וויאזוי באגייעט זיך די קאמיוניטי מיט איינער וואס לאזט עס איבער?

אפענער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 17, 2024
מעסעדזשעס
1,958
רעאקציע ראטע
7,578
פונקטן
943
ווען איינער לאזט איבער אונזער קאמיוניטי זענען דא פארשידענע רעאקציעס, עס זענען דא אזעלכע אידן וואס זענען קלוג און ברייט און וועלן לאזן אן אפענע טיר, נישט זוכן אריינצוגיין אין קיין פייטס און דיעלן אזויווי מ'וואלט געדיעלט מיט א צווייטע מענטש. פון די אנדערע זייט זענען דא אזעלכע וואס קומען בשם פרומקייט און וועלן זוכן אפצוטוהן יענעם, בעיקר קלאפט עס אויס ווען עס זענען דא קינדער און נאר איינע פון די עלטערן לאזן איבער די קאמיוניטי, וואס דאן וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן פרובירן צוטוהן אלעס אין די וועלט צו אפהאקן די עלטערן פון די קינדער. די שנירל איז געווידמעט צו ארומרעדן פון דעם געפערליכן התנהגות.
 
וואס האט מיר געמאכט עפענען דעם אשכול איז די ארטיקל אין ישראל היום וואס פארציילט אזעלכע געשיכטעס בעילום שם
השיטה החרדית ל"טיפול" ביוצאים בשאלה: "הייתי בהלם, מרוסק, מבועת" | ישראל היום

איך וועל דא נאכברענגען איין מעשה, וואס עקיבא וויינגארטען איז מגלה אויף פעיסבוק אז דא רעדט מען פון אים און זיין טאכטער מירי, און דער רב איז מנדל שפרן און זיין טאכטער ברכה לנציצקי, די ארגאניזאציע פון די קאמפיין איז אהבת חסד.

צבי, א טאטע פון דריי קינדער, 40 יאר אלט, איז געבוירן צו א משפחה פון א גאר באקאנטע חסידות. ער האט חתונה געהאט דורך א שידוך און איז נעבעך "אפגעפארן" אין יאר 2014. היינט וואוינט ער אין אייראפע, אין א שטאט וואו ער דינט אלס א "רב" ביי די נישט-ארטאדאקסן. פון זיין ווייב האט ער זיך גע'גט ווען ער האט אנגעהויבן דעם פראצעס פון איבערלאזן דעם חרד'ישן לעבנסשטייגער.

"שוין גלייך ביים אנהייב, ווען איך האב אנגעהויבן אראפגיין פונעם דרך, האבן זיך רבנים און בני משפחה אריינגעמישט און אנגעהעצט מיין ווייב און קינדער קעגן מיר. זיי האבן זיי פארקויפט אז איך בין א 'שרעקליכער מענטש', אז ס'לוינט נישט צו רעדן מיט מיר אדער האבן מיט מיר קיין שום קשר, מער ווי די מינימאלסטע וואס מ'מוז. איינער פון די גאר חשוב'ע און באקאנטע דיינים ביים חרדישן ציבור האט זיך געוואנדן צום בית הדין הרבני, און זיי געזאגט אז איך בין 'אראפ צו די מיסיון' ר"ל, און אז מען מוז מסדר זיין א גט וואס שנעלער, דער עיקר מיך ארויסצושטעלן אלס א 'עוכר ישראל'. די טאכטער פון יענעם רב פירט עד היום די מלחמה קעגן מיר, און קומט צו אלע דיונים אין געריכט.

"מיין טאכטער, וואס איז שוין היינט ערוואקסן, האט דערציילט אז יעדעס מאל וואס איך בין געקומען קיין ארץ ישראל אויף א באזוך, האט איר מאמע געזארגט זיי צו באהאלטן און אנטלויפן מיט איר און איר ברודער פון שטוב, כדי זיי זאלן חלילה נישט טרעפן זייער טאטן 'דער פארברעכער'. מיין טאכטער איז מודה אז איך בין שטענדיג געווען א גוטער טאטע, ליבליך, פארברענגט, זארגנדיג, און געווען אנוועזנד – און איבערנאכט האט מען זיי איינגערעדט אז דער טאטע איז א רשע און א סכנה, איינער פון וועמען מען דארף זיך היטן און אנטלויפן ער זאל נישט חלילה שלעכטס טון. אויב איך וואלט זיי גענומען עסן שווארמע אין גאס, למשל, וואלטן זיי גע'טענה'ט אז איך 'פיטער די קינדער מיט טריפות'.

