אויס סומעטאכע? פרשת וועבערמאן

תוצאה פון די איבערגעטריבענע שטראף איז אז זייט דעמאלס האט מען קיינמאל נישט reported א sex offender פון ווילאמסבורג (וויפיל איך ווייס). ווען מען וואלט געוועהן מער באלאנסירט צו וועבערמאן וואלט די וויליאמסבורגע קאמיוניטי גרינגער געטראסט די legal system מיט דעיע זאכן. די קאמיוניטי איז געווארן ערנסט צושאקלט פון די פסק דין און עס איז נישט געווען קיין טובה
משא"כ ביז דעמאלטס האט מען יא געמסרט?
 
מען דארף אויך נעמען אין באטראכט אז די מעשה האט פאסירט בעפאר די היינטיגע אווערנעס, ווען עס איז נאך געווען ביי אונז כמעט הפקר וועלט, עס האט אויסגעקוקט ווי כאילו עס איז נישט דא קיין קאנסעקווענצן, ממילא האבן מענטשן געטון וואס מען האט געוואלט.

היינט איז א נייע וועלט, א וועלט פון אינפארמאציע, א וועלט פון סורוועילענס קאמערעס אויף טריט און שריט, א וועלט פון יוסטיץ - כאטש נאך ווייט פון שלימות - און יא, עס לייגט אריין א פחד אין די חברה נישט צו טון וואס מ'דארף נישט.
 
כ'האב שוין געהערט די טענה ווייסעך וויפיל מאל, עס קען זיך אפילו הערן איבערצייגנד פאר איינער וואס האלט נישט מיט וואס טוט זיך אויפן וועלט, אבער די מציאות ווייזט אנדערש, יא, חברה וואס קומען ארויס פון תפיסה נאכן זיצן באגייען ווייטער גאר אסאך מאל זייער זייער ארגינעלע חטא, ובפרט אז זיי האבן נישט אויסגעדינט זייער ארגינעלן טערמין פילן זיי זיך נאך מער לויז.
הייסט עס מאכט א חילוק צו מען האט אויסגעדינט דעם ארגינעלן טערמין אדער נישט.... פונקט יענע טאג וואס די עכטע טערמין ענדיגט זיך, ווערן זיי ווייניגער קראנק...

גיי דריי דעם קאפ א צווייטן.

יעדער ווייסט אז זיין טערמין איז שוידערליך איבערגעטריבן, און איז נישט צוגעטיילט געווארן צוליב זיין אומעטישע התנהגות, נאר כדי צו שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי.
 
דער בארי איז געשטאנען זיין אשת חיל צו די זייט מיט מסירות נפש, מען האט אים אויסגעשפיגן פון איבעראל פאר די בלויזע חטא פון זיך אננעמען פאר זיין ווייב, קיינער האט אים נישט איבערגעבעטן אדער אפילו מודה געווען אז מען האט אים מיאוס בעוולט

ער איז א איד א צדיק
אן אריינגיין וואס וועבערמאן האט יא אדער נישט געטאן,

דער בארי האט געטרייט און האט פארדינט אסאך געלט אויף די פרשה, און ער איז נישט געווארן אויסגעשפיגן פון וואו ער איז שוין געווען נאך בעפאר די פרשה,

סא לאז פליז מסירות נפש אין א זייט דא.
 
האסט פיינט א איד וואס האט זיך אנגענומען פאר א צובראכענע וויקטים פשוט ווייל ער גייט אנדערש אנגעטון ווי דיר,
ח"ו, איך האב ליב אסאך אידן וואס גייען אנגעטון אנדערש ווי מיר.... (כאילו דו ווייסט ווי אזוי איך גיי אנגעטאן)

איך זאג מיינע ווערטער באזירט נאר אויף זיינע מעסעדזשעס אויף טוויטער/עקס, עס שפריצט צווישן זיינע ווערטער כעס, נקמה, רציחה, אכזריות, עקשנות, נצחון, און נאך פילע שלעכטע מדות. גארנישט מיט קיין לבוש.

זיך אננעמען פאר די צובראכענע וויקטים איז זייער שיין. כל הכבוד! זאל ער איר געבן חיזוק, ליבשאפט, פאזיטיוויטי, וכו'. למעשה זיינע מעסעדזשעס זענען גרויליג, ווי עס ווייזט זיך ארויס דאס סאמע נידריגסטע פון די מענטשהייט.
 
