וואס זענען די פאקטן איבער סאטמאר רב?

און דאנט געט מי סטארטעד איבער דעם 'חוקר' קערן קראץ

ער באנגלט פשוט'ע דעיטס, די גאנצע מעשה מיט גאגא אז ער איז אוועק געפארן און גארנישט רעאגירט איז אויסגעזויגן פון פינגער, דעם באקאנטן תענית ציבור און די דרשה וואס דער רבי האט געהאלטן דעמאלט ווייסט ער בכלל נישט (און / אדער מישט עס אויס מיט א יאר שפעטער), ווייסט ממש נישט וואס פליעט, ער בלעימט אים פאר די זעלבע חטאים פון גאנץ יהדות אונגארן - נעמליך דאס נישט אננעמען דעם האלאקאוסט געפאר גענוג ערנסט און נישט גלייבן די פוילישע פליטים - און בתוך הדברים קומט אפילו גאנץ גוט ארויס דעם סאטמארער רבי'ןס מסירות נפש איינמאל און נאכאמאל זיך נישט ארויס צו ראטעווען דורך נאכלאזן פון זיין מלחמה קעגן ציונות
 
אז דו ברענגסט שוין דעם בּיכל איז כדאי צו דערמאנען זיין מדה פון הכרת הטוב (חוץ צו די ציונים) צו די אלע וועלכע זענען געווען געטריי צו עם האט ער אייביג מכיר טובה געווען און אויך ארויסגעגאנגן פון זיין וועג צו קומען צו יענעמס הילף, אפילו ווען ס'האט געמיינט א סתירה אין זיין אייגענע הנהגה, און דער שרייבער ברענגט צו עטליכע פעלער פון געוויסע מחלוקת, זייער אינטערעסאנט געווען צו ליינען דערוועגן
 
פערזענליכע לעבן - געהאט אויסערגעווענליכע מענערס אבער געווען לייכט אין סיניקעל אויף א צווייטן נאר שטייטצעך שלא בפניו, אהבת ישראל- געלעבט ממש אינגאנצן פאר א צווייטן איד, און בעל שיטה - גאר שטארק פארטיידיגט זיין אייגענע ביז צו אונטערברענגען א צווייטן

פארשטיי איך נישט וואס די ווילסט ארויסברענגן סאיז קיין סוד נישט געווען אז ווער סקומט קיין אמעריקע בלייבט קיין שומר שבת נישט, ער איז געווען א געווענליכע הומען ביאינג האט קיינמאל זיך נישט פארקויפט אנדערש סאו אויב עפעס בליעם די אלע ״בעלי רוח הקודש רעבעס״ (נישט אז זיי זענען יא צו בלעימען)
the world is a pretty rough place and shi• happens

יא ער מעג און איז מחיוב זיך צו פרובירן ראטעווען regardless אויב ער קען אדער קען נישט העלפן א צווייטן אין אין הכי נמי ס׳איז געווען א רבי אלחנן וואסערמאן הי״ד און א רבי יושע בוקסבוים הי״ד אבער סאיז אויך געווען א בעלזער רב גור׳ער רבי און רבי אהרן קאטלער ״גוט מארגען אמעריקע״

פאראנטוואלכענקייט אויף וואסערע קריים? אז ער האט נישט געהאט רוח הקודש????🤥
נישט פארגעסן הרה״ק ר מײלעכקע מקארלין הי״ד װאס װען דער גאון ר אהרן װאלקין הי״ד (בעמח״ס בית אהרן זקן אהרן ) אב״ד פינסק איז עם אקעגן געקומען ( װען ער האט באקומען א יכולת צו אנטלױפן ) בדמעות שליש ער זאל נישט פארלאזן די דארטיגע אידן איז ער געבליבן ביז דער רשע איז ארײן און אױסגעשחטן אלעמען אנשים נשים וטף
 
נאכ'ן אויפוואקסן אין אן אנטי-סאטמאר שטוב און זיך אנהערן אסאך לשון הרע'ס אויפ'ן סאטמאר רב, וואלט איך געוואלט קלאר ווערן מיט די פאקטן צו וויסן וואס איז אמת און וואס איז פאלש.

