאן defense mechanism

ביי די סאטמאר מיט עדשוקעישן און נתורי קרתא און לב טהור צו אפילו מענדעליזם איז עס: יעדער איז קעגן איז, דאס איז שוין טיפער, אבער ס'איז אלעס "די אנדערע" דו נישט זיין "אונז" וואס די אונז איז ווייסט מען נאכנישט, אבער דאס אליינס איז א קולט טרעיט. אז "יעדער" פירט זיך מיט דעם מנהג וואס דארפסטו זיין אן אויבער חכם? עכט וואס יענער קריטיקירט דא איז פארוואס ביזטו מיט די ערב רב, זיי מיט אונז!

קרבתנו און שמואל ניימאן קוקט סאטמאר אן ווי די other זיי מעגן דאס נישט גורס זיין! פארוואס? א גוטן פורים. קולט.
פרויען זענען פשוטע וויקטים'ס פון othering פאר אלעם.
 
עקסטרעים גלייבן אין עפעס/איינעם מיינט נאכנישט קיין קולט.
דער עיקר סימן פון א קולט איז אז מען האט נישט קיין וועג צו פארלאזן די פלאץ
ווער זאגט?

ס'איז נישט דא איין עיקר, ס'איז א קאמבינאציע פון זאכן אדער איינצעלנע טרעיטס. און גיי א סטעפ ווייטער, אויב מ'לאזט יא פארלאזן קען מען אין מוח נישט פארלאזן...

לדוגמא כ'קען צענדליגע פרייע וואס זענען די גרעסטע חסידים, זיי האבן נישט קיינמאל נישט געמאכט די סוויטש צו טראכטן מיט א גויאישע קאפ, זיי ווילן נאך ווייטער טראכטן קאנסערוואטיוו, כ'רעד די קאנסערוואטיוו וואס האט זיי אזוי wronged פארוואס? ווייל די פראגרעמינג איז ריל.
 
ביסט נישט קײן טיפש. װײסט גאנץ גוט אז די זעלבע תורה איז דא פאר אלע אידן גלײך. און װענד זיך נישט אין קײן שום בשר ודם. דערפאר האט העלבראנץ גמאכט תושבע״פ off limits . א מורה דרך און א רבי אין אונזער מסורה איז מער נישט װי א געטרײער איבערגעבער װי מסייע און א חלק פון די סדר הקבלה ביז סיני. דער איד איז א בן אברהם וכו׳ און דײן קדושה איז אין דיר בעצם. מבטן ומלידה . unlike a cult where the restrictions and rules define its identity. די תורה איז פאר אונז געגעבן געװארן זיך צו פירן מיט דעם אײגנארטיגן הײליגן אידענטיטעט װאס קײן אנדער פאלק האט נישט. װי מער א איד איז דבוק אין דעם שפירט ער א טעם פון זײן אײגענער דערהױבנקײט.
תורה איז פארט פון די פראבלעם

יעדע אבראהאמיק רעליגיע איז א קולט, אלעס וואס זיי האבן געטוהן און כמעט אלעס וואס זיי האבן געגלייבט און "וויאזוי" ס'איז אנגענומען געווארן איז געבויט אויף אומלאגישע סברות און פול מיט פעיר אז אויב גלייבסטו נישט וועסטו ליידן, גהנום קומט שוין פון די עלטער זיידע'ס פון היינטיגע הינדוס, זיי האבן גראדע אסאך מינע גהנום'ס פאר אנדערע מינע עבירות. ביי דיר הייסט עס נישט זוכה זיין צו ביאת המשיח און ביי דזשעהאוע הייסט ארמאגעדן, אלעס איז פחד

איך האב צאמגעקוקט א וועלט אויף קולטס. א וועלט. ס'איז גאר אינטערסאנט זיך צו באקענען דערמיט, פון מארמאניזם און טשארלס מענסאן ביז שאקא אסאהארא אין ווייטן יאפאן
 
אין די העברעאישע צייטונג משפחה איך מיין אין די פסח אויסגאבע, איז דא אן ארטיקל בענין סימנים ווי אזוי צו אנערקענען קולטס. די שרייבער ברענגט ארויס א דיסקלעימר אז ער מיינט ח"ו נישט קיין איין ספעציפישע חסידישע חצר...
אויב איינער קען דאס אהער ברענגן תבוא עליו ברכה
 
איך וואלט מגדיר געווען א קולט אלץ א פלאץ וואס איז גאר שווער ביז אוממעגליך צי פארלאזן, ווייל אויב קענסטו גרינגערהייט אוועקגיין, אפילו די פלאץ האט כל מיני משוגעת׳ן און עביוזן קענסטו פשוט אוועקגיין און א גוט שבת.
 
Back
Top