וויפיל מענטשן האט סאטמאר?

האלטס ס'איז טאקע דרייסיג טויזענט "משפחות" ?
דאס מיינט אן ווייבער, בחורים, מיידלך און קינדער
לייג דאס צו, רעדט מען יעצט פון איבער הונדערוט טויזענט נפשות סאטמער נפשות אליינס
מאכט עס דען סענס?
יעדע יוד מיט א פלאכע הוט גייט אריין אינעם דיירעקטארי + סאטמאר רב האט דאך אויפגעשטעלט יודישקייט אין אמעריקע so די קלויזענבארגע ווערן אויך גערעכנט אא"וו
 
לויט וויקיפעדיע האט סאטמאר בערך 26,000 משפחות.

אויב רעדט מען פון צום ווייניגסטענס פיר נפשות פער משפּחה קומט מען אן גרינגערהייט צו 100,000.

מן הסתם שוין היינט סאך מער. (צווישן ביידע צוזאמען)
 
יעדע יוד מיט א פלאכע הוט גייט אריין אינעם דיירעקטארי + סאטמאר רב האט דאך אויפגעשטעלט יודישקייט אין אמעריקע so די קלויזענבארגע ווערן אויך גערעכנט אא"וו
קלויזענבארגע זענען אויך יודען...?
 
אויב די ציפערען זענען אקוראט איז ממש אן עוולה פארוואס מיר גייען נישט שטימען מען וואלט געקענט בטול מאכען אלע גזירת חינוך מציצה בפה? מיר זענען אליין שולדיג אין אינזער פראבלעמען
 
יוסי געשטעטנר געט יעדע יאר ארויס נומערן וויפיל קינדער אונטער 18 עס לערנען אין די מוסדות אין אלע שטעט און וויפיל עס איז געוואקסן פון פאריאר

אפשר קען עס איינער אהערברענגען
 
איך שאץ ביידע סאטמאר'ס און גור ביי בערך די זעלבע גרויסקייט אלע דריי האבן לכאורה קרוב צו צען טויזנט משפחות איבער די וועלט

דערנאך קומט בעלזא בערך 6,000

וויזניץ שיכון בערך 5,000

סקווירא, באיאן, צאנז, קארלין סטאלין, בערך 4,000

באבוב, באבוב 45, סלונים, בערך 3,000

תולדות אהרן, וויזשניץ מאנסי, בערך 2,000
בעלזא האט לפחות 10,000 משפחות אין דער וועלט, גער האט בערך די זעלבע פשוט זיי זענען בעיקר אין אר''י, בזמן וואס בעלזא איז 60% אין אר''י און די איבעריגע אין חו''ל, ויזניץ ב''ב ביידע ביחד 5,000, וכן באבוב ביידע ביחד כ 5,000, סקווירא 3500, צאנז מיט קלויזנבורג צוזאמען 6,000, סטאלין קארלין 4,000, באיאן 3,500, תולדות'ן ביידע צוזאמען 3,500, סלונים - סלאנים צוזאמען 3,500, וויזשניץ מאנסי לכל פלגיה 3,500, סאטמאר געשטימט כולל עדה החרדית [ כללי] ובני יואל ונטורי קרתא 30,000 ארומדערוועלט, חב''ד 40,000 כולל רוסלאנד. די איבעריגע קליינע חסידותן אין כלל חסידי כולל ברסלב בטעם טבעי, איז נאך 20,000 ארומדערוועלט.
בערך 125,000 משפחות,700,000 נפשות ס''ה בליע''ה.
 
לעצט רעדאגירט:
עס זעט מיך אויס אז די עולם דא ווייסט נישט וויאזוי צו שאצען נומבערס פון קהילות.

די ערשטע זאך צו קענען שאצען ריכטיג, איז האבען א אגענדע, אן דעם קען מען אפילו נישט אנפאנגען.

די צווייטע זאך טאר מען נישט זיין בייעס צום אמת, נישט לאזען פאקטען שטיין און די וועג.

די דריטע זאך דארף מען האבען א גרויסע קאלקולעטער וואס לאזט לייגען אסאך זיראס, און היידע איר זענט א פראפעסינאלע קהילה שאצער.

דאס איז וועגען שאצען, וועגען וויסען דארף מען האבען אצענזוס.
 
נישט שייך אזוי צו רעכענען ווייל ס'איז דא אזויפיל וואס מ'קען רעכנען אויף עטליכע

די ריכטיגע וועג צו וויסן וויפיל חסידישע אידן ס'איז דא, איז לויט די שטעט און געגענטער
וויפיל חסידישע משפחות איז דא?
אין ב''פּ
וויליאמסבורג
פלעטבוש
קראון הייטס
מאנסי והגלילות
קרית יואל מאנרא והגלילות
לעיקוואד והגלילות
קעטסקילס
לינדען
אנדערע געגנטער אין נ''ז
סטעטן איילענד
א.א.וו.
....
 
