אויס סומעטאכע? פרשת וועבערמאן

אינדערמיט איז נישט אזוי שלעכט צו זיצן אזוי לאנג
ענטפערט @איש יהודי;

''לאמיר אריבערגיין אין מאחורי אין זאג מיר פינקטלעך וואס איז נישט אזוי שלעכט, א קוש איז בסדר?''.


כדרכך האסטו זיך ארויפגעכאפט אויף נאר האלב פון מיינע ווערטער, דאס ארויס צו נעמען פון קאנטעקסט; ''נישט אזוי שלעכט'' - האב איך גראד תיכף ומיד צוגעלייגט די ווערטער נאכדעם: [אויף] ''צו זיצן אזוי לאנג!'' - דו ענטפערסט נישט אויף די צווייטע העלפט פון מיין סטעימענט; נאר אויף די ערשטער העלפט...

איך האלט קלאר אז נחמי' וועבערמאן איז א געמיינער אינג פאר'ן אראפטעיפן וויאזוי 2 מינדעריגע קינדער האבן סעקס און דאס נאכדעם איבערגעבן פאר'ן די.עי. און כאטש נחמי' האט דאס ניט געטאן צו וואטשן פארנאגרפיע נאר פאר זיין משמרת הצניעות זשאב, איז נישטא א גרעסערע טשיילד סעקס אביוז ווי דעם!

אבער פאר דעם אליינס קומט זיך אים נאר 13 יאר טורמע אורטייל. ווייל דאס איז נישט רעיפ, צוזאמן מיט די קאמיוניטי הילף און אויך פארשעמען זיינע קרבנות; וואס קומט זיך 103 יאר תפיסה. - אבער אויך נישט קיין קיש ווי דו זאגסט, וואס קומט זיך אפשר א יאר תפיסה אדער 2 טאפס, צוזאמען מיט תשובה און פארשטייט זיך, אז מ'נעמט אויך טעראפיע דערפאר. - נאר עס איז אינדערמיט, דהיינו פונקט 13 יאר טורמע, ווי מ'שטייט איצט!

כ'פארשטיי אז נחמי' האלט נישט ביים זיך איבערבעטן מיט זיין קרבן, אדער מערערע קרבנות ווי די פראסקיוטער טענה'ט. - איך ווייס דאס ווייל איך שרייב זיך מיט אים אין תפיסה, און איך האב אים שוין באזוכט דארטן. מילא ווייס איך קלאר ווי די טאג אז ער איז עומד במרדו קעגן השם יתברך עמו ותורתו! אבער דאך וויבאלד יואלי לאנדא האט זיך אנגעטראגן צו פארגיטיגן מיט מיליאנען אלע זיינע קרבנות קען מען שוין באפרייען נחמי' פון זיין אורטייל לעניית דעתי.

ווייל איך ווייס אויך אז נחמי' איז סועסיידל, דהיינו נישט אז ער גייט זיך הארגענען, ניין ער איז צו פראוד מיט זיין זינדיגן לעבן, זיך צו ברעכן און איבערבעטן זיינע וויקטימס. אבער ער איז קלאר יא מסכים צו שטארבן אין תפיסה ביי די זיבעציג צו אכציג יאר, צו אפי' עלטער. טויזענטע שעות האב איך שוין גערעדט צו אים, זיך געטנה'ט מיט אים, זיך געשלאגן מיט אים, און געוויינט צו אים!

נחמי' טעראריזירט מיך גוט אויכט, ער האט שוין געשיקט יעדן עסקן רב און שומרים מעמבער סטראשן מיין ווייב; שכנים; קינדער; עלטערן; חברים; רעביס; באס; קאזינס; קאסטומערס; קאלעגעס; פעטערס און מומעס וכו'. - מיט'ן ערגסטן אויב איך הער נישט אויף צו מוטשען אים תשובה טאן! איך הער נישט אויף צו בעטן און שרייבען וויינען און שרייען אז ער זאל תשובה טאן ווייל איך וויל ער זאל אויפהערן צו ליידן. ער וועט קיינמאל נישט תשובה טאן ווייל ער וויל שטארבן א טעראריסט אן אביוזער א אנרעפענטען פערווערט.

