כ׳ווייס נישט וואס ענק אלע רעדן דא, און פון וואו ענק נעמען די אלע נומבערס, וויזניץ איז די גרעסטע חסידות וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן סיי אין כמות און סיי אין איכות, אפילו די פּאָר איבערגעבליבנע חסידות׳ן ווי סאטמאר, בעלזא, סקווירא, סלונים זענען אויך איידימער אין וויזניץ און די נעקסטע דור פון רבי׳ס גייען זיי אלע זיין וויזניצער און רוזינער אייניקלעך, אלע אנדרע חסידות׳ן ווי סקולען און תולדות אברהם יצחק זענען אויך תלמידים פון וויזניץ. אלעס האט צוטוהן מיט וויזניץ, ווייל וויזניץ איז “מלכות בית דוד”.
די גאנצע וועלט האט א שייכות מיט וויזניץ, ווען מ׳האט פארציילט פאר די ישועות משה נייעס פון וועלטליכע זאכן פלעגט ער אלץ פרעגן “און וואס פאַראַ שייכות האט דאס מיט וויזניץ?”