וואספארא וויסענשאפט איז פראגראמירט אין דער מענטש פון געבורט

שטייגער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 23, 2024
מעסעדזשעס
190
רעאקציע ראטע
821
באמת פיל איך אביסל נאריש צו גיין פתיחה, און אפילו אריינרעדן, אין א נושא וואס איך בין גענצליך אומוויסענד. אבער אויב איך וועל ווארטן אויף יעדע טאפיק וואס אינטערעסירט מיך אז א צווייטער זאל אנהייבן וועל איך אין ערגעץ נישט אנקומען.

איז קודם א פשוטע הקדמה. עס זענען דא פיר וועגן וויאזוי א מענטש ( וה"ה א יעדע בע"ח) באקומט אינפארמאציע: 1) עקספיריענס, 2) זיך לערנען און הערן פון אנדערע, 3) מבין דבר מתוך דבר, , 4) פראגראמירט אין די.ען.עי.

למשל, דאס אז א קינד ווייסט אז אויב פאלט ער אראפ טוט עס וויי, איז נאר ווייל ער האט עס שוין עקספיריענסד. אדער אז פון א הייסע זאך בריט מען זיך אפ. די זעלבע איז מיט געוויסע סקילס, וואו למשל גיין, לערנט מען זיך מיט פרעקטיס.

דאס אז קארבאן מאנאקסייד קען הרג'ן, איז נאר מכח מעטאד 2.

די פאקט איז ווען מען פאלט אראפ פון א זעקסטע שטאק איז א גרויסע שאנס צו שטארבן קען שוין זיין פון מעטאד 2, אדער פון 3. דהיינו איך ווייס פון עקספיריענס אז א פאל/אימפעקט איז גורם א קלאפ, און אויך אז פון ווי העכער א זאך פאלט איז די אימפעקט שטארקער... אדער איך כאפ יעצט אז ניין, דאס אז א גאר שטארקע אימפעקט קען הרגענען וואלט איך נישט געקענט אליינס אויפיגערן ווען נישט מען האט מיך דאס אויסגעלערנט. נישט די טיטשער אין סקול, נאר די צייטונג.


נאכדעם איז דא "זאכן" (איך זאג נישט ידיעות, ווייל איך בין נישט זיכער אויב זיי גייען אריין בגדר ידיעה) וואס א יעדע בע"ח איז פראגראמירט מיט. איין הויפט זאך איז ריפלעקסען reflexes. לדוגמא אוועקשלעפן די האנט פון א ווייטאג.


יעצט בעצם וואלט אפשר די פערטע מעטאד נישט אריינגעפיט אין די קאטעגאריע בכלל, אבער דא קום איך צו צו מיינע ספיקות. זענען דא "ידיעות" וואס זענען געפראגרעמט אין די די ען עי? כ'מיין אז ביי דיפאלט איז א יעדע בע"ח געפראגרעמט צו מורא האבן פון עפעס מיט די צוויי תנאים: א זאך וואס איז 1) גרויס (וואס איז די גדר גרויס?) און 2) ריקט זיך. און דער בע"ח דארף איינקויפן די ידיעות פון וואס נישט צו מורא האבן. לדוגמא, אז א 1-2 יעריג קינד זעהט א גרויסע חי' וועט זיך עס דערשרעקן. פון א קאר וואלט ער זיך לכאורה דערשראקן ווען נישט ער וואקסט אויף מיט דעם.


? אפשר איז די לעצטע דוגמא אויך בגדר ריפלעקס

? זענען פארהאן נאך דוגמאות פון פרי-פראגרעמירטע ידיעות

אן אדאלט וואס איז אויפגעוואקסן אין תפיסה און קיינמאל אין לעבן נישט אראפגעפאלן, וועט ער האבן א פראבלעם צו אראפ טאנצן פון די פינפטע? שטאק צו כאפן די באס
 
אן אדאלט וואס איז אויפגעוואקסן אין תפיסה און קיינמאל אין לעבן נישט אראפגעפאלן, וועט ער האבן א פראבלעם צו אראפ טאנצן פון די פינפטע? שטאק צו כאפן די באס
אויב ער איז טאקע קיינמאל נישט געווארן עקצפאזט צו דער דרויסענדיגע וועלט, נישט קיין פענסטערס, נישט קיין עדזשעקעשען, און נישט קיין מידיע וואלט ער טאקע נישט געוויסט.
 
