וויאזוי באגייעט זיך די קאמיוניטי מיט איינער וואס לאזט עס איבער?

פאריגע וואך האב איך געענטפערט סארקאסטיש ווייל איך פשוט געוואלט ארויסברענגען מיין סטענדס וועגן האר, איך האב נישט געמיינט די "אפפארן" ליטערלי.

אבער אז דו האסט עס ארויפגעברענגט וועל איך דיר ענטפערן, אין איין וועגס וועט די שנירל צירוקגיין אויף די רעלסן, ווייל ס'איז שטארק 'אפגעפארן"

הער איט איז..

"אפפארן" אדער "או טי די" איז א מעיד אפ ווארט וואס אונזערע מחנכים האבן אויפגעמאכט צי ארויפלייגן א לעבל אויף מענטשן וואס זענען בוחר זייער לעבן.

ווען איך בין געווען אינג האבן מיינע עלטערן זיכער געמאכט ווען מ'איז ארויפגעגאנגען צו מיין זיידע באבע פאר פארטיס אד"ג, און ס'געווען דארט קוזינס וואס זענען געגאנגען אנגעטאן מאדערן, ווען מ'איז אהיימגעקומען פלעגן איך און מיינע ברידער פרעגן וועגן די קוזינס, פלעגט ארויסגיין פון איר א טיפע קרעכטס ווי די קוזינס זענען נעבעך אפגעפארן און ווי שטארק איר שוועסטער אונזער מומע בלוטיגט אויף די קינדער, אונז קינדער האבן פארשטייט זיך באקומען שרעקליכע מיטלייד אויף מיין מומע, און אויף די "ציבראכענע" קוזינס.

שפעטער ווען איך בין שוין געווארן אביסל עלטער, האב איך אויסגעפונען דעם גרויסן סוד אז ס'נישטא נישט קיין בערן און נישט קיין וואלד, נאר פרומע מאניפולאציע.

די קוזינס זענען בכלל נישט געווען נאנט צי צעבראכן, זיי האבן אויפגעשטעלט געשמאקע פרייליכע משפחות, מיין מומע איז בכלל נישט געווען צעבראכן, אויב זי איז געווען צעבראכן איז עס געווען לעצטענס ביי איינע פון אירע טעכטער ווי זי האט זיך ארומגעמיטשעט מיט א ארכי פרומע איידעם וואס האט נישט געוואלט געבן א גט.

וואס איך ברענג ארויס איז, אז ביי מיר אין איך מיין איך בין נישט די איינציגסטער, ווען איך זאג אז איך וויל "אפפארן" מיינט איך צוזאגן אז איך וויל בוחר זיין מיין לעבן, וואס דעיס אינקלאד אלעס וואס דו שרייבסט, גיין צי מער א לויזע געגנט, ארויסנעמען די קינדער פון סאטמאר. וואס די זאכן גייט שוין הייסן ביי מיינע עלטערן אין ביי מיינע חברים פון די סיסטעם "אפגעפארן"

אפפארן = ובחרת בחיים
יא, ארויפ-פארן אויף די אייגענע וועג.
 
לכאור״ אפ פאהרען״ מיינט אז מען וואלקט אוועק פון די גדרי הלכה , אז מען גייט צו אן אנדערע סביבה מיט אנדערע מנהגים ,איז א טשויס וואס מען דארף אדורך טראכטען די בענעפיטס און די הארדשיפס וואס קומען מיט. והבוחר יבחר
דו האסט בכלל פארשטאנען מיין מעסעדזש?
 
ווען איך בין געווען אינג האבן מיינע עלטערן זיכער געמאכט ווען מ'איז ארויפגעגאנגען צו מיין זיידע באבע פאר פארטיס אד"ג, און ס'געווען דארט קוזינס וואס זענען געגאנגען אנגעטאן מאדערן, ווען מ'איז אהיימגעקומען פלעגן איך און מיינע ברידער פרעגן וועגן די קוזינס, פלעגט ארויסגיין פון איר א טיפע קרעכטס ווי די קוזינס זענען נעבעך אפגעפארן און ווי שטארק איר שוועסטער אונזער מומע בלוטיגט אויף די קינדער, אונז קינדער האבן פארשטייט זיך באקומען שרעקליכע מיטלייד אויף מיין מומע, און אויף די "ציבראכענע" קוזינס.