1. ער געווען גאר שטארק אויסגעארבעט אין מדות, זיך נישט געבייזערט, נישט פארלאנגט קיין קבלי דעתי, און נישט אריינגעפליקט מענטשן.

2. הגם ער האט פאר'ן קריג געהייסן מ'זאל נישט פארן קיין אמעריקע, און מיט דעם גורם געווען אז כאטש געציילטע אידן זאלן דורכלעבן די לאגערן, וד"ל, האט ער זיך געראטעוועט די לעצטע רגע איבערלאזנדיג זיינע חסידים גיין צום אויוון אליין.

3. ער האט גענומען פאראנטווארטליכקייט דערויף און מודיע געווען אז ער האט געמאכט א טעות וואס האט גורם געווען רציחה און נאכ'ן קריג אויפגעהערט זאגן פאר מענטשן וואס צו טון וויסנדיג אז ער איז א מענטש און מאכט טעותים.

ס'איז געשריבן אביסל בלשון סגי נהור כדי נישט וויי צוטון קיין סאטמארער, אדער אויס מורא פון זיי.

האט איינער מקורות און פאקטן אין די הינזיכטן לראיה או לפירכא? אשמח לשמוע.
כמעט אלע ״בעלי רוח הקודש״ כמו דער בעלזא רב האבען געהאט דער פראבלעם אז פאר די מלחמה האבען זיי נישט געזען וואס קומט, און ווען עס איז געקומען האבען זיי געהויבען פיס און געלאזט זייער חסידים פארברענט ווערען אב
 
איך מיין די אמרי אמת האט יא געוויסט און געשריגן צו זיינע חסידים צו אנטלויפן
 
איך מיין די אמרי אמת האט יא געוויסט און געשריגן צו זיינע חסידים צו אנטלויפן
פונקט די רבי "אהן" די רוח הקודש.

איך קלער אז וויבאלד די שואה איז געווען א גזירה מן השמים איז אט דאס די רוח הקודש. והבן
 
כ'מיין בעיקר דאס וואס מארלי האט געשריבן אז ער האט זיך גע'עקשנ'ט נישט צו מיטארבעטן מיט ציוניסטישע רעטונג ארגאניזאציעס בשעת די מלחמה, (בשעת ער אליין האט זיך געראטעוועט מיט זייער טראנספארט).

מענטשן וואלטן געדארפט שפרינגען פון אזא היפקאראטיע
אזוי ווי אנדערע האבן שוין געזאגט, מען קען נישט מאכן אזאלכע באשולדיגונגען אויב מען קען נישט אלע פרטים ארום. עס קען זיין הא פריער אין די שואה ווען די סכנה איז נאכנישט געווען אזוי ברור, והא שפעטער. אדער קען זיין אז די באן איז נישט געראטעוועט געווארן בזכות די ציונים, הגם רוב זענען געווען ציונים. אדער האט ער נאר נישט געלאזט מאכן עלי' און אנקומען צי די קיבוצים.

שווער צי גלייבן אז ער איז געגאנגען קעגען זיינע אייגענע פרינציפן.
 
איך מיין די אמרי אמת האט יא געוויסט און געשריגן צו זיינע חסידים צו אנטלויפן
כ'האב גראדע געהערט אז די טאג וואס די מלחמה האט אויסגעבראכן איז געשטאנען אינעם אידישען צייטונג אז גורע רבי זאגט ס'וועט נישט זיין קיין מלחמה.
 
נישט פארגעסן הרה״ק ר מײלעכקע מקארלין הי״ד װאס װען דער גאון ר אהרן װאלקין הי״ד (בעמח״ס בית אהרן זקן אהרן ) אב״ד פינסק איז עם אקעגן געקומען ( װען ער האט באקומען א יכולת צו אנטלױפן ) בדמעות שליש ער זאל נישט פארלאזן די דארטיגע אידן איז ער געבליבן ביז דער רשע איז ארײן און אױסגעשחטן אלעמען אנשים נשים וטף
נאכמער, ער איז געוועהן אין ארץ ישראל און צוריק געפארען וויסענדיג ווי ער גייט, ער האט געזאגט אז עס גייט זיין שרעקליך דארט, געמאכט א יום תפלה אין מירון ועוד.
די חסידים האבן זיך געלייגט אין די לענג אין די ברייט אבער ער האט זיך נישט געלאזט
 