אבער איבערבעטן וועט ער קיינמאל קיינעם נישט, ווייל ער איז א נארסאסיסט. ער האלט פון זיך זייער שטארק. ווער עס זאגט אים קריטק איז אן אוי. טי. די. און זיינע אויגן. דאס קומט ווייל זיין משפחה זענען געווען פון די מלאכים וואס האבן זיך געהאלטן אידיש איינער אליינס אין אמעריקע פאר סאטמאר. מילא האלט ער זיך חשובער ווי גאנץ סאטמאר. מיר האלטן דאך אז נשתכח דרך החסידות אבער נחמי' קאכט זיך אין תניא כאילו דאס איז נישט פארגעסן. ער האלט פון חב''ד מער פון סאטמאר. אחוץ קנאות וואס ער האלט זיך פאר א סאטמערער. דעריבער האט ער אנגעבראכן די ביינער פון מענדל וועכטער.

נחמי' קען אסאך טעראפיע ביכער, מילא איז זיין סעלפ קאנפידענס אין די סקיי. און ער קוקט אראפ אויף יעדן איינעם אין די וועלט, ווי מורישקעס קעגן אים!

אבער גלייכצייטיג פון די אנדערע זייט, האט ער אויך א געוואלדיגע 'קאגנעטיוו דיסאוינאנס' אז ער שפירט זיך אויך זייער פארשעמט פאר די וועלט און היסטאריע.

יא איך ווייס אז די 2 אויבערשטע ליינס זענען א סתירה אבער יעדער מענטש קען לעבן מיט א סתירה איבערהויפט אז מען איז איינגעשפארט איזאלירט און מ'רעדט נאר מיט טויזענטע מענטשן א חודש וואס זאגן ווי קלוג און ערליך דו ביסט!

איך טענה מיך מיט נחמי' זייער אסאך און ער ווערט באליידיגט אויף מיר איך בעט אים כסדר איבער... אבער איך טענה מיך ווייטער מיט אים. ער איגנארירט מיך פאר אפאר וואכן אבער ער זעהט אז איך ספענד אסך צייט כבוד געלט און ענערגיע, אים צו פערסוועידען, סא יעדע שטיק צייט ענטפערט ער מיר צוריק ווען ער טרעפט עפעס איין ווארט אויט אפ קאנטעקסט זיך ארויפצוכאפן און נקמה נעמען אויף מיינע געפילען. איך בין זייער אפען מיט אים ער קען מיין משפחה זיידע באבע און מיר זענען אפי' מחותנים.

איך בין זייער אינטים מיט אים נאר ער קען מיך נישט רעיפן ער קען מיך אבער יא אראפטעיפן דהיינו האלטן מיינע אימעילס און דאס שיקן צו אנדערע. און דאס טוהט ער טאקע אגאנצן טאג, ער נעמט ארויס איין שלעכט ווארט וואס איך האב אים געשריבן און שיקט דאס ארום פאר די גאנצע שטאהט אבער ער פארהוילט אז דאס איז אוט אפ קאנעטעקסט, אזוי ארום איינצורעדן יעדן, אז איך האב אים פארשעמט.

ער וויינט נעבעך אז די גאנצע וועלט פארשעמט אים, והא ראי' מיינע אימעילס צו אים, מילא זאגט ער צו זיך אליינס און צו די וועלט, אז ער האט גארנישט צו פארלירן אז ער פארבלייבט אין זשעיל, אדרבה ער האלט אז טאמער קומט ער ארויס היינט פארלירט ער נאר. ווייל די פרומע חברה האלטן אים איצט פאר א צדיק.

אבער איינמאל מ'זעהט אים פריי אינדערויסן זעהט מען אז ער א פיינער עוורעדזש בעל הבית גארנישט אזוי קיין צדיק ווי מ'מיינט. אזא בחינה פון ירחיק עדותו. איצט אז קיינער זעהט אים נישט מיינט מען אז מ'האט דא צוטאן מיט א אויסגעדארטער אויסגעאיידלטער אידל. אבער ער קוקט אויס גענוי איצט ווי פאר ער איז אריין. ער איז פיין אנגעפאשעט, ער פרעסט דארטן פיינע געשמאקע סעודות, נישט פון די תפיסה, נאר פון די וויזיטינג סענטער'ס ווענדינג-מאשינען, וואס באזוכער קויפן אים דארטן, טייערע מיעל-מארט אדער KJ פאלטרי געפעקעטשטע כשר'ע סטעיקס טשולענט טוירקי פאלאפעל פיצא קעיקס קאוק קוקיס און טשיפס וכו' מכל טיב וטוב. עס איז דארטן עטליכע מייקראוועיוו אויבענעס.

