איך מעג פרעגן א סענסעטיווע שאלה וואס איך וואלט געוואלט פרעגן דיר און אסאך וואס זענען דאס דורך?
ווען דו ווייסט ווען פון פארדעם דאס וואס מען וועט טון מיט דיינע קינדער, און זיי דערווייטערן וכדומה, וואלסטו נאכאלץ פארלאזט די סיסטעם אדער וואלסט געבליבן פאר זיי?
דאס איז א געמיש פון א נאאיווע שאלה, און א סופערפישל בליק אויף די וועלט פון א sheltered point of view, אבער דאס איז אייגנטליך אומסענסיטיוו ווייל ס'איז ווי פרעגן: ווען דו ווייסט ווען אז דיין קינד וואלט געבוירן געווארן מיט א שווערע אוטיזם דיסארדער וואלסטו זיי נאך אלס געהאט? ווען דו ווייסט אז דיר גייט אפברענען דיין הויז מיט אלע דיינע זאכן וואלסטו נאך אלס געצאלט די מארגעטדזש פון האבן 20 גוטע יארן פון זכרונות? ווען דו ווייסט פאר'ן געבוירן אז מ'גייט אויס'הרג'ענען אלע דיינע געשוויסטער און וועסט אויפציען א דור פון טראמאטאזירטע אייניקלעך און וויסן אז דו און דיין גאנצע דור וועט זיך קיינמאל נישט היילן דערפון וואלסטו אלס געוואלט אראפקומען?
קיינער וועט עס נישט פרעגן, ווייל לעבן ארבעט נישט אזוי. וואס ווילסטו פון דעם מענטש'ס לעבן האבן? דער מענטש האט געהאט א בחירה? איינער האט דא טשויס? וואס גייסטו טוהן, זיין א "באם"? נישט זאגן יא פאר די מיידל? מ'דארף דאך געבן א ריזן צו זאגן ניין... און וואס איז די ריזן? אז איך גלייב נישט אין מערידזש אדער אין די סיסטעם??? די ריזן עקזיסטירט דאך נישט אין זייער וואקאבולאר.
די זעלבע איז מיט אינטעלעקטואליזם. דער אטעאיסט "פארט נישט אפ", האט נישט פייגלעך אין קאפ אדער "טאוועסס", זיי זענען ממש אטעאיסטיש! צו זיי ווילן צו זיי ווילן נישט, און האבן נישט מער בחירה צו
נישט טראכטן ווי אן אטעאיסט ווי דער מעינסטרים מאמין וואס זוכט נישט בעסערס, האט נישט די בחירה צו טראכטן ווי א כופר אדער איר זוכן צו פארשטיין.
פונדעמענטעלי איז עס א מיינדסעט וואס אויף די אטעאיסטישע זייט עט ליסט קען מען נישט טוישן איינמאל מ'קומט דארט אן, מ'קען זיך פאפן און זאגן I don't care וואס איך קען אזעלכע אויך - אבער לדעתי אויב זענען זיי טאקע אינטעלעקטן סופרעסן זיי א ריזיגע חלק אין זיך. (א קולט האט אסאך צו טוהן מיט suppression of identity)
אז דו וועסט אינטערוויואען 20 אטעאיסטן וואס זענען אוועקגעגאנגען וועלן דיר אלע זאגן די זעלבע זאך, אז ס'איז א לייט סוויטש וואס לעשט זיך אויס און ס'גייט נישט צוריק, און פאר דעם איז די נערעטיוו אז "יעדער קומט אלעמאל צוריק" wishful thinking חלומות
איז די שאלה וואס דו דארפסט פרעגן איז, פארוואס די קאמיוניטי דרייט עס אויס אויף די דעפעקטירער און מאכט זיך תמ'עוואטע אז זיי אקצעפטירן זיי נישט מתחילתו פאר די גאנצע פעקל הייבט זיך אן, נישט פארוואס דער יחיד איז שולדיג אדער וויאזוי ער וואלט ווען העטעך פעטעך אויסגעשטעלט דעם לעבן ווען ער ווייסט פון בירט קאנטראל... געוויסע כוחות אין די קאמיוניטיס האבן עס אזוי אויסגעשטעלט, דאס מיינט נישט יעדער איז א חיה, אבער במציאות האבן זיי אויסגעשלאסן א געוויסע חלק ניכר פון עקזיסטירונג.
אונז דארפן אלע ארבעטן אויף empathy, מ'האט אונז דאס קיינמאל נישט אויסגעלערנט, באמת אויסדריקן און פארשטיין א צווייטן אן יענעם פרובירן צו פארעכטן. סתם זאגן I'm sorry this is your experience and I hope the best for you. איך פארשטיי אז מענטשן פרעגן פשוט פון נייגער אבער די איגנארענס איז נישט צום פארשטיין וואס דאס מיינט גיין איז זייער שווער פאר א אוטידי צו הערן.
טראכט גוט אריין צו ווען דו באגעגנסט א מארמאן וואס מ'האט אים excommunicated פאר'ן פרעגן צופיל "קשיות" אדער נישט גיין מיט די ריכטיגע גאטשע און ווייל מ'דארף זיין 15 יעריגע ווייב חתונה מאכן מיט א צווייטן צו האבן נאך 19 קינדער פאר די קולט און מ'רייסט זיי אפ פון זיין אייגענע משפחה מיט געוואלד, צו ער וואלט ליב געהאט די שאלה: האלאו, וואלסט געבליבן פאלגן די לידערס ווען דו ווייסט אז מ'גייט דיר צונעמען דיין ווייב און קינדער? וואלסט געקענט סטאפן האבן אזויפיל קשיות? אדער וואלסטו נאך אלס disobeyed... העלא? וואס די העל ווילסטו פון אים פונקטליך? טוישן זיין מוח ער זאל נישט האבן קיין קשיות ווייל זיינע קינדער זענען וויכטיגער? פארוואס, ווייל א אינסעסעטיוו אונטערדריקנדע (stifling) קולט האט אזוי אפגעמאכט? Only נאכדעם צו קומען לערנען זייערע מעמבערס צו שאנ'ען דעם יחיד וואס אין יעדע אנדערע סיניריאו לעבן זיי זייער שטארק אין א גרופ אבער דייקא נאר ביי dissent איז עס די יחיד'ס fault?
דאס איז וואס די שאלה איז באמת אבאוט, דו ווס זיי.
..