שפעטער ווען איך בין שוין געווארן אביסל עלטער, האב איך אויסגעפונען דעם גרויסן סוד אז ס'נישטא נישט קיין בערן און נישט קיין וואלד, נאר פרומע מאניפולאציע.
ביסטו אפשר מיין ברודער?
 
דו האסט בכלל פארשטאנען מיין מעסעדזש?
איך בין נישט זיכער אז איך האב פארשטאנען.

איך האב געשריבן לפי הבנתי, אז דיין פוינט איז "ובחרת בחיים" – מען דארף מאכן א לעבן, און איך בין פולי מסכים. נאר צוגעלייגט, אז ווען מען וויל א טויש ווייל מען טרעפט זיך פאר סאם ריזן נישט דעם פלאץ אין דעם סיסטעם אויף א באקוועמען אופן, לוינט זיך אז דער טויש זאל זיין אין א סביבה מיט די גדרי הלכה, און מען קען מאכן א פיינע לעבן.

אז מען מוז יא אדורכגיין די טראומע פונעם טשעינדזש, מיינט נישט אז רעפארם אידישקייט אדער נאו-אידישקייט איז דער ריכטיגער "ובחרת בחיים"; מן הסתם האלסטו אויך אזוי, האב איך דאך יא פארשטאנען – ולא פליגי.
 
Whatever

מיין פאונט איז געווען אז ביי אונזערע מחנכים האט "אפגעפארן" אויך אריינגענומען מענטשן וואס האבן זיך פולי געהאלטן צו די הלכות נאר מ'האט אביסל ארום געטוישט מיט די לבוש וכו'..
 
איך בין נישט זיכער אז איך האב פארשטאנען
איך האב געשריבען לפי הבנתי, אז דיין פוינט איז ובחרת בחיים, מען דארף מאכען א לעבן,און איך בין פולי מסכים , נאר צוגעלייגט אז מען וויל א טויש ווייל
מען טרעפט זיך פאר סאם ריזען נישט די פלאץ אינדעם סיסטעם אויף א באקוועמליכער אופן , לוינט זיך אז דער טויש זאל זיין מיט א סביבה מיט די גדרי הלכה און מען קען מאכען א פיינע לעבן , אז מען מוז יא אדורך די טראומא פון טשענדש, מיינט נישט אז רעפארם יידישקייט אדער נאו יידישקייט, איז דער ריכטיגער ובחרת בחיים,מן הסתם האלסטו אויך אזוי
האב איך דאך יא פארשטאנען - ולא פליגי
אפפגעפארן מיינט, אז דו האלסט אז דו פארשטייסט בעסער אויף וועלכע וועג יענער ברויך גיין.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אן עכטע קליגע יוד וואס לאזט אפ יודשקייט וועסטו נישט זעהן אויף קיין פאדקעסט רעדן פון זיין טראמא... און וועסט עם בכלל נישט הערן רעדן קיין ווארט פון די פעסט..

די אלע וואס הערן נישט אויף צו שעלטן און פארקויפן אידישקייט זענען גרויסע שוטים
 
מאה אחוז!!!
 
ע"כ קרא שמו @ווייס קוקער.
 
אן עכטע קליגע יוד וואס לאזט אפ יודשקייט וועסטו נישט זעהן אויף קיין פאדקעסט רעדן פון זיין טראמא... און וועסט עם בכלל נישט הערן רעדן קיין ווארט פון די פעסט..