אזש מיר עסן נאר יום טוב אזעלכע פעטע סעודות וואס ער פרעסט דארטן צוזאם א גאנצן טאג פון גאר אינדערפרי אכט אזייגער ביז דרייע נאכמיטאג, וואס עס שטראמן אהין אלעס בלויז היימישע וויזיטערס פאר אים און די אידן וואס זיצן מיט אים מ'מאכט דארטן מנינים מ'זאגט הויך קדיש, די גארדס לאזן דאס צו, ווייל איי געס אחוצ'ן שמירן איז זיי גרינגער צו דילען מיט היימישע אידן ווי א גרופע ווי מיט די גוים אינדיווידועלס. עס איז כמעט נישטא קיין גאוישע וויזיטערס דורך די וואך זיי ארבייטן, זיי קומען נאר האלידעיס און זונטאגס. סע ראטעיט זיינע חברים און אייניקלעך אין די הונדערטע א וואך. איך אליין האב געסעפנד אכילה פאר אים באלד א הונדערטער, און איך בין בלויז דארטן געווען א האלבן טאג זיין איידעם איז אויך געקומען אים באזוכן.

נחמי' וועבערמאן האט אין תפיסה מער סאשעל אינטערעקשען מיט מענטשן, ווי מיר אלע אויף די פריי! עס איז אים זייער גוט דארטן, ער האלט נישט ביים ארויסגיין! ער שפילט קורבן עולה פאר'ן דור'ס זינד. כאטש ער איז נישט קיין פרומאק קיין כניאק קען ער אבער א געוואלד פון די בולל-שיהט וואס די חסידישע עובדים רעדן צוזאם אגאנצן טאג. ער איז פון די מלאכים וואס ביי זיי פרעדיגט מען פון געבורט אן, סיי תורת חב''ד און סיי תורת נטורי קרתא! מילא איז נחמי' אויסגעקאכט אין די לובאוויטשע אני ואפסי ביטול היש, פון יעדן איינעם נאר נישט פון זיך אלייינס, שוואנצנות. בנוסף מיט די סאטמארע קנאותדיגע פא שייגעץ ארויס שרייערייען אויף אלעס וואס שטייט און גייט.

ווי אויך דארף מען פארשטיין אז ער זיצט דארטן מיט מער פון א מנין היימישע אידן סעקס עדיקטס וואס זענען ארעסטירט פאר די זעלבע חטא ווי ער, אלע קומען זיי אהין ווייל דארטן איז מיוחד פאר דעם, זיי האבן דארטן סעקס טעראפיסטן. די אנדערע היימישע אידן זענען זייער פריוואט ווייל זיי זענען נישט אזאלכע אביוזערס ווי נחמי' אריין צו דרייען כלל ישרא' אין זיין פערזענליכן פייט. איך האב דארטן געטראפן א מנהל וואס האט סעקסואלי הערעסט קינדער פון זיין אידישען מוסד! איך גיי נישט דא זאגן זיין נאמען ווייל ער האט נישט אריין געדרייט כלל ישרא' אין זיין דעפענס ווי נחמי'. נחמי' איז דארטן זייער באקוועם! זיין ווייב מיט קינדער וויזיטען אים יעדן טאג און אנדערע. מ'לאזט זיי אריין פארן ווייז. אים פעלט נישט גארנישט דארטן. ער האט מיר אליינס געזאגט אז ער איז רעדי צו אויסלעבן דארטן זיינע יארן!

איי פארוואס וויל איך אים זעהן פריי? אז ער איז נישט רעפענטעט? צו וועט ער נישט אביוזן ווייטער? איך האלט אז ניין. קיינער וועט אים נישט טראסטן מער מיט קינדער און פרויען! ער וועט ארום גיין פארשעמטערהייט, און שפירן זיך אסאך ערגער ווי איצט אין תפיסה מחמת גרויס בושה!

איר מוזט נישט אנעמען מיין מיינונג, איך בין נישט קיין רב אדער קיין ריכטער, אבער דאך שרייב איך דאס אלעס, בלויז מכוח מיינע רחמנות געפילען כלפי נחמי'.