איך מיין די אמרי אמת האט יא געוויסט און געשריגן צו זיינע חסידים צו אנטלויפן
ער איז שוין געוועהן סטאק אין די וואשאווער געטו און פארלוירען משפחה מיטגלידער, שפעטער האט זיך אנגעהויבן א גרויסע שתדלנות איהם צו ראטעווען, פארוואס זאל ער נישט מסכים זיין? עס גייט ממילא נישט העלפען די אנדערע.
איה"מ געוויסע זענען געבליבען מיט די עולם ביזן סוף, אבער ס'איז נישט אפגעפרעגט צו אנטלויפען אויב קען מען.

סעים מיט בעלזא און מהר"ש מבאבוב וואס זענען אנטלאפען פון באכניע
 
גערעכט ס׳אמת אז ער האט געהאט פול רעכט צו אנטלויפן און פארלאזן זיינע חסידים.
די פאקט איז אבער אז ס׳געווען אסאך אנדערע וואס מ׳האט געשתדלט און באקומען פאפירן זיך ארויסצוזען פונעם גהינם (לדוגמה פיאסצנה) און האבן אינסיסטעד צו בלייבן מיט זייערע תלמידים, ווייל זיי האבן נישט געהאלטן אז ס׳קומט זיך די טויט פאר די חסידים מער ווי פאר זיי, און א רבי פארלאזט נישט זיינע חסידים!
ס׳איז נאר א געדאנק.
 
לעצט רעדאגירט:
ער איז שוין געוועהן סטאק אין די וואשאווער געטו און פארלוירען משפחה מיטגלידער, שפעטער האט זיך אנגעהויבן א גרויסע שתדלנות איהם צו ראטעווען, פארוואס זאל ער נישט מסכים זיין? עס גייט ממילא נישט העלפען די אנדערע.
איה"מ געוויסע זענען געבליבען מיט די עולם ביזן סוף, אבער ס'איז נישט אפגעפרעגט צו אנטלויפען אויב קען מען.

סעים מיט בעלזא און מהר"ש מבאבוב וואס זענען אנטלאפען פון באכניע
לויט קרן קרץ האט זיינע מקורבים פראבירט אים צו דערווייטערן פון אייראפע קיין א"י שוין אין 1939. שפעטער אויך אין 1942. אין 1943 האט ר' יואל אליין געשיקט זיין טאכטער צו פראבירן פארשאפן סערטיפיקעט אין בודאפעסט און אין אנהייב 1944 איז ער אליין אריבערגעפארן קיין בודאפעסט צו פראבירן פארשאפען סערטיפיקעט. דאס אלעס איז נאך פאר די נאציס זענען בכלל אריינגעקומען אין אונגארן.

דאס איז בערך די זעלבע צייט וואס ער האט זיך נאך פארעקשנ'ט נישט צו מיטארבעטן מיט ציוניסטישע ארגאניזאציעס אויף קריטישע פעולות הצלה אין א צייט וואס אלע ארום אים האבן שוין פארשטאנען די גרויסע סכנה (און ער אליין אויך צו א געוויסע עקסטענד ווי די פראווון צו אנטלויפן האבן געוויזן).