די אלע וואס הערן נישט אויף צו שעלטן און פארקויפן אידישקייט זענען גרויסע שוטים
כ'ווייס נישט צו מ'קען זאגן אז ס'האט צו טוהן מיט קלוג אדער נישט קלוג, ס'האט מן הסתם מער צו טוהן מיט פּערסאנאליטי און אויך די סיבה פארוואס יענער האט אפגעלאזט אידישקייט. פארהאן מענטשן וואס זענען נישט צופרידן וואו זיי זענען און שפירן ווי יעדער מוז האלטן ווי זיי. נאכדעם זענען פארהאן מענטשן מער צופרידענערע וואס גייט זיי נישט אן וואס אנדערע טוהן ווי לאנג זיי שפירן אז זיי זענען אויף א גוטע פלאץ זענען זיי גוט. אויך ווענדט זיך עס מיט עידזש, ווען מ'איז יונגער איז מען מער היציג און ווייניגער עקספיריענס אין לעבן און מ'מיינט אז מ'האט אויסגעטראפן איינשטיין און די היציגקייט שטופט דעם מענטש איבערצורעדן אנדערע און זיך מתווכח זיין מיט יעדעם וואספארא ליגענטס מ'רעדט אונז איין, משא"כ איינער וואס איז עלטער און מער באזעסן וועט עס נעמען אנדערש, קען טאקע זיין שווערער אין אפלאזן אבער נישט אנדרייען אנדערע מיט דרשות של דופי. אויך ווענדט זיך עס מיט וויפיל כעס און ווייטאג יענער האט אפגעלאזט אידישקייט און פארוואס און מן הסתם נאך אנדערע סיבות ואי אפשר לפורטם כי רבים הם אבער דער עיקר נקודה איז אז ס'האט בכלל נישט צו טוהן מיט קלוג אדער נישט קלוג, דאס איז נישט א שווארץ אדער ווייס זאך
 
איך מעג פרעגן א סענסעטיווע שאלה וואס איך וואלט געוואלט פרעגן דיר און אסאך וואס זענען דאס דורך?

ווען דו ווייסט ווען פון פארדעם דאס וואס מען וועט טון מיט דיינע קינדער, און זיי דערווייטערן וכדומה, וואלסטו נאכאלץ פארלאזט די סיסטעם אדער וואלסט געבליבן פאר זיי?
דאס איז א געמיש פון א נאאיווע שאלה, און א סופערפישל בליק אויף די וועלט פון א sheltered point of view, אבער דאס איז אייגנטליך אומסענסיטיוו ווייל ס'איז וואו פרעגן: ווען די ווייסט ווען אז דיין קינד וואלט געבוירן געווארן מיט א שווערע אוטיזם דיסארדער וואלסטו זיי נאך אלס געהאט? ווען דו ווייסט אז דיר גייט אפארברענען דיין הויז מיט אלע דיינע זאכן וואלסטו נאך אלס געצאלט די מארגעטדזש פון האבן 20 גוטע יארן פון זכרונות?

ווען דו ווייסט פארן געבוירן אז מ'גייט אויסהארגענען אלע דיינע געשוויסטער און וועסט אויפציען א דור פון טראמאטאזירטע אייניקלעך און וויסן אז דו און דיין גאנצע דור וועט זיך קיינמאל נישט היילן דערפון וואלסטו אלס געוואלט אראפקומען? קיינער וועט עס נישט פרעגן. ווייל לעבן ארבעט נישט אזוי. וואס ווילסטו פון דעם מענטש'ס לעבן האבן? די מענטש האט געהאט א בחירה? איינער האט דא טשויס? וואס גייסטו טוהן זיין א "באם?" נישט זאגן יא פאר די מיידל? מ'דארף דאך געבן א ריזן צו זאגן ניין... און וואס איז די ריזן? אז איך גלייב נישט אין מערידזש אדער אין די סיסטעם??? די ריזן עקזיסטירט דאך נישט אין זייער וואקאבולאר.

די זעלבע איז מיט אינטעלעקטואליזם, די אטעאיסט "פארט נישט אפ" האט נישט פייגלעך אין קאפ אדער "טאוועסס" זיי זענען ממש אטעאיסטיש! צו זיי ווילן צו זיי ווילן נישט, און האבן נישט מער בחירה צו נישט טראכטן ווי אן אטעאיסט ווי דער מעינסטרים מאמין וואס זוכט נישט בעסערס האט נישט די בחירה צו טראכטן ווי א כופר אדער איר זוכן צו פארשטיין.