"פון די אנדערע זייט, דער מצב ביי די קינדער אינדערהיים, ביי דער מאמען, איז געווען געפערליך. זי פלעגט זיי איבערלאזן אליין גאנצע נעכט און גיין צו שיעורי תורה אדער פארברענגען מיט חברות. איך האב כסדר געמאלדן פאר די רווחה אז די קינדער זענען אין א סכנה. זיי האבן אויך מיטגעמאכט פיזישע קלעפ און טעראר, און איינמאל האט מיין טאכטער מיר געשיקט בילדער וואס זענען מעיד דערויף. איך האב עס איבערגעגעבן פאר די רווחה און פארלאנגט מען זאל זיך תיכף ומיד אריינמישן, אבער עד היום האב איך נישט באקומען קיין ענטפער."

צבי טענה'ט אז די מערכה קעגן אים גייט ווייטער אן, אפילו ער וואוינט שוין נישט אין לאנד. "די טאכטער פון יענעם חשוב'ן רב גייט ווייטער ארום און פארשפרייט אויף מיר שרעקליכע זאכן, זי רופט אן יעדן מענטש וואס זי קען נאר, אריינגערעכנט עלטערן פון תלמידים אין מיין ישיבה. אפילו נאכדעם וואס איך האב זיך אוועקגעצויגן צו א צווייט לאנד, קענען זיי מיר נישט אפלאזן.

"ווען מיין עלטסטער זון איז געווארן אן ערוואקסענער, האט ער געוואלט קומען וואוינען מיט מיר אין דייטשלאנד, האבן מיינע בני משפחה געזארגט אים ארויסצופירן בסוד קיין ניו יארק. זיי האבן שנעל געלאפן אין קאורט דארט ארויסצוציען א צו-הרחקה קעגן מיר, כדי איך זאל נישט קענען רעדן מיט אים. מיר איז געזאגט געווארן בפירוש אז די מלחמה קעגן מיר איז בלויז ווייל איך בין אראפ פונעם דרך. מיין משפחה האט צוזאמגעשטעלט 120 טויזנט דאלער צו פינאנצירן פאר מיין גרושה די געריכטליכע פראצעדורן קעגן מיר, וואס ציען זיך נאך ביזן היינטיגן טאג. זי ווערט היינט פארטרעטן דורך נישט ווייניגער ווי פינף לאיערס!

אזוי אויך, בשעת איך האב איבערגעלאזט די רעליגיע, האבן די עסקנים אראנזשירט א קאמפיין און א מגבית פאר מיין גרושה, כדי צו ראטעווען די קינדער פון 'גיין לתרבות רעה/לשמד'. איינער פון די הויפט תורמים וואס זענען געשטאנען אונטער דעם פראיעקט איז א גאר באקאנטער נגיד ביים חרדישן ציבור.

צבי'ס ערוואקסענע טאכטער, וואס לערנט היינט געזעץ ("מיטן ציל צו העלפן קינדער אין מיין מצב"), זאגט עדות אז זי איז טאקע אויפגעוואקסן אין א סביבה וואס איז בכלל נישט געווען באשיצט און זיכער, וואו עס האט געפעלט פאר איר און איר ברודער די געשטאלט פונעם טאטן וואס מען האט דערווייטערט פון זיי. "פון די מינוט וואס מען האט אונזער טאטן געמאכט 'פארשוואונדן', האבן מיר געגעסן מרורים. מיט אלע וועגן האבן זיי פרובירט צו שטערן דעם קשר מיט אים, אפילו דורך א קאמפיוטער. אלע עסקנים האבן פרובירט צו 'האלטן אן אויג' און פיקוח'ן אויף אונזערע באגעגענישן. מען האט אונז געצוואונגען זיך צו טרעפן אין א 'מרכז קשר', כאילו דער טאטע איז א חולי נפש וואס איז מזיק פאר אונז. ביזן היינטיגן טאג זאגט די מאמע אויף אים נאר שלעכטע זאכן.

