א מהלך וואס קען ארבעטן ווען מען וויל שאצן "נפשות", איז קוקן אויף די מוסדות.
סאטמאר גראדע האט נאך איין טשיט, און דאס איז קרית יואל. קרית יואל איז א שטאט פון כמעט בלויז סאטמארע אידן (וואטעווער דעט מינס...), און קרית יואל פארמאגט היינט איבער 50,000 נפשות.
איינער האט זיך געוואונדערט וויאזוי מען זאל קענען זאגן אז סאטמאר האט 100,000 נפשות. דער אמת איז אבער אז סאטמאר (אדער בעסער געזאגט "סאטמאר-געשטימט") האט פיל מער ווי 100,000 נפשות.
אויב אין קרית יואל אליינס איז פאראן 50,000 נפשות, און אין וויליאמסבורג איז לכאורה פאראן נאך אמאל אזויפיל סאטמאר-געשטימט נפשות (צווישן די קינדער און עלטערן פון מוסדות סאטמאר מהר"יי, סאטמאר מהר"א, שאפראן, שארמאש, קראלי, בעקבי הצאן וכו וכדומה), האלטן מיר שוין ביי ארום 100,000 נפשות.
דאן פארגעס נישט פון די רעלאטיוו גרויסע מוסדות וואס סאטמאר פארמאגט אין בארא פארק, און מאנסי. לייג דאן צו נאך אביסל פון לעיקוואד, און בלומינגבורג. פארגעס אוודאי נישט פון לינדען, בעיסוואטער, און דזשערזי סיטי... און דו האלסט לכאורה נישט ווייט פון 150,000 סאטמארע נפשות בלויז אויפן אמעריקאנעם באדן.
וואסזשע יא? די ווארט סאטמאר-געשטימט קען מיינען זייער אסאך זאכן, און פאר מען בויעט אריין צו סאך אין די נומערן, דארף מען געדענקען אז סאטמאר-געשטימטע אידן זענען היפש צוטיילט, און אונטער אסאך באזונדערע מנהיגים וואס זענען אפט מאל אין גענצליך אנדערע מחנות ביי פארשידענע מערכות.