וויין סוחרים סטראשענען צו מסר'ן די שמשים

געפרעגט מיין לאקאלע שמש און דאס איז זיין ענטפער

1-עס איז אמת דאס אז וויין געשעפטן האבן געהאט טענות צו קדם וועגן שמשים.
2-די יעצטיגע טויש איז נישט וועגן מסירה ענינים.
3-בערך 20 יאר צוריק (די זעלבע ציט וואס קדם האט איבערגענומען רוב ארצישראלדיגע מארקעט בכפיה) האבן געשעפטן געהאט די טענה אויף שמשים און דאן האט קדם געהויבן די פרייז פאר שמשים מיט 15%. כלומר א שמש האט געקענט אויסוועלן צו קויפן בי קדם פאר טייערער אדער קויפן ביי א וויין געשעפט פאר די זעלבע פרייז. דאס האט בארוהיגט די געשעפטןאז די שמשים זענען טייערער ווי זיי, און א קאסטומער אין געשעפט+טעקס איז נאכאלץ ביליגער ווי ביים שמש.
4-לעצטנס איז ערגעץ אין די סטעיטס געווען אזא פרשה אז א וויין האלסעילער האט פארקויפט פאר גלחים, און די גלחים האבן עס פארקויפט פאר זייערע מעמבערס, און נאך א לענגערע געריכטליכע פראצעדור האט די קאמפעני באקומען א ריזיגע קנס פאר העלפן די קירכע פארקויפן אן קיין ליקער לייסענס, און די געריכט האט אפגעווארפן אלע זייערע תירוצים, און דאס איז וואס קדם האט יעצט מורא אז מגייט אויפווייזן אז זיי האבן געוויסט אז די אלע וויינען ווערט ניטש געניצט פאר שלש סעודות אין שול,

5- איך נעם נישט קיין אחריות אויף די קראנטקייט פון די אויבענדערמאנטע שורות,
 
Back
Top