חוץ דעם וואס איך בין נייגעריג צו הערן מער דעטאלן
וויל איך אויך הערן פון די עולם וואס מ'האלט איבער ווער ס'איז גערעכט דא
די וויין סוחרים האבן א טענה אז זיי קענען נישט פראוויידן פאר אזוי ביליג ווי די שמשים וואס צאלן נישט קיין טעקס
סאו זיי האבן א טענה צו קדם אז זיי דארפן זיך צושטעלן צו זיי
פון די אנדערע זייט איז דא א טענה פון די שמשים אז זיי האבן געברענגט א נייע ריזיגע מארקעט פון מענטשן וואס טרונקען וויין
זייער אסאך מענטשן האבן זיך געמאכט היימיש מיט די איידיע פון קויפן טייערע וויין דורך קויפן אין שמש שטיבל
זיי וואלטן נישט געקויפן יעדע וואך א פלעשל אין וויין סטאר, נאר ביי די שמש נאך די מקווה נעמען זיי א פלעשל
דאס מיינט אז די שמשים נעמען נישט עכט אוועק קאסטומערס, אויב עפעס האבן זיי מער איינגעוואוינט דעם עולם צו קויפן וויין, און אטאמאטיש רינט עס שוין שפעטער איבער צו די געשעפטן.
נאך א טענה איז דא קעגן די געשעפטן וואס סטראשענען צו מסר'ן, אז דאס איז פשוט בלעק מעיל פון די ערשטע קלאס, זיי קענען עס טון אבער זיי שפילן נישט די געים ריכטיג.
ווען איינער זעהט אז זיין קאמפעטישאן פארקויפט בעסערע סחורה און אנשטאט ארבעטן אז מ'זאל קומען צו אים, גייט ער מסרן זיין קאמפעטישאן איז ער א חיה רעה, אזוי וואלט איך עס אנגעקוקט.
הגם מ'קען זאגן אז די שמשים שפילן אויך נישט פעיר ווייל למעשה פארקויפן זיי נישט עכט אויף די לעגאלע וועג.
אבער מצד שני, קלער איך, אז וואס וואלט געווען אויב א שמש וועט שיקן א אנדערעיזש בחור'ל קויפן א פלעשל וויין, און די סטאר וועט אים פארקויפן טראסטנדיג אז ער איז א איד, און דאן וועט די שמש אים גיין מסר'ן, וועט ער ניטאמאל קענען האבן טענות, ווייל ער האט דאך געטון די זעלבע ווען ער האט געוואלט.
נאך א מחשבה וואס איך האב געהאט ווען איך האב געהערט אז אלע וויין סטארס האבן זיך צאמגעשטעלט אז קיינער זאל נישט זיין די שייגעץ וואס מ'וועט אים פארשרייען אלס מסור.
אז די שמשים קענען טון די זעלבע, זיך צאמנעמען און ארויסווארפן יעדע וויין סוחר פון בית מדרש, די סוחרים וועלן נישט האבן ווי צו דאווענען ווייל אלע שולן וועלן זיי ארויסווארפן...
איך האף אז קיינער פאלגט נישט מיינע עצות..
איך באטראכט נאר די סוגיא פון די זייט, איך האב אביסל געהערט דערפון דעם חול המועד און ס'איז געווען א שטיקל דעבאטע דערוועגן ביים טיש.
איך בין נייגעריג צו איינער האט נאך דיטעילס און מער צדדים איבער די סאמעטוכע.