אויב ער איז טאקע קיינמאל נישט געווארן עקצפאזט צו דער דרויסענדיגע וועלט, נישט קיין פענסטערס, נישט קיין עדזשעקעשען, און נישט קיין מידיע וואלט ער טאקע נישט געוויסט.
געוואוסט וואלט ער נישט, אבער אראפגעטאנצן וואלט ער אויך נישט, פונקט ווי א קעצל טאנצט נישט אראפ פון א וואנט וואס איז צו הויך פאר אים. 'ווייסט' דער קעצל דען אז ער וועט שטארבן אויב ער טאנצט אראפ?
דאס ברענגט דאך דער פותח האשכול ארויס, אז אינסטינקט און ידיעה זענען צוויי באזונדערע זאכן, און דעריבער פרעגט ער צי ס'איז פארהאן עפעס וואס מיר 'ווייסן' פון געבורט, אויף וואס דער ענטפער איז לכאורה א ניין.
 
א דריטע קאטאגאריע וויסנשאפט, וואס איז נישט אינסטינקטיוו אבער פארט נישט 'ידיעה', איז וואס קאנט האט געשילדערט ווי א פאר ברילן מיט וואס אונזערע מוחות ווערן באשאנקען פון געבורט, ווי קאוזאליטעט און מקום וזמן.
עס איז טאקע נישט קיין ידיעה פאר זיך, אבער איז יא דער ליילעך איבער וועמען מיר לייגן ארויף אלע אונזערע ידיעות טו קאם.
 