יעדער ווייסט אז זיין טערמין איז שוידערליך איבערגעטריבן, און איז נישט צוגעטיילט געווארן צוליב זיין אומעטישע התנהגות, נאר כדי צו שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי
און ווי דו האסט קלאר גאשטעלט האט די קאמיוניטי נישט דערהערט די מעסעדזש
 
היינט איז א נייע וועלט, א וועלט פון אינפארמאציע, א וועלט פון סורוועילענס קאמערעס אויף טריט און שריט, א וועלט פון יוסטיץ
א וועלט וואס א קאנוויקטעד פעדאפיל שרייבט און היימישע מאגאזינען און אזוי גערופענע פרומע אידן פארענטפערן זיך און מינימיזירן זיינע עוולות
ממש אכשר דרא
 
און ווי דו האסט קלאר גאשטעלט האט די קאמיוניטי נישט דערהערט די מעסעדזש
ממש אזוי? האלטסט באמת אז אויב מעסד ער אפ נאכאמאל, גייט פארקומען א עלילת דם קאמפיין אין קאנטינענטל?
 
און ווי דו האסט קלאר גאשטעלט האט די קאמיוניטי נישט דערהערט די מעסעדזש
נארישער ריכטער. ער האט נישט געכאפט אז 105 יאר איז נישט גענוג. ווען ער געט אים ווען דאפעלט, 210 יאר, אפשר וואלט די קאמיוניטי ענדליך דערהערט דעם מעסעדזש.....
 
ממש אזוי? האלטסט באמת אז אויב מעסד ער אפ נאכאמאל, גייט פארקומען א עלילת דם קאמפיין אין קאנטינענטל?
איינמאל איז גענוג, די קאמיוניטי איז פארנומען ווייזן אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט, אמאל פאר א נויט נעמט מען ארויס די שקצים פון חרם צו ווייזן אז אונז האבן אווערנעס

ווען עס איז געקומען צו פארשווייגן זיינע שגץ שטיק האבן די רבנים פיין געוואוסט וויאזוי צו אינטערשרייבן קול קורא'ס זאלן זיי מאכן אן אסיפה אין קאנטינענטאל און באשרייען די מערדערס האלב אזויפיל מען האט געטון מיט הרב בארי שליט"א קען מען רעדן
אדערווייל זאלן זיי שרייען פוי
 
א וועלט וואס א קאנוויקטעד פעדאפיל שרייבט און היימישע מאגאזינען און אזוי גערופענע פרומע אידן פארענטפערן זיך און מינימיזירן זיינע עוולות
ממש אכשר דרא
ער איז נישט קיין קאנוויקטעד פעדאפיל, ער איז קאנוויקטעד צי שיקן א מעסידזש פאר די קאמיונטי!!!

די פארפוילטע יוסטיץ סיסטעם האט באשלאסן אז סאיז זיי גרינגער צי שיקן א מסעדעזש פאר די קאמיוניטי מיטן נעמען איין קרבן, ווי איידער קאנוויקטען אן אמת'ע פעדאפיל,

צי וועבערמאן איז א פעדאפיל ווייסט קיינער נישט, ווייל די יוסטיץ סיסטעם האט נישט געטאן זייער דשאב, מיטן צישטעלן א יושר'דיגע טרייעל צי וויסען צי ער איז אן אמתע פעדאפיל,

א קאמיוניטי וואס איז געווארן באשמיצט וועגן איין מענטש וואס האט געטאן עוולות, האט רעכט ארויס צי הייבן אז די עוולות פין דער מענטש איז קיינמאל באשטעטיגט געווארן, וואס דאס מיינט אז די קאמיוניטי האט נישט געזאלט באשמיצט ווערן,

קיינער פארענטפערט נישט די סארט עוולות, און קיינער פארענטפערט נישט אז וועבערמאן האט געמעגט טאן די עוולות,
 
איינמאל איז גענוג, די קאמיוניטי איז פארנומען ווייזן אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט, אמאל פאר א נויט נעמט מען ארויס די שקצים פון חרם צו ווייזן אז אונז האבן אווערנעס

ווען עס איז געקומען צו פארשווייגן זיינע שגץ שטיק האבן די רבנים פיין געוואוסט וויאזוי צו אינטערשרייבן קול קורא'ס זאלן זיי מאכן אן אסיפה אין קאנטינענטאל און באשרייען די מערדערס האלב אזויפיל מען האט געטון מיט הרב בארי שליט"א קען מען רעדן
אדערווייל זאלן זיי שרייען פוי
איך פארשטיי נישט דעם ווערטער סאלאד....
 