איך ווייס אויך אז עס איז 'אסור לרחם על אכזרים' און איך האלט אויך ווי דיר אז 'נחמי' וועבערמאן איז א אכזר איום ונורא!' - אבער דאך האב איך רחמנות אויף אים!

איי וועלן די פרא נחמי' חסידים דא ווי @טשאדעלע באדעלע מיך פרעגן וויאזוי איך בין מסכים ער זאל זיצן אזוי לאנג ווי 13 יאר אז איך האב נישט קיין ראי' ער האט אראפגעטעיפט די שאלאמאן קאפ מיט'ן קרויז מיידל האבן סעקס... איך האב נישט געזען די טעיפ און נישט וויאזוי נחמי' טעיפט זיי אראפ. איז די תירוץ אז נחמי' אליינס האט דאס מודה געווען אלץ מקצת הטענה פון די מיידל, זאגנדיג איז איר רעיפ מעשה איז אויסגעטראכט צו נעמען נקמה אין זיין ווילדן קנאות'דיגן אקט פון דעם טעיפן איר סעקס. גראדע האט דער טאטע געהאלפן נחמי'ן אראפטעיפן זיין טאכטער ווי אויבן דערמאנט, ווייל ער האט נאך דאן געמיינט אז נחמי' איז דא אים צו העלפן זיין טאכטער אז פייערווערקער מיט הערצאג זאלן איר צוריק נעמען אין בית רחל סקול ווי זיי האבן אויך עדות געזאגט אז דאס איז געווען נחמי'ס ביזנעס.
 
לעצט רעדאגירט:
נחמי' וועבערמאן האט זיך פארקויפט אלץ א טעראפיסט, וואס אונזערע מוסדות און רע-בנים האבן געשיקט צו אים אונזערע קינדער און ווייבער, דעריבער ציטור איך אריבער אהער א הודעה פון אן אנדערן שנירל איבער אים:

1749838300102.png



סיי נחי איז סינגל סיי פרידע וויזל און סיי די דאזיגע טעראפיסטקע... און זיי געבן אונז עצות פאר שלום בית....!

ר' אביגדור מילער פלעגט טאקע אייביג האקן אויף טעראפיסטן אז זיי פארערגערן נאך מער אלע פראבלעמען אויב מ'געבט זיי געלט, קוק אן נחמי' וועבערמאן. א פאלנער מגושם וואס גאנץ סאטמאר, סיי די זאליס און סיי די אהרונים, האבן געבעקט צו הארגענען אונזערע קינדער, ווייל ער האט זיך פארקויפט פאר א טעראפיסט!

ר' אביגדור האט געטענה'ט אז אלע טעראפיסטן זענען דורך גיטין אדער אנדערע גאר ווייטאגליכע פערזענליכע דורכפאלן אין לעבן, מילא שפירן זיי זיך שוין ווי איינשטיין צו קענען העלפן אנדערע וואס גייען דאס איצט דורך. אבער אויב זענען זיי נישט זייער שטארק ערליך פארהארגענען זיי דאס מערסטע, און מאכן אלע פראבלעמען פיהל פיהל ערגער ווי ביז איצט!

זיי קענען טאקע זייער גוט רעדן אבער נאר ווייל זיי אליינס זענען א מעסיוו ''מעס'' אינעם פערזענליכן לעבן. אז איר וועט גוט קוקן וועט איר זעהן אז רוב פון זיי זענען גראב ווי די רוחות. אדער האבן שוין אנגעזעצט אסאך מענטשן מיט געלט אדער אנדערע גאר שטארקע בושות מעכטיגע פלאפס אין זייער לעבן אדורך אדער קענען זיי פשוט נישט האלטן א געהעריגן ניין טוה פייוו זשאב ביי אדאראמע מיט בי. ענד.עיטש. וכו' - מילא פארדרייען זיי אונז א א קאפ אז מיר זענען משוגע, פאשטייט זיך, פאר גוט באצאלט, דורך אונז...!