"ביי א געוויסע שטאפל האבן זיי שוין נישט געהאט קיין 'קארטן' צו שפילן קעגן טאטן, האבן זיי אויסגעטראכט עלילות און בלבולים אז ער האט מיר געשעדיגט (מאלעסטעד) ווען איך בין געווען קליין – זאכן וואס זענען קיינמאל נישט געשען. די אבסורד איז, אז איך און מיין שוועסטער האבן יא ל"ע מיטגעמאכט הטרדות און מעשים מגונים במשך יארן דוקא מצד א צווייטן מענטש וואס איז געווען נאנט צו אונז, און יענער איז טאקע געשיקט געווארן אין תפיסה דערויף פאר עטליכע יאר. אבער אפילו ווען מען האט אונז אריבערגעפירט צו פאסטער קעיר און אנשטאלטן, האט מען אפילו פאר איין רגע נישט געקלערט אונז איבערצוגעבן צו די רשות פון אונזער טאטן. עס איז אפילו נישט געווען אויפן טיש.

"נאר נאכדעם וואס איך האב געפירט א מלחמה אין געריכט קעגן די רווחה און קעגן מיין מאמע – איז מיר געלונגען אריבערצוגיין צו מיין טאטן. איך בין אזוי ברוגז אויף די אלע פארלוירענע יארן, אויף דעם וואס פאר קיינעם איז נישט באמת אנגעגאנגען וואס איך גיי דורך אינדערהיים. מען האט דערווייטערט פון מיר דוקא די פון די עלטערן וואס איז געווען דער מיטיב, דער וואס שטיצט און האט ליב.
 
איך מיין אז דיין שאלה איז נישט אינגאנצן פראפארציענד צו די מעשה, קוקט מיר אויס אז צוויי חלקים איז דא צוזאמגעמישט.

צום שאלה ווי אזוי מ'פירט זיך אויף צו איינער וואס גייט אראפ פון דרך, איז דא אסאך סארטן תשובות, און יעדער האט א רעכט זיך אויפצופירן ווי אזוי ער פארשטייט (כמובן אן מבזה זיין אדער טשעפען יענעם), יעדער האט זיין שכל וואס דער רבש"ע האט אים געשאנקען און לויט דעם איז ער בארעכטיגט צו האבן זיין אייגענע חוות דעת.

אבער דא איז דא א צווייטע פראבלעם, וואס איז בעיקר נוגע אין אזעלכע סארט סיטואציעס ווי דיין מעשה, אז עס זענען פאראן קינדער. דער פראבלעם רופט זיך "אריינמישן". בעסער געזאגט, "אומגעבעטענע אריינמישן"; אזא סארט אנסאליסיטעד עדווייס. דאס איז רשעות שאין כמוהו, ווייל אפילו נניח אז צוליב רעליגיע ווילסטו ראטעווען די קינדער פון ווערן אפגעפארן, איז אויך דא מענטשליכע מהלכים דערויף, נישט אזעלכע רשעות פון גענצליך אפהאקן קינדער פונעם טאטן, אים בארעדן און באשמוצן וכו', בפרט אז דו האסט סתם אריינגעשטעקט דיין נייגעריגע שמוציגע נאז וואס לעכצט נאך פריוואטע לשה"ר'לעך.

איך רעד פון ווייטאג ווייל איך האב שוין צופיל מיטגעהאלטן לעצטנס פון די סארט "צדיקים", בל' סגי נהור. לאו דוקא ביי אפגעפארן, נאר אפי' ביי יעדע סומאטוכע, פון איינער וואס איז משנה א קלייניגקייט - צומאל נאר חסידות אדער ביהמ"ד - אדער ביי א שלום בית געפעכט און מ'רעדט פון א גט, צי צוויי שותפים וואס זאכן זענען געגאנגען דרום, אדער מ'איז מפרסם געוויסע סארט הילף אדער האטליינ'ס פאר מענטשן וואס נויטיגן זיך אין א געוויסע סערוויס, וועקן זיך פלוצלינג אויף די ארבעטסלאזע מענטשן וועלכע האבן זיך דערקלערט אלס פארטרעטער פון גאט און די גאנצע וועלט, און הייבן אן מישן א קאשע, זיי לויפן ארום פון רעכל צו מעכל, בארעדן באשמוצן מיט פינסטערע שמוץ קאמפיינען, זיי שטעלן זיך נישט אפ ביז זיי לייגן יענעם אין דער ערד.