פונדעמענטעלי איז עס א מיינדסעט וואס אויף די אטעאיסטישע זייט עט ליסט קען מען נישט טוישן איינמאל מ'קומט דארט אן, מ'קען זיך פאפן און זאגן I don't care וואס איך קען אזעלכע אויך - אבער לדעתי אויב זענען זיי טאקע אינטעלעקטן סופרעסן זיי א ריזיגע חלק אין זיך. (א קולט האט אסאך צוטוהן מיט suppression of identity)

אז דו וועסט אינטערוויואען 20 אטעאיסטן וואס זענען אוועקגעגאנגען וועלן דיר אלע זאגן די זעלבע זאך אז ס'איז א לייט סוויטש וואס לעשט זיך אויס און ס'גייט נישט צוריק, און פארדעם איז די נערעטיוו אז יעדער קומט אלעמאל צוריק wishful thinking חלומות

איז די שאלה וואס דו דארפסט פרעגן איז פארוואס די קאמיוניטי דרייט עס אויס אויף די דעפעקטירער און מאכט זיך תאמ'עוועטע אז זיי אקצעפטירן זיי נישט מתחילתו פאר די גאנצע פעקל הייבט זיך אן, נישט פארוואס דער יחיד איז שולדיג אדער וויאזוי ער וואלט ווען העטעך פעטעך אויסגעשטעלט דעם לעבן ווען ער ווייסט פון בירט קאנטראל... געוויסע כוחות אין די קאמיוניטיס האבן עס אזוי אויסגעשטעלט דאס מיינט נישט יעדער איז א חיה, אבער במציאות האבן זיי אויסגעשלאסן א געוויסע חלק ניכר פון עקזיסטירונג.

אונז דארפן אלע ארבעטן אויף empathy מ'האט אונז דאס קיינמאל נישט אויסגעלערנט, באמת אויסדריקן און פארשטיין א צווייטן אן יענעם פרובירן צו פארעכטן. סתם זאגן I'm sorry this is your experience and I hope the best for you. איך פארשטיי אז מענטשן פרעגן פשוט פון נייגער אבער די איגנארענס איז נישט צום פארשטיין וואס דאס מיינט גיין איז זייער שווער פאר א אוטידי צו הערן.

טראכט גוט אריין צו ווען דו באגעגנסט א מארמאן וואס מ'האט אים excommunicated פארן פרעגן צופיל "קשיות" אדער נישט גיין מיט די ריכטיגע גאטשע און ווייל מ'דארף זיין 15 יעריגע ווייב חתונה מאכן מיט א צווייטן צו האבן נאך 19 קינדער פאר די קולט און מ'רייסט זיי אפ פון זיין אייגענע משפחה מיט געוואלד צו ער וואלט ליב געהאט די שאלה: האלא וואלסט געבליבן פאלגן די לידערס ווען דו ווייסט אז מ'גייט דיר צונעמען דיין ווייב און קינדער? וואלסט געקענט סטאפן האבן אזויפיל קשיות? אדער וואלסטו נאך אלס disobeyed העלא? וואס די העל ווילסטו פון אים פונקטליך? טוישן זיין מוח ער זאל נישט האבן קיין קשיות ווייל זיינע קינדער זענען וויכטיגער? פארוואס ווייל א אינסעסעטיוו אונטערדריקנדע (stifling) קולט האט אזוי אפגעמאכט? Only נאכדעם צו קומען לערנען זייערע מעמבערס צו שאנ'ען דעם יחיד וואס אין יעדע אנדערע סיניריאו לעבן זיי זייער שטארק אין א גרופ אבער דייקא נאר ביי dissent איז עס די יחיד'ס fault?

דאס איז וואס די שאלה איז באמת אבאוט, דו ווס זיי.

..
 