אבער קריטיק העלפט אייביג. ווי עס שטייט קבל את האמת ממי שאומרו, די בעסטער טעראפיסט איז א דראג עדיקטעט האומלעס שיכור. איך האלט נישט אז ר' אביגדור איז געווען גערעכט אזוי צו האקן אויף טעראפיסטן. ווייל אסך מאל איז דער מאן נישט גענוג ערליך צו האבן א רבי. מילא פועלט די ווייב ביי אים צו גיין צו א פרייען טעראפיסט.

איך מוז צולייגן, אז צו בני תורה תלמידי חכמים יראי שמים אויסגעארבייטע איידעלע גאר פרומע מענטשן - האט ער יא געלאזט גיין צו זיי אויף טעראפיע סעסיעס.
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין מאלעסטעט געווארן פון די 8 יאר ביז די 18+ שוין 100דערטע מאל געטראכט א שאד זיי האבן מיר נישט געהארגעט אפילו יעצט 20 יאר שפעטער מיט יארן טערעפי האב איך נישט קיין אינטערעסע אין לעבן
איך טראכט אז א שאד זיי האבען מיר נישט געגעבען צי פארזיכען מער און בעסער דאס באדערט מיך
ווייל איינמאל חתונה געהאט קען מען נישט סווינגען און סציט אסאך מאל נישט קיין חילוק ווי סאך פאן די האסט מיט דיין ווייב סא הלוואי וואלטן זיי מיך מער געגעבען צי פארזיכען
 
לעצט רעדאגירט:
למעשה קומט וועבערמאן ארויס עני טיים סאאן?
 
איך טראכט אז א שאד זיי האבען מיר נישט געגעבען צי פארזיכען מער און בעסער דאס באדערט מיך
ווייל איינמאל חתונה געהאט קען מען נישט צווינגען און סציט אסאך מאל נישט קיין חילוק ווי סאך פאן די האסט מיט דיין ווייב סא הלוואי וואלטן זיי מיך מער געגעבען צי פארזיכען
לא זכיתי להבין!
 
1751576432085.png


דא אויף דעם זייט קען מען זעהן אלע אנטוויקולונגען פון וועבערמאן'ס קעיס.

https://www.courtlistener.com/docket/17429029/weberman-v-collado/

איז האלטן מיר אז די די. עי. וואס האט געשריבן א בריוו פאר'ן גאווערנער אז מ'זאל באפרייען נחמי', וויל נישט געהעריג אפענטפערן נחמי'ס אפיעלס טענה אין די אפילס קארט, אז מ'האט אים געשטארדזש און אנגעקלאגט אויף דאפלטע טשארדשעס, מילא זאל דער אפיעלס שופט ארויסווארפן זיין אורטייל אינגאנצן ווייל דאס איז געווען שלא ביושר.

קוקט גאנץ אונטן פון די לינק וועט איר זעהן אז די די.עי. האט אריין געגעבן דריי דאקומענטן אלעס פון טשארלס היינס גארנישט פריש פון עריק גאנזאלעז זיין פארזעצער דער איצטיגער די.עי.

דער דעדליין איז שוין אפגעלאפן, זשון 27

דאס מיינט לכוארה אז דער דזשאדזש גייט אנעמען נחמי'ס טענה און אים באפרייען ''עני דעי'' בעזרת השם יתברך ולהשם הישועה.

נ.ב.

איך פריי זיך נאר אויב עס איז אמת די רומער, אז יואלי לאנדא האט פארגיטיגט אלע זיינע וויקטימס די נזק צער ריפו שבת ובושת!
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז ארויסגעקומען לעצטעס א ביכל פון מעשיות פון ר' מאיר הייזלער. כידוע דארף מען נעמען אביסל זאלץ מיט זיינע מעשיות. אבער ער ברענגט דארט אז עס איז געווען איינער וואס האט געטשעפטט בחורים, און דער בית ישראל האט געשיקט צוויי חברה און אים אנגעבראכן די ביינער.. עי''ש ותמצא יגון ואנחה ווי דער טשעבינער רב האט אים געבן א דרך תשובה וכו'
 
לעצט רעדאגירט:
עס טוט זיך אסאך אינטערן טיש, די עסקנים ארבעטן פיבערהאפטיג ארויסצונעמען נחמיה פון תפיסה. זיין אנקלעגער וואס האט עדות געזאגט קעגן אים האט שוין באקומען א קאל פרעגן איר "אפיניאן" אבער מען האט איר אויך קלאר געמאכט אז מעגליך וועט איר די שופט ניטאמאל אויסהערן. מען ארבעט גאר שטיל און מען פראבירט צו ארבעטן ווי שנעל מען קען.

