אויפגעדעקטע האר פאר נאנטע משפחה קרובים

האסטע שוין ר משה פיינשטיין וואס מאכט אוועק די חתם סופר
זעה סקרינשאט וואס איך האב געפאוסט נעכטן
רבי משה פיינשטיין מאכט אוועק דעם חת״ם סופר פון נישט אויפדעקען די האר אין הויז , ער איז כוחו גדול און ער קען מחולק זיין .. אבער דער חת״ם סופר בלייבט,און עס איז ראוי לחוש לדבריו ביי די וואס זענען הולכים בעקבותיו , רבי משה פיינשטיין איז אויך מחולק שטארק מיט דעם חת״ם סופר לגבי חלב גוי בזמן הזה , און ער איז מתיר די גוי׳אישע מילך פון די קאמפאניס , אבער ביי רוב ארטהאדקסישע יידן איז מען נזהר פון די מילך, ווייל מען גייט בעקבות חת״ם סופר , אויף וועם רבי חיים הלברשטם בעל דברי חיים שרייבט ,מיט א הערצה
-אין אנו יודעין אפילו שיחת חולין שלו.
 
אין יורה דעה תשובה קצה ,איז זיין לשון , ע״ד כלות שטובלות ועתידין לקוץ אחר בעילת מצוה .. אין כאן בית מיחוש ומנהג ישראל תורה ואם אינם נביאים וכו׳
זעהט אויס אז דער מנהג פון אפגאהלען איז געוועהן נהוג בימיו און ער איז עס מחזק .
ער איז עס נישט מחזק ער שרייבט נאר אז עס נישט קיין חציצה. זהו.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ער איז עס נישט מחזק ער שרייבט נאר אז עס נישט קיין חציצה. זהו.
ריכטיג , ער זאגט דע ווערטער ומנהג ישראל תורה
בפשטות גייט עס ארויף אויף די אפגאהלען און אויף די מציאות אז עס קומט ערשט פאהר נאך בעילת מצוה און מען קען אויך זאגען אז די ביטוי -ומנהג ישראל תורה- איז נאר אויף די פאקט אז די גילוח ווערט געטון נאך די טבילה .
 
ווען די גמרא איז מסביר וואס מיינט עוברת על דת יהודית רעכנט ער אויס א פרוי וואס גייט ארויס אויפן גאס מיט בלויזע האר, דהיינו אז אינדערהיים איז מותר לכתחילה, עס האט נישט קיין שייכות מיט ווער עס איז אין איר הויז, עס האט א שייכות מיט די פרוי אליינס צי זי איז אינדערהיים אדער אויפן גאס.
אפילו אין די חצר איז א מחלוקת הראשונים, צי זי דארף באדעקן איר האר, אבער אינדערהיים איז יעדער מודה אז מען דארף נישט באדעקן די האר.
אבער פון דעם וואס מ'טאר נישט זאגן קיין דבר שבקדושה קעגן די האר, איז משמע אז אפי' ס'איז מותר - איז דאס נישט ווי צוגעדעקט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אבער פון דעם וואס מ'טאר נישט זאגן קיין דבר שבקדושה קעגן די האר, איז משמע אז אפי' ס'איז מותר - איז דאס נישט ווי צוגעדעקט.
על פי הלכה איז נאר שערות שדרכה לכסותו אסור צו ליינען קריאת שמע אין פראנט פון די האר. וועגען דעם ביי מיידלעך איז מען נישט נזהר צולייענען קעגן
זייער האר ווייל זיי גייען בגילוי שער , לויט די זוהר איז אסור גילוי שער באשה אפילו אין הויז , הגם עס איז נישט הלכה,זענען דא וואס זענען מקפיד. און עס האט א יסוד אין תלמוד, מיט די קימחית וואס האט גיזאגט, מימי לא ראו קורות ביתי קלעי ראשי
עס איז ידוע אז דער גאון בעל ערוך השולחן,זאגט אז אין די מדינות ווי עס איז נפרץ גילוי ראש ביי פרויען, מעג מען ליינען קריאת שמע קעגן גילוי שער
- ער זאגט אוי לנו שעלתה בימינו - אבער די הלכה טוישט זיך,און עס הייסט מער נישט קיין ערוה לגבי קריאת שמע , כיון דעתה רובן הולכות בגילוי.
 
ריכטיג , ער זאגט דע ווערטער ומנהג ישראל תורה
בפשטות גייט עס ארויף אויף די אפגאהלען און אויף די מציאות אז עס קומט ערשט פאהר נאך בעילת מצוה און מען קען אויך זאגען אז די ביטוי -ומנהג ישראל תורה- איז נאר אויף די פאקט אז די גילוח ווערט געטון נאך די טבילה .
ריכטיג.
אין אנדערע ווערטער. ער באטראכט דאס נישט אלס א מנהג שטות. אוקעי.
 
לכאורה נישט, ערווה איז ערווה, נישט קיין חילוק וועמענס, אפילו די אייגענע

עניוועיס, לאמער זיך האלטן צום שמועס, מקען עפענען נאך א שנירל פאר דעם
ניין סאיז שטארק נוגע, ווייל אויב זי דרייט זיך און שטוב מיט האר, מיינט דאס געווענליך אז דער מאן זאגט ברכות ק"ש, קידוש, ווען די ווייב דרייט זיך מיט אופן האר דארף מען וויסן וויאזוי ארבעט עס צוזאמען, זי מעג גיין האר, אין איך טאר נישט מאכן ברכות?
 
Back
Top