פון וואו זיי האבן געלט און צייט, איז א באזונדערע שאלה פאר זיך. אבער לאמיר לייגן געלט אין די זייט; דו ביסט דאך א רשע מרושע! מי ביקש זאת מידכם? וואו קומסטו דא אריין אין בילד? פארוואס ביסטו דער אפוטרופוס אויף יענעם, איינער האט דיר געפרעגט? פון וואו נעמסטו דעם היתר צו באשמוצן א צווייטן איד לכל עובר ושב בלויז ווייל ער טוט עפעס אנדערש ווי דו גלייכסט אדער האלטסט?

ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט מען די רשעימ'לעך ארויסגעשליידערט בשן ועין! ווען יענער קומט רעדן צו דיר (איך מיין נישט דווקא דיר, איך מיין אויך צום רב, דיין, עסקן, וכדומה) דארף מען די ערשטע זאך פרעגן: ווער זענט איר? וואו קומט איר אריין אין בילד? וואס איז אייער ציל דא? און אויב איז עס נישט 100% לעגיטים, זאל מען יענעם אנכאפן ביי די אויערן און אראפווארפן פון פענסטער אזא צוויי שטאק למען ישמעו וייראו...
 
וואס האט מיר געמאכט עפענען דעם אשכול איז די ארטיקל אין ישראל היום וואס פארציילט אזעלכע געשיכטעס בעילום שם
השיטה החרדית ל"טיפול" ביוצאים בשאלה: "הייתי בהלם, מרוסק, מבועת" | ישראל היום

איך וועל דא נאכברענגען איין מעשה, וואס עקיבא וויינגארטען איז מגלה אויף פעיסבוק אז דא רעדט מען פון אים און זיין טאכטער מירי, און דער רב איז מנדל שפרן און זיין טאכטער ברכה לנציצקי, די ארגאניזאציע פון די קאמפיין איז אהבת חסד.
די פאסירונג איז פערצופאל ביי א סכסוך וועגן פרומקייט, אין די מאמע די רודפת לייגט אריין איהר
רשעות אהנצודרייען די קינדער קעגן די טאטע אין יידישקייט,די שלעכטקייט און פארביסענע שנאה
קומט פאהר ביי פעלער פון גיטין אפילו ווען עס איז נישטא די אישו פון רעליגיע, איז שכיח אז די מאמע העצט אהן די קינדער קעגן די טאטע, סיי פריוואט סיי אין געריכט מיט כל מיני טענות פון שקרים וכזבים, צו פארמיידען די קינד זיך צו טרעפן און האבען א נארמאל שייכות מיט דעם טאטע דאס איז א מין אומפארגינעריש טבע וואס די פרויען האבען עס מער ווי די מענער,לויט מייןעקספיריענס,
עס מוז נאך קומען פון אדם וחוה,ותתן גם לאישה ויאכל.
 
איך האב מיטגעמאכט אזא פרשה און זיך ארומגעשלאגן יארן מיט אלעס װאס כ'האב געהאט אנצוהאלטן קשר מיט מײנע קינדער. קודם מיט הײמישע רבנים און עסקנים, נאכדעם אין קאורט און הײנט דירעקט מיט מײנע קינדער. איך רעד מיט אײנעם פון זײ אױפ'ן טעלעפאן כסדר. זײ זענען שױן צו אלט ארײנצומישן קאורט וכדומה.

אבער איך האב נישט קײן חרטה פאר'ן קעמפן אפילו אױב כ'האב האלב פארלױרן הײנט - און מײנע קינדער קומען מיר מער נישט װיזיטְן, װײל למעשה, רוב פון זײער גאר-אינגער אױפברענגונג װאס איז פאָרמאַטיװ פאר זײער עדאָלט לײף, זענען זײ יא געװען צוזאמען מיט מיר - מיך געקומען באזוכן אױף גאנצע שבתים וכדומה און לאנג פארברענגט מיט מיר רעגולערלי, יעדע װאך - און ממילא קען מען זײ נישט אײנרעדן הײנט אז איך האב זײ פארלאזט און נישט אינטרעסירט געװען אין זײ אזױ װי איך האב געהערט אז מען טוט לײדער מיט אסאך אזעלכע קינדער.