דער אמת איז, אז פאר איך בין ארױס האב איך געטראכט אז מן הסתם װעל איך בכלל נישט האבן קײן קשר מיט זײ, און עם כל זה בין איך געװען דעטערמינד ארױסצוגײן, װײל דאס אז א פּערענט לאזט איבער איז אלײנס א שטארקע מוסר פאר דאס קינד, עס ברעכט דעם סײקל, אזױ אז װען דאס קינד װאקסט אױף האט ער/זי אױף עמיצן אינדרױסן ארױף צוקוקן. איך האב געװאלט מײנע קינדער זאלן װיסן אױפװאקסענדיג אז אײנער פון זײערע עלטערן איז נישט אין דעם סיסטעם פעריאד. עס מאכט שטארק אױס.

איך כשלעצמי האב נישט געהאלטן בײם ארבעטן און האָסלען פאר א פרױ װאס איך האב נישט אױסגעװעהלט און װאס איך איך לאָװ נישט, זאל זײן װאס זאל זײן. די פארקערטע פון 'טב למיתב טן דו' אַפּלײד בײ א מאן.
גוט האסטו געטוהן.

I love you and I feel you.

Your life always comes first, even before your own offspring that weren't created with the best of intentions
 
אן עכטע קליגע יוד וואס לאזט אפ יודשקייט וועסטו נישט זעהן אויף קיין פאדקעסט רעדן פון זיין טראמא... און וועסט עם בכלל נישט הערן רעדן קיין ווארט פון די פעסט..

די אלע וואס הערן נישט אויף צו שעלטן און פארקויפן אידישקייט זענען גרויסע שוטים
דאס איז שרעקליך אינסעסעטיוו און גאר prejudiced

דיינע ווערטער זענען גרויליג!

דא דרייען זיך מערער אויטידיס. ביזט גאר ענטייטלד און גרויס ביי זיך האסט אבער נישט קיין שום רעכט אראפצורייסן א גאנצע געמיינדע פון מענטשן ווייל זיי טראכטן אנדערש ווי דיר. און דאס איז אנדערש ווי אראפרייסן אן אידילאגיע/מנהג/קאמיוניטי ביהעוויער וואס די געמיינדע האט.

שעם דיר אז דו האסט נישט די מינדעסטע אהנונג וואס מיינט טראכטן לאגיש אז דו דארפסט צוקומען צו א עד האמינום עטעק אזוי צו דערנידערן א מענטש וואס דו דיסעגריסט מיט אדער קוקסט אראפ.
 
קיינער האט נישט אראפגעריסן די אוטידי קאמיוניטי. ער האט געזאגט אז דעיע וואס לעבן מיט אסאך נעגעטיוויטי זענען שוטים. מוזט נישט מסכים זיין אבער דיין attack איז איבערגעטריבן.
 
איך ווייס נישט וואס דו זאגסט. ער האט געזאגט א איד וואס איז "קלוג און פארלאזט אידישקייט" דאס מיינט גיין או טי די בלשון בני אדם
 
פונדעמענטעלי איז עס א מיינדסעט וואס אויף די אטעאיסטישע זייט עט ליסט קען מען נישט טוישן איינמאל מ'קומט דארט אן, מ'קען זיך פאפן און זאגן I don't care וואס איך קען אזעלכע אויך - אבער לדעתי אויב זענען זיי טאקע אינטעלעקטן סופרעסן זיי א ריזיגע חלק אין זיך. (א קולט האט אסאך צוטוהן מיט suppression of identity)
ווער עס וויל פארשטיין מיין רימארק איבער איידענטעטי קען אויסטשעקן די ווארע פון סטיוון חזן וואס האט געשריבן עטליכע ביכער איבער קולטס און רעדט אסאך ארום איבער די קאנצעפט אלטערן די מענטש'ס גאנצע איידענטעטי פאר די סעקטע אדער קולט, וואס ער רופט אן The BITE Model

דא דערמאנט ער עס זייער בקיצור ארום 39:10-41:00

די לעצטע 20 מינוט דא איז אויך איבער די ספעציפישע פוינט וואס איך מאך אין די פריערדיגע מעסעדזש

54:10
 
Back
Top