צי וועבערמאן זאל ארויסגיין צי נישט? ווייס איך נישט,

אבער דאס וואס מענטשן זאגן דא אז די קאמיוניטי האט זיך שוין געלערנט א לעסאן? זיכער נישט!!

איך האלט יעצט מיט א מעשה מיט א אינגערמאן א מלמד וואס האט געטשעפט קינדער זומער צייט, די מוסדות ווייסט דערפון, ער איז געהעריג צירוק אין חדר צום נייעם יאר,

יא, פארשטייט זיך זיי זאגן אז ס'איז אויף זייער אחריות, בלא בלא בלא...

אונזער קאמיוניטי האט נאך א ווייטע וועג צי גיין!
 
מען דארף אויך נעמען אין באטראכט אז די מעשה האט פאסירט בעפאר די היינטיגע אווערנעס, ווען עס איז נאך געווען ביי אונז כמעט הפקר וועלט, עס האט אויסגעקוקט ווי כאילו עס איז נישט דא קיין קאנסעקווענצן, ממילא האבן מענטשן געטון וואס מען האט געוואלט.

היינט איז א נייע וועלט, א וועלט פון אינפארמאציע, א וועלט פון סורוועילענס קאמערעס אויף טריט און שריט, א וועלט פון יוסטיץ - כאטש נאך ווייט פון שלימות - און יא, עס לייגט אריין א פחד אין די חברה נישט צו טון וואס מ'דארף נישט.
ווען דער פעדעפייל ווייסט אז מ'גייט אים נישט לייגן אין דשעל, האט ער נישט מורא פין קעמרעס
 
@איש יהודי, דו ווילסט זאגן אז יעדער וואס האלט אז נחמי זאל ארויסקומען שטיצט פעדיפייל, סקען זיין ביסט גערעכט אבער לאמיר מאכן א מעשה אבער מיט א צווייטע גרופע.

שטעלט דיך פאר איינער קלאקט אן א שווארצע גוי פאר א שרעקליכע פארברעכן ווי למשל דרייווען שיכור און וועגן דעם האט ער אראפגעקלאפט איינעם און יענער ליידט מיט אסאך פראבלעמען וואס מקען נישט אויסהיילן, וואס אויב סאיז אמת האט ער געמאכט א שרעקלעכע חרבן פאר איינעם, אויב ווערט ער געפונען שולדיג באקומען רוב מענטשן וואס זענען גילטי צווישן 5-15 יאר (לאמיר זאגן), פארשטייצעך אינמיטן די טרייעל ברענגען אלע זייטן וואס מקען אבי זייער קליענט זאל זיין די געווינער, און די ריכטער דארף זיך מאכן ווי ער געט די לויער רשות צו פארטיידיגען דו באשולדיגטער אבער לאזט נאר ברענגען זאכן וואס זענען נוגע צום קעיס ווייל אויב נישט איז אין לדבר סוף, משטייט ביים סענטיסינג און די ריכטער זאגט מיט א בלעכענע פנים אז ווייל דו ביסט א שווארצער באקומסטו א 100 יאר, וואס וואלט געווען דיין ריעקשען? דו וואלסט נישט געצווייפלט אז סקען זיין די ריכטער איז געווען בייעס א גאנצע צייט און וועגן דעם האט ער נישט באקומען א רעכט זיך צו פארטיידיגען?
אויב איינער (אדער א שווארצער) וואלט געזאגט אז נאך צען יאר זאל ער ארויסגייען וואלסטו אויכט געשריגן אז יענער שטיצט אז מזאל דרייווען שיכור? אדער דו קענסט פארשטייען אז מקען האלטן דרייווען שיכור איז א פארברעך אבער קיינער דארף נישט זיצן א טאג לענגער וועגן זיין קאליר אדער גלויבונג?