נאכמער, װען מײן עקס'עס משפחה האט למעשה מצליח געװען אין זײ דערװײטערן פון מיר, און זײ האבן גענומען די אינדאָקטרענײשאָן צו נעקסט לעװעל, זענען זײ שױן געװען אזױ אלט אז זײ זענען בעליל באװיסטזיניג געװען צו דער פאקט אז מען אײליענײט זײ, אנדערש װי עס איז בײ קלײנע קינדער, נאר זײ האבן געהאלטן א שװײג און געטוהן װאס מען הײסט זײ, זיך נישט װעלענדיג צורײסן מיט די מאמע, און ממילא װעלן זײ דאס זיכער געדענקען אױף שטענדיג און װי אנדערע פעלער װײזן איז דאס עפעס װאס כמעט רוב מאל בעקפײערט. עכ"פ איך האף אז מײנע קינדער װעלן נאך רעדן מיט מײן עקס אײנמאל זײ װאקסן אױף און הײבן אָן מאכן זײערע אײגענע החלטות.

אבער װאס ס'האט מיר שאקירט בשעת די קאורט קײסעס איז װי ס'קומען יחידים און פארקױפן פאר די קאורטס כאילו דאס זענען אלע חסידישע קרײזן (בײ מיר איז עס געװען סאטמאר), דאס איז יודישקײט, כאילו אזױ פירט מען זיך איבעראל - אז מען פרעמדעט אפ קינדער פון זײער טאטן נאר װײל זײ זענען אפגעטרעטן אביסל פון דרך - און אזױ מאכן די יחידים, עסקנים - װאס געװענטליך איז עס בעיקר געלט װאס אינטרעסירט זײ (צאמגעשנאָרעט פון א.ג. הצלת ילדי ישראל משמד קאמפײנען) - א שרעקליכע חילול השם איום ונורא בײ די דזשאָדזשעס און די לױערס און בכלל אין די געזעץ סעקטאר.

ס'איז א סוד פאר בראדט בײ פראפעשאנעלס - לױערס, בּאריסטערס און דזשאָדזשעס - װי-אזױ עקסטרימע אינדיװידועלן, חסידים - איך שטרײך אונטער 'אינדיװידועלן' - אדער עקסטרימע, אינדיװדועלע, זאל עס זײן מוסלעמענער, בענגלאַדעשיס (דא איז דא אסאך פון דער קאמיוניטי װאס זענען גאר פרום אױף זײער דרך) אדער טראדיציאנאלע אינדיאנער פירן זיך אױף אין די קאורטס אנטקעגן "קאַפֿאַרס" און רענעגײדס. אבער היות קײנער אין די גאס הערט נישט פון דעם גײט עס אָן מיט אימפּיוּניטי.

יחידים מײן איך עסקנים, משפחות צו געװיסע חריגים, עסקנים אדער רבנים, נישט די נארמע! מ'קען זיכער נישט אפסטעמפלען אז יעדער אין סאטמער װאלט נישט געהאט א פראבלעם אפצוהאקן קינדער פון עלטערן אדער פארקערט, דאס האב איך שױן געזען פון עקספירינעס, קומען אבער די פאר פארדארבענע עפעלעך און מיט זײער התנהגות לײגן זײ א שװארצן לײלעך איבער דער גאנצער גרופע און ברענגען אזױ אָן אָן א שיעור אנטיסעמיטיזם. רעדן אײן די קאורטס אײן באבסקע מעשה און אין שול פארצײלן זײ גאנץ א צװײטע מעשה. אין קאורט װעלן זײ זאגן אז דער טאטע װײזט די קינדער 'פּעפּע פּיג' און אין שול װעלן זײ פארקױפן אז דער טאטע איז א שנה ופירשניק ל"ע.

כ'האב נאך אסאך װאס איך האב צושערן אױפדעם אבער איך װעל עס לאזן דא פאר יעצט.
 
לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

דויד זאגט פאר שאול אל יפול לב אדם עליו ,
ליבי אומר לי אז דיינע קינדער וועלן צוריק קומען
מען ווערט מער מעטשור און מען טראכט מאין באתי,און מען אנערקענט די ציווי פון כיבוד אב,ווי דער רמב״ן איז אזוי שיין מסביר אז פונקט ווי מען טאהר נישט כופר זיין אין גאט, טאהר מען נישט לייקענען און זיין א כופר אינעם אייגענעם טאטע, עס וועט זיין והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם ושבו בנים לגבולם
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האב מיטגעמאכט אזא פרשה און זיך ארומגעשלאגן יארן מיט אלעס װאס כ'האב געהאט אנצוהאלטן קשר מיט מײנע קינדער. קודם מיט הײמישע רבנים און עסקנים, נאכדעם אין קאורט און הײנט דירעקט מיט מײנע קינדער. איך רעד מיט אײנעם פון זײ אױפ'ן טעלעפאן כסדר. זײ זענען שױן צו אלט ארײנצומישן קאורט וכדומה.

אבער איך האב נישט קײן חרטה פאר'ן קעמפן אפילו אױב כ'האב האלב פארלױרן הײנט - און מײנע קינדער קומען מיר מער נישט װיזיטְן, װײל למעשה, רוב פון זײער גאר-אינגער אױפברענגונג װאס איז פאָרמאַטיװ פאר זײער עדאָלט לײף, זענען זײ יא געװען צוזאמען מיט מיר - מיך געקומען באזוכן אױף גאנצע שבתים וכדומה און לאנג פארברענגט מיט מיר רעגולערלי, יעדע װאך - און ממילא קען מען זײ נישט אײנרעדן הײנט אז איך האב זײ פארלאזט און נישט אינטרעסירט געװען אין זײ אזױ װי איך האב געהערט אז מען טוט לײדער מיט אסאך אזעלכע קינדער.

נאכמער, װען מײן עקס'עס משפחה האט למעשה מצליח געװען אין זײ דערװײטערן פון מיר, און זײ האבן גענומען די אינדאָקטרענײשאָן צו נעקסט לעװעל, זענען זײ שױן געװען אזױ אלט אז זײ זענען בעליל באװיסטזיניג געװען צו דער פאקט אז מען אײליענײט זײ, אנדערש װי עס איז בײ קלײנע קינדער, נאר זײ האבן געהאלטן א שװײג און געטוהן װאס מען הײסט זײ, זיך נישט װעלענדיג צורײסן מיט די מאמע, און ממילא װעלן זײ דאס זיכער געדענקען אױף שטענדיג און װי אנדערע פעלער װײזן איז דאס עפעס װאס כמעט רוב מאל בעקפײערט. עכ"פ איך האף אז מײנע קינדער װעלן נאך רעדן מיט מײן עקס אײנמאל זײ װאקסן אױף און הײבן אָן מאכן זײערע אײגענע החלטות.

אבער װאס ס'האט מיר שאקירט בשעת די קאורט קײסעס איז װי ס'קומען יחידים און פארקױפן פאר די קאורטס כאילו דאס זענען אלע חסידישע קרײזן (בײ מיר איז עס געװען סאטמאר), דאס איז יודישקײט, כאילו אזױ פירט מען זיך איבעראל - אז מען פרעמדעט אפ קינדער פון זײער טאטן נאר װײל זײ זענען אפגעטרעטן אביסל פון דרך - און אזױ מאכן די יחידים, עסקנים - װאס געװענטליך איז עס בעיקר געלט װאס אינטרעסירט זײ (צאמגעשנאָרעט פון א.ג. הצלת ילדי ישראל משמד קאמפײנען) - א שרעקליכע חילול השם איום ונורא בײ די דזשאָדזשעס און די לױערס און בכלל אין די געזעץ סעקטאר.

ס'איז א סוד פאר בראדט בײ פראפעשאנעלס - לױערס, בּאריסטערס און דזשאָדזשעס - װי-אזױ עקסטרימע אינדיװידועלן, חסידים - איך שטרײך אונטער 'אינדיװידועלן' - אדער עקסטרימע, אינדיװדועלע, זאל עס זײן מוסלעמענער, בענגלאַדעשיס (דא איז דא אסאך פון דער קאמיוניטי װאס זענען גאר פרום אױף זײער דרך) אדער טראדיציאנאלע אינדיאנער פירן זיך אױף אין די קאורטס אנטקעגן "קאַפֿאַרס" און רענעגײדס. אבער היות קײנער אין די גאס הערט נישט פון דעם גײט עס אָן מיט אימפּיוּניטי.

