אויף א הויכע מינוט

זית רענן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
303
רעאקציע ראטע
2,315
דעם שנירל עפן איך אויף צום שרייבן און קאמענטארן ווען מ'איז הויעך.
ס'הייבט זיך אן יעצט פורים אבער ס'איז אויך אויף א גאנץ יאר אויב איינער איז הויעך.
ביטע רעספעקטירן דעם שנירל'ס צוועק און בלויז שרייבן דא אויב מ'איז באמת הויעך (נישט זיך מאכן שיכור, קרעמל מעמבערס כאפן גלייך, פארשעם נישט אונזער אינטעליגענס).

מ'קען ליינען און לייקן אפילו אויב מ'איז נישט הויעך, אויב פילסטו א שטארקע דראנג צו ענטפערן דא, דאן נעם אפיר דעם באהאלטענעם שנאפס, מאך א לחיים, הייב אן פליען אביסל און דערנאך שרייב.
 
יעדער וואס קומט היינט אריין אין די שנירל זיצט יעצט נעבעך ביים שווער און מ׳זוכט וואס צו טוהן…
אייגענע עקספירענס.
פורים איז יום כ׳פורים געדענקט ס׳איז א זמן פון תשובה טוען… בלא בלא בלא
(געשריבען ביי מיין שווער אינדערהיים מיטן סמארטפאון אונטערן טיש, בשעת׳ן שאקלען מיטן קאפ צי זיינע תורות)

(אינטערעסאנט אז יום כיפור זאגט מען נישט די פשטל אז ס׳איז אזוי ווי פורים און מען ברויך זיך אנ׳שיכור׳ן…)
#דאבל_סדענדערד

דער קהל׳ס רעד פון ווייטאג, זאג עם ער זאל גיין צי שעפטאל פאר א לעססאן איבערן מיכקינד והמסתעף…

אטעם אריין… אטעם ארויס….זאג די פ׳ המפורש שטילערהייט אין טוילעט…מאך דיך ווי ביסט שיכור און זאג עם אריין.. געב עם אריין… און נאך פורים מאך דיך ווי די הייבסט נישט אן צי געדענקען וואס איז געוועהן…אינגערמאן קיש מיך נישט… איך אידענטיפיציר אלץ גראד…קישעס זענען בלויז אקצעפטירט פונעם פארקערטן גענדער…כאפ א ציגרעטל וווייל עכט רייכער איך נישט, נאר פורים… און אינדערוואכן…אויב זעהסטו אזוי אויס ווען די מאכסט דיך שיכור וויאזוי זעהסטו אויס ווען די ביסט טאקע שיכור??? וויאזוי זאגט לאנגסאם…. ס׳נישטא קיין פאנטשליין
 
לעצט רעדאגירט:
@קהל׳ס נער איז שוין דעפענעטלי בגילופין!

איך וואלט געוואלט טרינקען, אבער איך האב מורא פונעם נכנס יין יצא סוד, איך וועל נאך ארויסגעבן אפשר פאר א נאנטע חבר אז.... איך האב געשטיצט קאמאלע!!

אה, אויך אז איך גלייב נישט אין עין הרע...
 
Back
Top