וויין סוחרים סטראשענען צו מסר'ן די שמשים

מאה שערים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
955
רעאקציע ראטע
6,199
פונקטן
923
עפעס הער איך אז קדם הערט אויף צו פארקויפן וויין פאר די שמשים, ווייל די וויין סוחרים סטראשענען צו מסרן אויב מ'פארקויפט פאר די שמשים

איך מיין אז ס'איז בעיקר אין וויליאמסבורג, אבער איך בין נישט זיכער.

איינער ווייסט עפעס מער?
 
עס האט זיך אנגעהויבן אין וויליאמסבורג אבער אלע שמשים ליידן....
 
חוץ דעם וואס איך בין נייגעריג צו הערן מער דעטאלן

וויל איך אויך הערן פון די עולם וואס מ'האלט איבער ווער ס'איז גערעכט דא

די וויין סוחרים האבן א טענה אז זיי קענען נישט פראוויידן פאר אזוי ביליג ווי די שמשים וואס צאלן נישט קיין טעקס

סאו זיי האבן א טענה צו קדם אז זיי דארפן זיך צושטעלן צו זיי

פון די אנדערע זייט איז דא א טענה פון די שמשים אז זיי האבן געברענגט א נייע ריזיגע מארקעט פון מענטשן וואס טרונקען וויין

זייער אסאך מענטשן האבן זיך געמאכט היימיש מיט די איידיע פון קויפן טייערע וויין דורך קויפן אין שמש שטיבל

זיי וואלטן נישט געקויפן יעדע וואך א פלעשל אין וויין סטאר, נאר ביי די שמש נאך די מקווה נעמען זיי א פלעשל

דאס מיינט אז די שמשים נעמען נישט עכט אוועק קאסטומערס, אויב עפעס האבן זיי מער איינגעוואוינט דעם עולם צו קויפן וויין, און אטאמאטיש רינט עס שוין שפעטער איבער צו די געשעפטן.

נאך א טענה איז דא קעגן די געשעפטן וואס סטראשענען צו מסר'ן, אז דאס איז פשוט בלעק מעיל פון די ערשטע קלאס, זיי קענען עס טון אבער זיי שפילן נישט די געים ריכטיג.

ווען איינער זעהט אז זיין קאמפעטישאן פארקויפט בעסערע סחורה און אנשטאט ארבעטן אז מ'זאל קומען צו אים, גייט ער מסרן זיין קאמפעטישאן איז ער א חיה רעה, אזוי וואלט איך עס אנגעקוקט.

הגם מ'קען זאגן אז די שמשים שפילן אויך נישט פעיר ווייל למעשה פארקויפן זיי נישט עכט אויף די לעגאלע וועג.

אבער מצד שני, קלער איך, אז וואס וואלט געווען אויב א שמש וועט שיקן א אנדערעיזש בחור'ל קויפן א פלעשל וויין, און די סטאר וועט אים פארקויפן טראסטנדיג אז ער איז א איד, און דאן וועט די שמש אים גיין מסר'ן, וועט ער ניטאמאל קענען האבן טענות, ווייל ער האט דאך געטון די זעלבע ווען ער האט געוואלט.

נאך א מחשבה וואס איך האב געהאט ווען איך האב געהערט אז אלע וויין סטארס האבן זיך צאמגעשטעלט אז קיינער זאל נישט זיין די שייגעץ וואס מ'וועט אים פארשרייען אלס מסור.

אז די שמשים קענען טון די זעלבע, זיך צאמנעמען און ארויסווארפן יעדע וויין סוחר פון בית מדרש, די סוחרים וועלן נישט האבן ווי צו דאווענען ווייל אלע שולן וועלן זיי ארויסווארפן...

איך האף אז קיינער פאלגט נישט מיינע עצות..

איך באטראכט נאר די סוגיא פון די זייט, איך האב אביסל געהערט דערפון דעם חול המועד און ס'איז געווען א שטיקל דעבאטע דערוועגן ביים טיש.

איך בין נייגעריג צו איינער האט נאך דיטעילס און מער צדדים איבער די סאמעטוכע.
 