יחידים מײן איך עסקנים, משפחות צו געװיסע חריגים, עסקנים אדער רבנים, נישט די נארמע! מ'קען זיכער נישט אפסטעמפלען אז יעדער אין סאטמער װאלט נישט געהאט א פראבלעם אפצוהאקן קינדער פון עלטערן אדער פארקערט, דאס האב איך שױן געזען פון עקספירינעס, קומען אבער די פאר פארדארבענע עפעלעך און מיט זײער התנהגות לײגן זײ א שװארצן לײלעך איבער דער גאנצער גרופע און ברענגען אזױ אָן אָן א שיעור אנטיסעמיטיזם. רעדן אײן די קאורטס אײן באבסקע מעשה און אין שול פארצײלן זײ גאנץ א צװײטע מעשה. אין קאורט װעלן זײ זאגן אז דער טאטע װײזט די קינדער 'פּעפּע פּיג' און אין שול װעלן זײ פארקױפן אז דער טאטע איז א שנה ופירשניק ל"ע.

כ'האב נאך אסאך װאס איך האב צושערן אױפדעם אבער איך װעל עס לאזן דא פאר יעצט.
איך מעג פרעגן א סענסעטיווע שאלה וואס איך וואלט געוואלט פרעגן דיר און אסאך וואס זענען דאס דורך?

ווען דו ווייסט ווען פון פארדעם דאס וואס מען וועט טון מיט דיינע קינדער, און זיי דערווייטערן וכדומה, וואלסטו נאכאלץ פארלאזט די סיסטעם אדער וואלסט געבליבן פאר זיי?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווער איז דעי חתן כלה? איינער פון זיי זעהט אויס איז א אייניקל פון זידיטשובע רבי וואס טאנצט דארט מצוה טאנץ
די חתן הייסט לאבין א זידיטשובע אייניקל, אין די כלה מאריס.

דאס איז די אינוועטעישאן פין די חתונה
1000803669.webp

זיי האבן געהאט קודם א רעגולער חתונה, נאכדעם געגאנגען מאכן א רעיוו-עפטער פארטי ביז אינדערפרי...

פין די קליפים קוקט אויס אויס אז עס איז געווען דארטן אורות...

א בחינה פין חמשה עשר באב בימי חז"ל, ריקודין של אש בחורים ובתולות, אזויווי עס פאסט פאר שמחת חתן כלה.

די עיקר איז עס זאל זיין א שטייפע קשר של קיימא, כל הכבוד פארן געבן די ערשטע חלק חתונה פארן פרומע משפחה
 
איך מעג פרעגן א סענסעטיווע שאלה וואס איך וואלט געוואלט פרעגן דיר און אסאך וואס זענען דאס דורך?

ווען דו ווייסט ווען פון פארדעם דאס וואס מען וועט טון מיט דיינע קינדער, און זיי דערווייטערן וכדומה, וואלסטו נאכאלץ פארלאזט די סיסטעם אדער וואלסט געבליבן פאר זיי?
עס פאסט נישט אזא שאלה , זאכען פאסירען און מען גייט אהן , דאס איז אזוי ווי ווען מען פרעגט א רעגולער קאפעל 10 יאהר נאך די חתונה , זאג יונגערמאן, ווען די וואלסט גיוועהן געוואוסט פאר די חתונה די אלע עקולי ופשורי מיט דיין פרוי,וואלסטו גיכאפט און גיזאגט הרי את מקודשת לי .
חכמים הזהרו בכבוד חבירכם.
 
לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דאס הייבט אן דערמאנען דאס וואס מען זאגט אז פארן קריג, זענען געווען אסאך פרייען אידן ,
דאס הייבט אן געשען זייער אפט ממש אין די היימישע געגענטער אזאנע פארטיס,
חנוכה איז געווען א פארטי אין טאמס ריווער אויף די זעלבע אופן , מיידלעך האלב נאקעט מיט בחורים געטאנצען ביז פארטאגס
 
לעצט רעדאגירט:
דאס הייבט אן דערמאנען דאס וואס מען זאגט אז פארן קריג, זענען געווען אסאך פרייען אידן ,
דאס הייבט אן געשען זייער אפט ממש אין די היימישע געגענטער אזאנע פארטיס,
חנוכה איז געווען א פארטי אין טראנס ריווער אויף די זעלבע אופן , מיידלעך האלב נאקעט מיט בחורים געטאנצען ביז פארטאגס
לינק?
 
Back
Top