נישט שייך אזוי צו רעכענען ווייל ס'איז דא אזויפיל וואס מ'קען רעכנען אויף עטליכע

די ריכטיגע וועג צו וויסן וויפיל חסידישע אידן ס'איז דא, איז לויט די שטעט און געגענטער
וויפיל חסידישע משפחות איז דא?
אין ב''פּ 25K
וויליאמסבורג 15K
פלעטבוש
קראון הייטס 3K
מאנסי והגלילות 20K
קרית יואל מאנרא והגלילות 9K
לעיקוואד והגלילות 18K
קעטסקילס 1K
לינדען 600
אנדערע געגנטער אין נ''ז
סטעטן איילענד 1K
א.א.וו.
....
 
א מהלך וואס קען ארבעטן ווען מען וויל שאצן "נפשות", איז קוקן אויף די מוסדות.

סאטמאר גראדע האט נאך איין טשיט, און דאס איז קרית יואל. קרית יואל איז א שטאט פון כמעט בלויז סאטמארע אידן (וואטעווער דעט מינס...), און קרית יואל פארמאגט היינט איבער 50,000 נפשות.

איינער האט זיך געוואונדערט וויאזוי מען זאל קענען זאגן אז סאטמאר האט 100,000 נפשות. דער אמת איז אבער אז סאטמאר (אדער בעסער געזאגט "סאטמאר-געשטימט") האט פיל מער ווי 100,000 נפשות.

אויב אין קרית יואל אליינס איז פאראן 50,000 נפשות, און אין וויליאמסבורג איז לכאורה פאראן נאך אמאל אזויפיל סאטמאר-געשטימט נפשות (צווישן די קינדער און עלטערן פון מוסדות סאטמאר מהר"יי, סאטמאר מהר"א, שאפראן, שארמאש, קראלי, בעקבי הצאן וכו וכדומה), האלטן מיר שוין ביי ארום 100,000 נפשות.

דאן פארגעס נישט פון די רעלאטיוו גרויסע מוסדות וואס סאטמאר פארמאגט אין בארא פארק, און מאנסי. לייג דאן צו נאך אביסל פון לעיקוואד, און בלומינגבורג. פארגעס אוודאי נישט פון לינדען, בעיסוואטער, און דזשערזי סיטי... און דו האלסט לכאורה נישט ווייט פון 150,000 סאטמארע נפשות בלויז אויפן אמעריקאנעם באדן.

וואסזשע יא? די ווארט סאטמאר-געשטימט קען מיינען זייער אסאך זאכן, און פאר מען בויעט אריין צו סאך אין די נומערן, דארף מען געדענקען אז סאטמאר-געשטימטע אידן זענען היפש צוטיילט, און אונטער אסאך באזונדערע מנהיגים וואס זענען אפט מאל אין גענצליך אנדערע מחנות ביי פארשידענע מערכות.
 
אפשר קען מען אפשאצן א נומבער
גיבעיסט אויף די אנשי שלמינו יערליכער בוך
עס האט היינט איבער 35,000 ענטריס
אז מען קען שאצן אן ענטרי עווערעדש
א פמיליע מיט 4 יוצאי חלצים , קומסטו אהן
צי איבער 200,000.
 
מען קען זאגן אז די הצלחה פון סאטמאר ליגט אין
די מציאות , אז אין סאטמאר האט מען קיין מאהל
נישט צופיעל זיך מבטל גיוועהן צו דעם ראש- צו דעם רבי , יהיה מי שיהיה-
די סאטמאר יידן פיעלן זיך אידעפענדענט , און עצמאי , און עס איז אלץ אזוי גיוועהן
אפילו ווען דער רבי רבי יואל ז״ל האט רעגירט
איז גיוועהן חולקים אויף גיוויסע זאכן
עס איז דאך ידוע מעשה שפיגל ברעכער
און פרשת רבי עמרם , פרשת שווארצע ,
עס איז אויך דא פרשת אמריקן סקול , ועוד
באטעם ליין , דער סאטמאר ייד , פיהלט א ליבעראל
פילינג לגבי זיך און זיין פאמיליע , אז ער איז נישט א
תינוק היונק משדי אמו , ער דארך נישט קלערן אין א
דעסישן , וואס וועט דער רבי זאגן
ער האט די אפשן צו גיין צי דעם רבי׳ן אדער איהם
פארמיידן ,דער צוגאנג איז זייער פאסיג פאר די היינטיגע ענוויראמענט , עס איז מסתבר אז בעזר השם , וועט סאטמאר וואקסן ,זיך אויסשפרייטן צו
א כלל ישראל וואס וועט זיין חובקות עולם , עד ביאת ינון
 
Back
Top