דאס איז אן אויסצויג פונעם בוך:
בשלהי שנת 1943 כבר החלו להיוודע ברבים ממדי החורבן, וסיפורי הזוועות של הפליטים ושל הבורחים ממחנות ההשמדה ומפלוגות העבודה כבר לא נתפסו כהגזמות פרועות. ההכרה במצב הקשה שבו נמצאה יהדות אירופה גרמה לכמה מן הרבנים להכות על חטא. הם הבינו כי התנגדותם, הן לעלייה לארץ ישראל והן להגירה לארצות אחרות, גרמה לפגיעה קשה במיוחד בציבור החרדי, וכי אם תימשך השמדת יהודי אירופה אף ייתכן כי כל אורח החיים החרדי ייכחד. דברים ברוח זו כתב למשל ר' ישכר שלמה טייכטל מפישטיאן ),PiešťanyPöstyén( שבסלובקיה בספרו 'אם הבנים שמחה.' כמו רבנים אחרים בסביבתו ,בתקופת בין המלחמות התנגד ר' ישכר לעלייה המונית של חרדים לארץ ישראל. אולם לאחר שנודע על היקפה של הפורענות ביהודי אירופה, שינה את דעתו והחל לתמוך בגלוי בהתיישבות החרדים בארץ ישראל חרף הקשיים האידאולוגיים הכרוכים בכך. הוא עצמו לא הצליח לעלות לארץ ישראל וסופו שנספה בשואה.
לא רק בסלובקיה, שרבניה תמכו עוד קודם לשואה בעמדותיה של 'אגודת ישראל', שינו הרבנים את עמדותיהם, כי אם גם בטרנסילבניה עצמה. בסוף שנת 1943 חתמו כארבעים רבנים, ובראשם ר' אברהם יששכר דב איזקסון מפוליאן-רוסקובה והדיין ר' יהודה גרוס מסיגט, על מזכר הבנות עקרוני שלפיו ישולבו החרדים בפעילות ההצלה שיזמו הארגונים הציוניים, שכללה הפעלת רשתות סיוע להברחה ולהסתרה של יהודים. במשך הזמן נודע כי על המזכר חתמו גם ר' זלמן לייב טייטלבוים, רבה של סיגט ואחיינו של ר' יואל, וגם ר' חנניה יום-טוב ליפא גרוס מברבשט, אחיהם של ר' יהודה ושל ר' שמואל שהיה ראש קהילת חסידיו של ר' יואל בקרולי.
כאשר נודע לר' יואל על היוזמה, הוא יצא נגדה בתקיפות ואף השיג את תמיכת הלשכה המרכזית בבודפשט. זו פנתה בתחילת חודש נובמבר 1943 אל יו"ר הקהילה האורתודוקסית באורדיה והזכירה לו כי ההחלטה בדבר התנערות מן הציונות שנתקבלה בשנת 1904 עדיין תקפה וכי עליו לפעול לביטולה של יוזמת הרבנים. לאחר ביטול ההסכם, פרסמו ראשי המוסדות הציוניים – ובהם ההסתדרות הציונית, קרן היסוד, המשרד הארץ ישראלי, ההסתדרות הציונית של טרנסילבניה, ההסתדרות הציונית של קרפטורוס ונציגי 'המזרחי' – תזכיר פומבי שהוקיע את סירובה של הלשכה המרכזית לשתף עימם פעולה חרף הסכנות שבפניהן עמד הציבור היהודי.
59ב-19 במארס 1944 נכנסו הכוחות הגרמניים להונגריה ותוך זמן קצר החלו אייכמן ונציגיו להיפגש עם מנהיגי הציבור היהודי. בה בעת החלו ההכנות לאיסופם של יהודי הונגריה לגטאות, וגירושם החל כחודשיים לאחר תחילת הכיבוש. בתקופה זו נאכפו גזרות שונות, כמו חובת נשיאת הטלאי הצהוב, הגבלות על מעבר יהודים בין ערים שונות, איסור על שימוש במכשירי רדיו וניתוק הטלפונים בבתי היהודים. פעולות אלו הותירו את הציבור היהודי, ובפרט את הציבור החרדי, שלא נערך למצב זה מראש, כמעט ללא אפשרות להסתתר או לברוח.
 
נאכמער, ער איז געוועהן אין ארץ ישראל און צוריק געפארען וויסענדיג ווי ער גייט, ער האט געזאגט אז עס גייט זיין שרעקליך דארט, געמאכט א יום תפלה אין מירון ועוד.
די חסידים האבן זיך געלייגט אין די לענג אין די ברייט אבער ער האט זיך נישט געלאזט
געװען אפענער רוח הקודש. פון די אײנציגסטע װאס האבן פאראױס געזאגט ברבים װאס גײט זײן. אױסער דער חפץ חיים, װאס אזױ װי ער איז נסתלק געװארן אין צ״ג האט מען נישט גענומען אזױ ערנסט ( אײן מימרא פון ח״ח אז סװעט זײן אזא שרעק װאס די ערשטע קריג װעט זײן א קינדערשפיל כלפי דעם. נאר די גרױסע מדת הצדקה פון די אמעריקאנער אידן װעט זײ מציל זײן )
 
לעצט רעדאגירט:
אין זיין פערזענליכע לעבן האט ער געהאט אויסערגעווענליכע מענערס, אבער האט אויכט געקענט זיין לייכט אין סיניקעל אויף א צווייטן אבער שטייטצעך נאר שלא בפניו, אין זיין אהבת ישראל, ער האט געלעבט אין זיך מקריב געווען אינגאנצן פאר א צווייטן איד, און א בעל שיטה, פארטיידיגט מיט פייער זיינע אייגענע שיטות, אפי’ ס’האט פארברענט א צווייטן.