בפרט יעצט אז מ'האט אזא איינעם ווי טראמפ אינעם ווייסן הויז וואס עס קומט דאך די טעג ארויס ווי געקניפט און געבינדן ער איז געווען מיטן ארכי פעדאפיל עפשטיין, און עס קומט ארויס ווי געשמאק מען האט געמאכט אין תפיסה פאר מעקסוועל די סעקס טרעפיקער נאך וואס זי האט גערעדט שיין אויף טראמפ, איז דבר בעיתו מה טוב, די עסקנים זעען ממש אז יעצט איז די צייט, מען האט א פרעזידענט וואס איז גאר ווייעך צו פעדאפיליע, איז מי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות.


Brooklyn DA Backs Reduced Sentence for Notorious Child Molester | THE CITY — NYC News Brooklyn DA Backs Reduced Sentence for Notorious Child Molester
 
לעצט רעדאגירט:
עס טוט זיך אסאך אינטערן טיש, די עסקנים ארבעטן פיבערהאפטיג ארויסצונעמען נחמיה פון תפיסה. זיין אנקלעגער וואס האט עדות געזאגט קעגן אים האט שוין באקומען א קאל פרעגן איר "אפיניאן" אבער מען האט איר אויך קלאר געמאכט אז מעגליך וועט איר די שופט ניטאמאל אויסהערן. מען ארבעט גאר שטיל און מען פראבירט צו ארבעטן ווי שנעל מען קען.

בפרט יעצט אז מ'האט אזא איינעם ווי טראמפ אינעם ווייסן הויז וואס עס קומט דאך די טעג ארויס ווי געקניפט און געבינדן ער איז געווען מיטן ארכי פעדאפיל עפשטיין, און עס קומט ארויס ווי געשמאק מען האט געמאכט אין תפיסה פאר מעקסוועל די סעקס טרעפיקער נאך וואס זי האט גערעדט שיין אויף טראמפ, איז דבר בעיתו מה טוב, די עסקנים זעען ממש אז יעצט איז די צייט, מען האט א פרעזידענט וואס איז גאר ווייעך צו פעדאפיליע, איז מי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות.


Brooklyn DA Backs Reduced Sentence for Notorious Child Molester | THE CITY — NYC News Brooklyn DA Backs Reduced Sentence for Notorious Child Molester
ווי ווייט איך פארשטיי קען די פרעזידענט נישט געבן א פארדען, נאר די ניו יארק סטעיט גאווענער קען.
 
באארי דייטש די מאן פון די וויקטים האט ארויסגעלייגט א סטעטמענט
View: https://x.com/booreydeutsch/status/1988860519613104279


A convicted predator who received 105 YEARS for abusing children should NEVER be anywhere near freedom.Yet behind the scenes, there is a push to reduce Nechemya Weberman’s sentence — without giving victims real participation, as required by law.Yes, the ADA contacted us.But the call was nothing more than a script.They asked for my wife’s “opinion,” then immediately told her the judge might not even listen to her, and acted like her voice didn’t matter.After that?No proper follow-up. No dates. No transparency. No real notification.Just silence — while the process moves forward behind closed doors.This is not a misunderstanding.This is not an accident.This is a coordinated effort to minimize victims and protect a dangerous man.Let me be very clear:If Weberman walks free, EVERY abuser in the community will see it as a green light: Harm children Use your connections Pressure the system And you’ll be protected
That is the message being sent — unless we stop it.
Victims have the LEGAL RIGHT to be fully notified and heard at ANY resentencing.
We were NOT given dates.
We were NOT informed properly.
We were intentionally kept in the dark.
This is unacceptable, unethical, and dangerous for every child in this community.
@BrooklynDA
@DA_EricGonzalez — the public is watching.You DO NOT get to negotiate the freedom of a convicted sexual predator behind the victims’ backs.You DO NOT get to silence survivors because it’s politically inconvenient.You DO NOT get to undo a 105-year sentence in the shadows.Our children deserve safety.Victims deserve justice.And the community deserves transparency.We are not backing down.We will not be silenced.We are bringing this into the light — with or without your cooperation.
 