נישט אלעס איז שווארץ אדער ווייס, אפגערעדט אז די ריכטער קען זאגן אזא סטיעטמענט איז ער אדער זי קיינמאל נישט געווען אן קיין בייעס דורכאויס די גאנצע פראצעס.
 
לעצט רעדאגירט:
צי וועבערמאן זאל ארויסגיין צי נישט? ווייס איך נישט,

אבער דאס וואס מענטשן זאגן דא אז די קאמיוניטי האט זיך שוין געלערנט א לעסאן? זיכער נישט!!

איך האלט יעצט מיט א מעשה מיט א אינגערמאן א מלמד וואס האט געטשעפט קינדער זומער צייט, די מוסדות ווייסט דערפון, ער איז געהעריג צירוק אין חדר צום נייעם יאר,

יא, פארשטייט זיך זיי זאגן אז ס'איז אויף זייער אחריות, בלא בלא בלא...

אונזער קאמיוניטי האט נאך א ווייטע וועג צי גיין!
וועלעכע מוסדות??

און וועלכע שטאט??
 
@איש יהודי, דו ווילסט זאגן אז יעדער וואס האלט אז נחמי זאל ארויסקומען שטיצט פעדיפייל, סקען זיין ביסט גערעכט אבער לאמיר מאכן א מעשה אבער מיט א צווייטע גרופע.

שטעלט דיך פאר איינער קלאקט אן א שווארצע גוי פאר א שרעקליכע פארברעכן ווי למשל דרייווען שיכור און וועגן דעם האט ער אראפגעקלאפט איינעם און יענער ליידט מיט אסאך פראבלעמען וואס מקען נישט אויסהיילן, וואס אויב סאיז אמת האט ער געמאכט א שרעקלעכע חרבן פאר איינעם, אויב ווערט ער געפונען שולדיג באקומען רוב מענטשן וואס זענען גילטי צווישן 5-15 יאר (לאמיר זאגן), פארשטייצעך אינמיטן די טרייעל ברענגען אלע זייטן וואס מקען אבי זייער קליענט זאל זיין די געווינער, אוו די ריכטער דארף זיך מאכן ווי ער געט די לויער רשות צו פארטיידיגען דו באשולדיגטער אבער לאזט נאר ברענגען זאכן וואס זענען נוגע צום קעיס ווייל אויב נישט איז אין לדבר סוף, משטייט ביים סענטיסינג און די ריכטער זאגט מיט א בלעכענע פנים אז ווייל דו ביסט א שווארצער באקומסטו א 100 יאר, וואס וואלט געווען דיין ריעקשען? דו וואלסט נישט געצווייפלט אז סקען זיין די ריכטער איז געווען בייעס א גאנצע צייט און וועגן דעם האט ער נישט באקומען א רעכט זיך צו פארטיידיגען?
אויב איינער (אדער א שווארצער) וואלט געזאגט אז נאך צען יאר זאל ער ארויסגייען וואלסטו אויכט געשריגן אז יענער שטיצט אז מזאל דרייווען שיכור? אדער דו קענסט פארשטייען אז מקען האלטן דרייווען שיכור איז א פארברעך אבער קיינער דארף נישט זיצן א טאג לענגער וועגן זיין קאליר אדער גלויבונג?

נישט אלעס איז שווארץ אדער ווייס, אפגערעדט אז די ריכטער קען זאגן אזא סטיעטמענט איז ער אדער זי קיינמאל נישט געווען אן קיין בייעס דורכאויס די גאנצע פראצעס.
אבער ווען דער שחור לאכט ארום אין קארט און מאכט חוזק פון די דשאסטיס סיסטעם פארשטייסטו דעם שופט פארן ווארפן די בוק אויף אים
 
אבער ווען דער שחור לאכט ארום אין קארט און מאכט חוזק פון די דשאסטיס סיסטעם פארשטייסטו דעם שופט פארן ווארפן די בוק אויף אים
ניין, איך וואלט אפשר פארשטאנען פארוואס ער גייט זיין שטרענגער און באקומען מער יארן אבער נישט אויב די שופט זאגט אז ער באקומט 90 יאר מער ווייל זיין קאליר איז שווארץ
 
Back
Top