פארשטיי איך נישט וואס די ווילסט ארויסברענגן ס׳איז קיין סוד נישט געווען, אז ווער סקומט קיין אמעריקע בלייבט קיין שומר שבת נישט, ער איז געווען א געווענליכע הומען ביאינג אין האט קיינמאל זיך נישט פארקויפט אנדערש, סאו אויב עפעס בלעים די אלע ״בעלי רוח הקודש רעבעס״ (נישט אז זיי זענען יא צו בלעימען)
the world is a pretty rough place and shi• happens

יא ער מעג און איז מחיוב זיך פרובירן צו ראטעווען regardless אויב ער קען יא אדער קען נישט העלפן א צווייטן, אין אין הכי נמי ס׳איז געווען א רבי אלחנן וואסערמאן הי״ד און א רבי יושע בוקסבוים הי״ד אבער ס׳איז אויך געווען א בעלזער רב א גור׳ער רבי און רבי אהרן קאטלער ״גוט מארגען אמעריקע״

פאראנטווארטליכקייט אויף וואסערע קריים? אז ער האט נישט געהאט רוח הקודש????🤥

זיין קריים איז אז ער האט נישט געכאפט אויב ער האט נישט רוח הקודש האט קיינער נישט געהאט קיין רוח הקודש. נישט געהאלפן אויפשטעלן אן נייע מער ראציאנאלע מהלך החיים וואס לעבט נישט ווייטער כאילו אזוינע אידן ווי אים האבן רוח הקודש און א רעכט צו טיילען דעות אויף פאליטיק, סעקיוריטי און סעיפטי.

די פראדוקט פון נישט נעמען פאראנטווארטליכקייט האט פראדוצירט א היינטיגע וואזשנע עבודה זרה וויאזוי די פראסטאקעס פון סאטמאר, די צוויי רבי'ס, שטייען ארומגענומען מיט צענדליגער טויזענטער חסידים און טיילען מיינונגען ווייטער וויאזוי זיך אומצוגיין מיט היינטיגע היטלער'ס און וויאזוי כלל ישראל זאל נעמן זייער סעיפטי אין די האנט. אנשטאט די רבי און די קהלה זאל נעמען פאראנטווארטליכקייט שטייען זיי ווייטער און האסן אנטקעגן די צה"ל וואס זענען מוסר נפשם פאר כלל ישראל. וכו'

וואס! ער האט עס נישט געכאפט נאך די מלחמה אויך נישט? נאכן זיך פאר עקשנ'ען נישט צו ארבייטן מיט די ציונים כאילו ער האט רוח הקודש כאילו זיין אמת איז די איינציגסטע אמת אין די וועלט, און טויזענט מענטשען ווערן גע'הרג'ט דארף מען זיך קענען עפענען די אויגן און זיכען א נייע שפראך.

דאס איז די קריים! פאראנטווארטליכקייט פאר שפילן כאילו ער האט רוח הקודש. עפעס א דעת תורה וואס גייט און וואנט ווייל ער האט משוגענע קלארקייט און די אמת ( דאס הייסט רוח הקודש..).
 