איים סארי אויב איך טריגער איינעם, אבער מיין עדווייס פאר די וויקטים איז אז פאר איהר וואוילזיין זאהל זי אויסארבעטן איהר טראומא און זיך אויסלערנען צי קענען זיין פריילעך אפילו אהן דעהם וואס וועבערמאן איז אין תפיסה פארן לעבן.

פארשטייט זיך אז healing קען זיין א לאנגע פראסעס, אבער די תכלית פון היילונג איז צי קענען לאזן גיין פון די past.
 
איים סארי אויב איך טריגער איינעם, אבער מיין עדווייס פאר די וויקטים איז אז פאר איהר וואוילזיין זאהל זי אויסארבעטן איהר טראומא און זיך אויסלערנען צי קענען זיין פריילעך אפילו אהן דעהם וואס וועבערמאן איז אין תפיסה פארן לעבן.

פארשטייט זיך אז healing קען זיין א לאנגע פראסעס, אבער די תכלית פון היילונג איז צי קענען לאזן גיין פון די past.
טייל איר נישט איין וויאזוי זיך צי היילן, ער האט איר אפגעהארגעט איר לעבן זאל ער זיצן און ארבעטן אויף די אייגענע מידות נישט אירע
 
דערמאנסט מיר פון א חבר אין ישיבה וואס איז געווען אביסל פארקלאצט און פלעגט אריינבאמפן אין אנדערע, ער איז געווען אזוי צוגעוואונט אריינצוקלאפן און זיך אנטשולדיגן נאכדעם אז ער האט אנגעהויבן זיך אנטשולדיגן נאך פארן אריינקלאפן
 
איך האף אז די זכרונות ברענגט דיך א געשמאק! לאז מיך וויסן אויב עס קומט ארויף נאך זכרונות! אפשר וועט דעיס העלפן היילן דיין טריגערס.
 
לעצט רעדאגירט:
לעבנסלינגליכע טורמע אורטייל אנטקעגן נחמי׳ מאכט נישט קיין ברעקל סענס, קיין שום מערב וועלט לאנד וואלט נישט צוגעטיילט אזא אורטייל, האפענטליך זאל ער בקרוב ארויסגעלאזט ווערן נאכן שוין אפזיצן אזויפיל יארן.
 
לעבנסלינגליכע טורמע אורטייל אנטקעגן נחמי׳ מאכט נישט קיין ברעקל סענס, קיין שום מערב וועלט לאנד וואלט נישט צוגעטיילט אזא אורטייל, האפענטליך זאל ער בקרוב ארויסגעלאזט ווערן נאכן שוין אפזיצן אזויפיל יארן.
מאכן מאכט נישט קיין סענס פארוואס די חברה ווערן אמאל ארויסגעלאזט.
 
לעבנסלינגליכע טורמע אורטייל אנטקעגן נחמי׳ מאכט נישט קיין ברעקל סענס, קיין שום מערב וועלט לאנד וואלט נישט צוגעטיילט אזא אורטייל, האפענטליך זאל ער בקרוב ארויסגעלאזט ווערן נאכן שוין אפזיצן אזויפיל יאר
💯
לויט די צוגאנג וואס די court האט מיט ענדליכע פעלער, קומט אים נישט מער ווי אפאהר יאהר. די שופט איז געווארן אויפגערעגט פון די hypocrisy וויאזוי די קאמיוניטי איז צוגעגאנגען צו די פרשה אין האט דערפאר געגאנגען אזוי הארב.

די תוצאה פון די איבערגעטריבענע שטראף איז אז זייט דעמאלסט האט מען קיינמאהל נישט reported א sex offender פון ווילאמסבורג (וויפיל איך ווייס). ווען מען וואלט געוועהן מער באלאנסירט צו וועבערמאן וואלט די וויליאמסבורגע קאמיוניטי גרינגער געטראסט די legal system מיט דעיע זאכן. די קאמיוניטי איז געווארן ערנסט צישאקלט פון די פסק דין און עס איז נישט געווען קיין טובה. (פארשטייצעך, אין נעם זיך נישט אהן פאר וועבערמאן און איך האלט אז ער האט געדארפט זיצן.)

אדרבה איך בין אן צי הערן אויב איך בין נישט גערעכט, אויב די האסט עפעס צי מסביר זיין פארקערט.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top