אויב נעכטיגע אידישקייט

דעבאטירער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אקט. 22, 2025
מעסעדזשעס
8
רעאקציע ראטע
127
פונקטן
23
איך צווייפל, וואונדער, פרעג און שפעקוליר

אויב די נעכטיגע גדרים, זענען היינטיגע הלכות
אויב די נעכטיגע עצות, זענען היינטיגע גזירות
אויב די נעכטיגע לבושים, זענען היינטיגע ציצית
אויב די נעכטיגע געפילן, זענען היינטיגע השקפות
אויב די נעכטיגע מידות חסידות, זענען היינטיגע דינים
אויב די נעכטיגע חומרות, זענען היינטיגע לא תעשה'ס
אויב די נעכטיגע הידורים, זענען היינטיגע דאורייתא'ס
אויב די נעכטיגע מנהגים, זענען היינט יהרג ועל יעבור
אויב די נעכטיגע לכתחילה'ס, זענען היינטיגע בדיעבד'ס
אויב די נעכטיגע שמועות, זענען היינטיגע מעשיות
אויב די נעכטיגע חידושים, זענען היינטיגע מסורה
אויב די נעכטיגע ספרים, זענען היינט שולחן ערוך
אויב די נעכטיגע אגדות, זענען היינטיגע עיקרים
אויב די נעכטיגע דרושים, זענען היינט תורה שבכתב
אויב די נעכטיגע שיחות, זענען היינטיגע תורה
אויב די נעכטיגע גדולים, זענען היינט מלאכים
אויב די נעכטיגע ספיקות, זענען היינט אפיקורסות

צווייפל איך, וואונדער מיך, פרעג זיך און שפעקוליר

וואס היינט איז נאך עקסטרעם, צי וועט מארגן זיין מעסיג?
וואס היינט איז נאך אנערקענט, צי וועט מארגן זיין אויסגעשלאסן?
וואס היינט איז נאך ערלויבט, צי וועט מארגן זיין פארבאטן?
וואס היינט איז נאך מובן, צי וועט מארגן זיין רז?
וואס היינט איז נאך געמוטיגט, צי וועט מארגן זיין פארדאמט?
וואס היינט איז נאך שיין, צי וועט מארגן זיין מיאוס?
וואס היינט איז נאך נארמאל, צי וועט מארגן זיין משוגע?
 
ווי האט יענער געזאגט...
ס'וועט קומען א טאג ווען מ'וועט שוין אלעס מעגן, אבער איך וועל שוין זיין צו אלט.
 
גאר שטארק!!
יאפ! אלע מנהגים חומרות הידורים חסידות וכו' וכו' פון אללללע דורות זענען אריינגעגאסן אין אונזער דור
אבער אונז זענען די שוואכע דור.....

סתם.... איך דערמאן זיך פון עפעס א מעשה מיט א שטרוי און די רוקן פון א קימל....

#וכל המוסיף גורע
 
איך צווייפל, וואונדער, פרעג און שפעקוליר

אויב די נעכטיגע גדרים, זענען היינטיגע הלכות
אויב די נעכטיגע עצות, זענען היינטיגע גזירות
אויב די נעכטיגע לבושים, זענען היינטיגע ציצית
אויב די נעכטיגע געפילן, זענען היינטיגע השקפות
אויב די נעכטיגע מידות חסידות, זענען היינטיגע דינים
אויב די נעכטיגע חומרות, זענען היינטיגע לא תעשה'ס
אויב די נעכטיגע הידורים, זענען היינטיגע דאורייתא'ס
אויב די נעכטיגע מנהגים, זענען היינט יהרג ועל יעבור
אויב די נעכטיגע לכתחילה'ס, זענען היינטיגע בדיעבד'ס
אויב די נעכטיגע שמועות, זענען היינטיגע מעשיות
אויב די נעכטיגע חידושים, זענען היינטיגע מסורה
אויב די נעכטיגע ספרים, זענען היינט שולחן ערוך
אויב די נעכטיגע אגדות, זענען היינטיגע עיקרים
אויב די נעכטיגע דרושים, זענען היינט תורה שבכתב
אויב די נעכטיגע שיחות, זענען היינטיגע תורה
אויב די נעכטיגע גדולים, זענען היינט מלאכים
אויב די נעכטיגע ספיקות, זענען היינט אפיקורסות

צווייפל איך, וואונדער מיך, פרעג זיך און שפעקוליר

וואס היינט איז נאך עקסטרעם, צי וועט מארגן זיין מעסיג?
וואס היינט איז נאך אנערקענט, צי וועט מארגן זיין אויסגעשלאסן?
וואס היינט איז נאך ערלויבט, צי וועט מארגן זיין פארבאטן?
וואס היינט איז נאך מובן, צי וועט מארגן זיין רז?
וואס היינט איז נאך געמוטיגט, צי וועט מארגן זיין פארדאמט?
וואס היינט איז נאך שיין, צי וועט מארגן זיין מיאוס?
וואס היינט איז נאך נארמאל, צי וועט מארגן זיין משוגע?
אין אלגעמיין איז אזוי און אזוי וועט זיין, גענוי ווי געשריבען, אפשר אפילו ערגער אויך. אבער אינז די קרעמל אידען וועלען אלס האבען די ריכטיגע מסורה. וועלען אינז און אינזער קומענדיגע דורות קענען גיין אקעגן די שטראם? שווער צו זאגן. אבער לפחות וועט אלס זיין אידען וואס וועלען וויסען די אמת.
 
Back
Top