- זיך איינגעשריבן
- יולי 24, 2025
- מעסעדזשעס
- 241
- רעאקציע ראטע
- 794
- פונקטן
- 113
אויב גייען מענטשן פון צווישן אונז אפלאזן רעליגיע
ס'וועט זיין א מאוומענט, א פאקט
וויאזוי גייט עס אויסזעהן?
וואס גייען זיין די טשעלענדזשעס?
און וויאזוי קען מען זיי אדרעסירן?
***
לאמיר זאגן אז אפאר פיינע מענטשן, וואוילע און ארנטליכע, געזעצטע און אוועקגעשטעלטע, קומען ארויס ברבים מיט זייער קאנקלוזשען אז מבחינתם איז רעליגיע עפעס וואס גייט שוין נישט אן מער, ס'איז א ישות וואס איז חלף עבר מן העולם, און דעריבער דערקלערן זיי זיך סעקולער, פריי, כופרים, אפיקורסים שקצים און רמשים, וואס איז זייער נעקסטע סטעפ?
זאלן זיי זיך אידענטיפיצירן אלץ אידישע אמעריקאנער? זאלן זיי שטיצן די אידישע מדינה? אדער אפשר גאר האט שוין דער אידישע אידענטיטעט קיין פשט ווען מ'קומט פון אזא אגרא רמא
פארשטייט זיך אז גרויסע טייל פון די שאלה איז אויב ס'איז אקעי צו חתונה האבן מיט א נישט-איד
וויאזוי וועלן זיי מאכן שלום אין קאפ מיט דער פאקט אז זיי ווערן באטראכט ווי פאלנע בוגדים וואס זייערע אור-עלטערן'ס בלוט און ליידן איז ביי זיי ביליג? זאלן זיי מסיח דעת זיין דערפון, אדער אפשר זאלן זיי ארויסווייזן פארשטאנד צו די הייקעלקייט פונעם סיטואציע, און מיט רעספעקט זיך אנטשולדיגן אויף ווי ווייט מעגליך, אדער עפעס אנדערש גאר
און פארשטייט זיך דאס Man's Search for Meaning איז א גרויסע סוגיא וואס דארף אדרעסירט ווערן, אבער ביז דא בין איך יעצט אנגעקומען צו שרייבן/פרעגן, ביטע לאזט אייך הערן!
(דאס אלעס איז בלויז להגדיל תורה ולהאדירה, העטעך פעטעך, נישט חלילה אויף למעשה)