דו ברענגסט עס גאר גוט ארויס.

אויב גייט מען צו מיט די היימישע חסידישע מהלך איז זייער שווער צו האבן טענות דא אויף די שמשים (ענק עסן אלע פון די זעלבע טאפ, און יעדער דרייט ערגעץ אנדערש).

ביי אונז ארבעט עס מער ווייניגער אז כל דאלים גבר, סאוי יעצט דארפן קומען די כולל אינגעלייט און מאכן א פראטעסט און באיקאט קעגן די וויין סוחרים און לאמיר זעהן ווער ס'וועט געווינען.
אזוי האט דאך עס געארבעט אלע יארן...
 
יא איינע פון די לאקאלע וויין געשעפטן (ס......) האָבן נישט געמאכט קיין סאך געלט.
האט ער אנגעדרייט אז קדם זאל מער נישט פאר שמשים.
טאמער סאיז נאר קדם, קענען דאך די אנדערע וויין קאמפאניס פארפלייצן די שמשים, און קדם וועט שאדן האבן מיליאנען
 
די וויין סוחרים האבן א טענה אז זיי קענען נישט פראוויידן פאר אזוי ביליג ווי די שמשים וואס צאלן נישט קיין טעקס

סאו זיי האבן א טענה צו קדם אז זיי דארפן זיך צושטעלן צו זיי

פון די אנדערע זייט איז דא א טענה פון די שמשים אז זיי האבן געברענגט א נייע ריזיגע מארקעט פון מענטשן וואס טרונקען וויין
די זאגסט אז די שמשים בעטן ביליגער?
אינטערסאנט אז איך האב נאכנישט געטראפן א פלעשעל אלקאהאל ביי קיין שום שמש וואס זאל נישט זיין לכל הפחות 20 פארצענט טייערער ווי די ביליגסטע וויין סטאר , עוורידזש בעטן די שמשים 30 צו 40 פארצענט טייערער ווי די לאקאלע וויין סטארס פאר יעדן פלעשעל
 
לעצט רעדאגירט:
רוב חסידישע אידן קויפן קדם/רויעל וויינען
אלע שמשים האבן כהיום אנדערע קאמפאניס, די וויליאמסבורג'ע רבי זי"ע אידן האבן שטארק אנגעהויבן קויפן פון שווארטץ/ארמון/סטראפקוב קאמפאני, געזען פאר פסח אז די שמשים זענען פארפלייצט מיט די סחורה
 
דאס איז לכאורה ווייל זיי האבן נישט קיין קדם ווייל קדם דעליווערט זיי נישט קיין וויין מער.

דאס אז די וויין איז טייערער ביים שמש האב איך געהערט פון עטליכע אידן אין בארא פארק, קען זיין אין וויליאמסבורג איז נישט אזוי.

קען זיין די שמשים אין בארא פארק קויפן זייערע וויינען ביי די וויין סטארס נישט ביי די קאמפאניס.

איך האב גערעדט צו איינער וואס זיין טאטע האט א וויין געשעפט אין וויליאמסבורג, איך האב אים געפרעגט וועגן די גאנצע סאמעטוכע, זאגט ער מיר אז ס'האט גארנישט מיט די וויין סטארס נאר מיט קדם, ווייל קדם האט מורא פון לעגאלע פראבלעמען.

ווייס איך שוין נישט וואס איז אמת.
 
ניין , זיי אלע האבן קדם בגדול, סאיז נישט קיין נייע זאך,שוין א שיינע פאר יאר
 
דאס אז די וויין איז טייערער ביים שמש האב איך געהערט פון עטליכע אידן אין בארא פארק, קען זיין אין וויליאמסבורג איז נישט אזוי.

קען זיין די שמשים אין בארא פארק קויפן זייערע וויינען ביי די וויין סטארס נישט ביי די קאמפאניס.
איך רעד אז די וויליאמסבורג'ע שמשים זענען אייביג געווען אסאך טייערער ווי די וויין סטארס,
בארא פארק ווייס איך נישט.
 
קויפן נישט אסאך שמשים פון מייער די וויין?
 
Back
Top