@איש יהודי, דו ווילסט זאגן אז יעדער וואס האלט אז נחמי זאל ארויסקומען שטיצט פעדיפייל, סקען זיין ביסט גערעכט אבער לאמיר מאכן א מעשה אבער מיט א צווייטע גרופע.
שטעלט דיך פאר איינער קלאקט אן א שווארצע גוי פאר א שרעקליכע פארברעכן ווי למשל דרייווען שיכור און וועגן דעם האט ער אראפגעקלאפט איינעם און יענער ליידט מיט אסאך פראבלעמען וואס מקען נישט אויסהיילן, וואס אויב סאיז אמת האט ער געמאכט א שרעקלעכע חרבן פאר איינעם, אויב ווערט ער געפונען שולדיג באקומען רוב מענטשן וואס זענען גילטי צווישן 5-15 יאר (לאמיר זאגן), פארשטייצעך אינמיטן די טרייעל ברענגען אלע זייטן וואס מקען אבי זייער קליענט זאל זיין די געווינער, אוו די ריכטער דארף זיך מאכן ווי ער געט די לויער רשות צו פארטיידיגען דו באשולדיגטער אבער לאזט נאר ברענגען זאכן וואס זענען נוגע צום קעיס ווייל אויב נישט איז אין לדבר סוף, משטייט ביים סענטיסינג און די ריכטער זאגט מיט א בלעכענע פנים אז ווייל דו ביסט א שווארצער באקומסטו א 100 יאר, וואס וואלט געווען דיין ריעקשען? דו וואלסט נישט געצווייפלט אז סקען זיין די ריכטער איז געווען בייעס א גאנצע צייט און וועגן דעם האט ער נישט באקומען א רעכט זיך צו פארטיידיגען?
אויב איינער (אדער א שווארצער) וואלט געזאגט אז נאך צען יאר זאל ער ארויסגייען וואלסטו אויכט געשריגן אז יענער שטיצט אז מזאל דרייווען שיכור? אדער דו קענסט פארשטייען אז מקען האלטן דרייווען שיכור איז א פארברעך אבער קיינער דארף נישט זיצן א טאג לענגער וועגן זיין קאליר אדער גלויבונג?
נישט אלעס איז שווארץ אדער ווייס, אפגערעדט אז די ריכטער קען זאגן אזא סטיעטמענט איז ער אדער זי קיינמאל נישט געווען אן קיין בייעס דורכאויס די גאנצע פראצעס.