פאריגע וואך האב איך געענטפערט סארקאסטיש ווייל איך פשוט געוואלט ארויסברענגען מיין סטענדס וועגן האר, איך האב נישט געמיינט די "אפפארן" ליטערלי.
אבער אז דו האסט עס ארויפגעברענגט וועל איך דיר ענטפערן, אין איין וועגס וועט די שנירל צירוקגיין אויף די רעלסן, ווייל ס'איז שטארק 'אפגעפארן"
הער איט איז..
"אפפארן" אדער "או טי די" איז א מעיד אפ ווארט וואס אונזערע מחנכים האבן אויפגעמאכט צי ארויפלייגן א לעבל אויף מענטשן וואס זענען בוחר זייער לעבן.
ווען איך בין געווען אינג האבן מיינע עלטערן זיכער געמאכט ווען מ'איז ארויפגעגאנגען צו מיין זיידע באבע פאר פארטיס אד"ג, און ס'געווען דארט קוזינס וואס זענען געגאנגען אנגעטאן מאדערן, ווען מ'איז אהיימגעקומען פלעגן איך און מיינע ברידער פרעגן וועגן די קוזינס, פלעגט ארויסגיין פון איר א טיפע קרעכטס ווי די קוזינס זענען נעבעך אפגעפארן און ווי שטארק איר שוועסטער אונזער מומע בלוטיגט אויף די קינדער, אונז קינדער האבן פארשטייט זיך באקומען שרעקליכע מיטלייד אויף מיין מומע, און אויף די "ציבראכענע" קוזינס.
שפעטער ווען איך בין שוין געווארן אביסל עלטער, האב איך אויסגעפונען דעם גרויסן סוד אז ס'נישטא נישט קיין בערן און נישט קיין וואלד, נאר פרומע מאניפולאציע.
די קוזינס זענען בכלל נישט געווען נאנט צי צעבראכן, זיי האבן אויפגעשטעלט געשמאקע פרייליכע משפחות, מיין מומע איז בכלל נישט געווען צעבראכן, אויב זי איז געווען צעבראכן איז עס געווען לעצטענס ביי איינע פון אירע טעכטער ווי זי האט זיך ארומגעמיטשעט מיט א ארכי פרומע איידעם וואס האט נישט געוואלט געבן א גט.
וואס איך ברענג ארויס איז, אז ביי מיר אין איך מיין איך בין נישט די איינציגסטער, ווען איך זאג אז איך וויל "אפפארן" מיינט איך צוזאגן אז איך וויל בוחר זיין מיין לעבן, וואס דעיס אינקלאד אלעס וואס דו שרייבסט, גיין צי מער א לויזע געגנט, ארויסנעמען די קינדער פון סאטמאר. וואס די זאכן גייט שוין הייסן ביי מיינע עלטערן אין ביי מיינע חברים פון די סיסטעם "אפגעפארן"
אפפארן = ובחרת בחיים