עס זענען דא עטליכע געבוירענע פחדים און "רעפלעקסן" ביי מענטשן, נישט בלויז ריפלעקס פון ווייטאג.ווי למשל דיין משל פון מורא האבן פון גרויסע באוועגליכע זאכן.סך הכל איז עס געווען וויכטיג פאר מענטשליכע סערווייוול האט עס די מענטשהייט דיוועלאפט, און דעריבער האבן קינדער טאקע א נאטורליכע אינסטינקט צו האבן מורא פון זאכן ווי הויכקייטן, טיפע וואסער, גרויסע חיות, און פלוצלינדיגע, הויכע קולות. מיר ווייסן היינט אז פאר געוויסע סארט אינסטינקטן איז פארהאן א "שכל'דיגע" מעכאניזם: מיר האבן "קריטישע פעריאדן" ווען מיר זענען באזונדער אפן זיך צו לערנען געוויסע זאכן. דאס איז ווי א פשרה צווישן גענעטיש-פראגראמירטע ידיעות און גענצליך-נייע ידיעות. למשל קינדער אין די ערשטע 6-8 חדשים לאכן צו יעדן פנים, אבער צווישן 8-12 חדשים אנטוויקלן זיי "מורא פון פרעמדע" - זיי אנערקענען ווער געהערט צו זייער משפחה און ווער נישט. אדער שפראך לערנען איז אין א קריטישע פעריאד ביז בערך 7 יאר אלט. מיר זענען נישט געבוירן מיט א באשטימטע שפראך, אבער מיר זענען געבוירן מיט א מעכאניזם צו זיך אויסלערנען א שפראך.
וועגן דעם מענטש וואס איז אויפגעוואקסן אין תפיסה און נישט געפאלן קיינמאל וואלט ער אראפטאנצן פון דער פינפטער שטאק? עס זענען טאקע געווען שטודיעס וועגן דעם מיט קינדער ווי למשל די visual cliff experiment. אין דעם עקספערימענט לייגט מען א בעיבי אויף א "וויזשועל קליף" א גלאזערנע כמו טיש מיט א טשעקערבאורד פעטערן אונטער דעם וואס מאכט עס אויסזעהן ווי עס איז דא א טיפעניש אונטער די גלאז. מער ווי 90% פון קריכנדע בעיביס ווילן נישט קריכן אויף די טיפעניש-זייט, אפילו ווען זייער מאמע רופט זיי פון יענע זייט. דאס ווייזט אויף אן געבוירענע מורא פון הויכקייטן פון געבורט. אפילו בעיביס וואס זענען נאכנישט קיינמאל געפאלן, אדער האבן קיינמאל נישט געזען קיין מענטשן פאלן, ווייזן די זעלבע ריזאלטאטן. דאס שפארט אונז א סאך צייט ווייל אונז דארפן נישט לערנען פון יעדן מסוכן'דיגן מצב דורך שאדן האבן אן אבר... דעמלטס און פאל פון דיין משל פון די עלטערע מענטש וואס האט נאך נישט געזעהן קיינעם פאלן, נישט נאר וואלט יענער פארעלטערטער מענטש פון תפיסה האבן א "פראבלעם" צו אראפטאנצן פון דער פינפטער שטאק, ער וואלט העכסטווארשיינליך געהאט א פיזישע און שטארקע אינסטינקטיווע רעאקציע (א ריפלעקס) אפילו אויב ער האט קיינמאל נישט עקספיריענסד אן אראפפאל אין זיין לעבן. דאס איז א טייל פון אונזער אנגעבוירענע אינסטינקטן וואס העלפן אונז איבערלעבן.
גראדע ביי קארס דארפן זיך קינדער יא "אויסלערנען" נישט מורא צו האבן פון קארס, ווייל קארס זענען בעצם אביעקטן וואס פאסן אריין אין די צוויי קאטאגאריעס וואס דו האסט דערמאנט: זיי זענען גרויס און זיי באוועגן זיך, און דאס זענען די גענעטיש-פראגראמירטע טריגערס פאר שרעק, אבער פארוואס דערשרעקן זיך נישט קינדער פון קארס?נאר ווייל קינדער וואס וואקסן אויף אין מאדערנע געגנטן זענען עקספאוזד צו קארס פון זייער פריע עלטער, אסאך מאל אפילו פריער ווי זיי אנטוויקלען זייער טיפישע "מורא פון פרעמדע". די קארס זענען א כסדר'דיגע טייל פון זייער ערפארונג און מענטשן ארום זיי רעאגירן נישט מיט פחד צו זיי. חוץ פון דעם וואס קליינע קינדער קוקן אויף זייערע עלטערן'ס רעאקציעס צו באשטימען צי עפעס איז מסוכן. ווען זיי זעען אז זייערע עלטערן זיצן רואיג אין א קאר און דרשרעקן זיך נישט ווען קארס פארן דורך, לערנען זיי זיך אויך אזוי צו רעאגירן. און טאקע קינדער פון מער אפגעזונדערטע לענדער אדער סעקטעס וואס זענען נאך נישט געווען עקספאוזד צו קיין קארס אין זייער לעבן, וועלן טאקע אפט האבן א שטארקע מורא רעאקציע ווען זיי זעען א קאר די ערשטע מאל. ווייל די געבוירענע אריינגעבויעטע רעאקציע איז טאקע מורא, און מיר "לערנען זיך אויס" נישט מורא צו האבן. א קלארע ביישפיל פון דעם קען מען זען מיט עראפלאנען, כאטש עס זענען דא אפילו נאך קינדער וואס זענען יא עקספאוזד צו קארס, האבן אסאך יונגע קינדער אין אונזער געזעלשאפט א נאטורליכע פחד פון עראפלאנען פאר זיי זענען אריין אין דעם, טאקע ווייל זיי זענען גרויס, הויך און פליען אין א מאדנע אופן.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top