לעצט רעדאגירט:
געװען אפענער רוח הקודש. פון די אײנציגסטע װאס האבן פאראױס געזאגט ברבים װאס גײט זײן. אױסער דער חפץ חיים, װאס אזױ װי ער איז נסתלק געװארן אין צ״ג האט מען נישט גענומען אזױ ערנסט ( אײן מימרא פון ח״ח אז סװעט זײן אזא שרעק װאס די ערשטע קריג װעט זײן א קינדערשפיל כלפי דעם. נאר די גרױסע מדת הצדקה פון די אמעריקאנער אידן װעט זײ מציל זײן )
איך נעם נישט אוועק פון זיין רוח הקודש אבער ער האט געטענה'ט אז ער האט עפעס א בריוו או משהו כזה פונעם בעש"ט וואס דארט שטייט אלעס וואס גייט זיין און לכבוד דעם איז ארום געלאפען אין אר"י צו מרעיש זיין די גדולים

מימרות איז דא פון נאך, אויך שפעטער פונעם ח"ח, אבער זעהט אויס אז דאס איז געוועהן א חלק פונעם הסתר פנים
 
איך מיין די אמרי אמת האט יא געוויסט און געשריגן צו זיינע חסידים צו אנטלויפן
טייל פון זיינע חסידים האט ער געהייסען לויפען דער איבריגע האט ער געזעהן ברוח הקודש עס איז זיי באשערט צי שטארבען
 
  • האהא
רעאקציעס: 1yes
ער איז שוין געוועהן סטאק אין די וואשאווער געטו און פארלוירען משפחה מיטגלידער, שפעטער האט זיך אנגעהויבן א גרויסע שתדלנות איהם צו ראטעווען, פארוואס זאל ער נישט מסכים זיין? עס גייט ממילא נישט העלפען די אנדערע.
איה"מ געוויסע זענען געבליבען מיט די עולם ביזן סוף, אבער ס'איז נישט אפגעפרעגט צו אנטלויפען אויב קען מען.

סעים מיט בעלזא און מהר"ש מבאבוב וואס זענען אנטלאפען פון באכניע
זיין קריים איז אז ער האט נישט געכאפט אויב ער האט נישט רוח הקודש האט קיינער נישט געהאט קיין רוח הקודש. נישט געהאלפן אויפשטעלן אן נייע מער ראציאנאלע מהלך החיים וואס לעבט נישט ווייטער כאילו אזוינע אידן ווי אים האבן רוח הקודש און א רעכט צו טיילען דעות אויף פאליטיק, סעקיוריטי און סעיפטי.

די פראדוקט פון נישט נעמען פאראנטווארטליכקייט האט פראדוצירט א היינטיגע וואזשנע עבודה זרה וויאזוי די פראסטאקעס פון סאטמאר, די צוויי רבי'ס, שטייען ארומגענומען מיט צענדליגער טויזענטער חסידים און טיילען מיינונגען ווייטער וויאזוי זיך אומצוגיין מיט היינטיגע היטלער'ס און וויאזוי כלל ישראל זאל נעמן זייער סעיפטי אין די האנט. אנשטאט די רבי און די קהלה זאל נעמען פאראנטווארטליכקייט שטייען זיי ווייטער און האסן אנטקעגן די צה"ל וואס זענען מוסר נפשם פאר כלל ישראל. וכו'

וואס! ער האט עס נישט געכאפט נאך די מלחמה אויך נישט? נאכן זיך פאר עקשנ'ען נישט צו ארבייטן מיט די ציונים כאילו ער האט רוח הקודש כאילו זיין אמת איז די איינציגסטע אמת אין די וועלט, און טויזענט מענטשען ווערן גע'הרג'ט דארף מען זיך קענען עפענען די אויגן און זיכען א נייע שפראך.

דאס איז די קריים! פאראנטווארטליכקייט פאר שפילן כאילו ער האט רוח הקודש. עפעס א דעת תורה וואס גייט און וואנט ווייל ער האט משוגענע קלארקייט און די אמת ( דאס הייסט רוח הקודש..).
איך בין אײביג געװען מסופק װיפיל דער אמרי אמת׳ס פליטה איז געװען אינגאנצן מיט זײן װילן . זײן מצב האט זיך שױן אנגעהױבן צו דעטיריארעיטן. אפשר בין איך wrong.
 
האסט נישט געהערט פון הערשל פרידמאן'ס בוך?
"מאפילה לאור גדול"

ווען נישט זיין זכות וואלט דער גאנצע באן געגאנגען קיין אוישוויץ. נאר אדאנק זיין געטליכקייט איז דער באן געראטעוועט געווארן. אזעלכע כפוי טובה, די ציונים...
ליין דעם שנירל דא עס קומט נישט פון הערשל פריעדמאן
 
Back
Top