אויס סומעטאכע? פרשת וועבערמאן

ער איז א רודף, אדער ער איז איינמאל דורך געפאלן?
מחלוקת פונקטליך וואס די סיטואציע איז געווען, אבער לדעתי איז די עיקר שאלה נישט וויפיל מאל ער איז דורכגעפאלן, נאר צו נאכן באשטראפט ווערן וועט ער נאכאמאל דורכפאלן, אדער צי ער וועט פארשטיין אז ס'לוינט זיך נישט. בכלל (אנגעבליך) איז ער בלויז אדורכגעפאלן ווייל ער איז געווען אין א פאזיציע וואו ער איז געווען בכח אדורך צו פאלן. מ'קען זיין קאנפידענט אז ווען ער קומט אי"ה ארויס וועט ער שוין אין אזא פאזיציע נישט זיין....
 
מ'קען זיין קאנפידענט אז ווען ער קומט אי''ה ארויס וועט ער שוין אין אזא פאזיציע נישט זיין....
איך בין נישט אזוי קאנפידענט, די היימישע מאשין האט אים שוין ריינגעוואשן און טויזענטע מענטשן קויפן דאס אפ

ער קומט ארויס איז ער רובאשקין 2.0
 
איך בין נישט אזוי קאנפידענט, די היימישע מאשין האט אים שוין ריינגעוואשן און טויזענטע מענטשן קויפן דאס אפ

ער קומט ארויס איז ער רובאשקין 2.0
נישט ממש א רובאשקין שלום ווייס איז נישט געווארן קיין רובאשקין אפילו זיין סענטענס איז אויך געווען עקסטרעם
 
ברוך מרדכי לעבאוויטש איז נישט געווארן קיין רובאשקין
 
מחלוקת פונקטליך וואס די סיטואציע איז געווען, אבער לדעתי איז די עיקר שאלה נישט וויפיל מאל ער איז דורכגעפאלן, נאר צו נאכן באשטראפט ווערן וועט ער נאכאמאל דורכפאלן, אדער צי ער וועט פארשטיין אז ס'לוינט זיך נישט. בכלל (אנגעבליך) איז ער בלויז אדורכגעפאלן ווייל ער איז געווען אין א פאזיציע וואו ער איז געווען בכח אדורך צו פאלן. מ'קען זיין קאנפידענט אז ווען ער קומט אי"ה ארויס וועט ער שוין אין אזא פאזיציע נישט זיין....
שיינע שפעקולאציעס, אבער ווער זאגט? ווער נעמט די אחריות אז ער וועט נישט טשעפען נאך קינדער? ובפרט אז מ'גייט אים נישט אנקוקן ווי א מאלעסטער אין די קאמיוניטי, ווייל רוב עולם גלייבט דאך אז די גאנצע מעשה איז א בלבול.
 
(פארשטייצעך, אין נעם זיך נישט אהן פאר וועבערמאן, און איך האלט אז ער האט געדארפט זיצן.)
ס'איז בכלל נישט זיכער אז ער האט איר אביוזט אזוי ווי זי זאגט, עס קען זיין יא אדער נישט, עכ"פ די קאורט פאפירן זאגן עס נישט מיט אזא זיכערקייט. זי איז געווען א אנדער עידזש רעבעל און ארום געקנאקט מיט אווער עידזש בחורים, ס'איז דא גאנצע ליסטעס מיט בחורים וואס וועלן דיר עס מודה זיין.
 
איך בין נישט אזוי קאנפידענט, די היימישע מאשין האט אים שוין ריינגעוואשן און טויזענטע מענטשן קויפן דאס אפ

ער קומט ארויס איז ער רובאשקין 2.0
ער גייט זיין א רובאשקין 2.0 וועגן ער איז א קרבן ציבור, סאיז דא צענדליגע אנדערע אסאך ערגערע ווי אים,וואס דרייען זיך פראנק און פריי, ער איז נישט קיין פעדאפייל פארן פאטשקענען מיט איין אנדער עידזש מיידעל, וואס איז שוין געווען א אפענע פובליק טוילעט, נאר סתם א חזיר, סאיז דא גענוג חשובע חזירים בתוכנו.
איך פארענטפער נישט זיין מעשה. וועגן אלס טערעפיסט זאל ער עס נישט האבן געטין, און אלס א אנדער עידזש מיידעל, אבער אלס פעדאפייל איז עס בכלל נישט די רעדע, זיין זיצן איז קלאר אלס קרבן ציבור פון די נער'ישע מסיבה אין קאנטינענטעל
 
ער איז נישט קיין פעדאפייל פארן פאטשקענען מיט איין אנדער עידזש מיידעל
Huh?

נישט דא קיין ווערטער (לפחות נישט קיין ווערטער וואס איך קען לייגן דא)

@שווארצע טייטס א דאנק פארן פראוון מיין פאונט, אפילו ווען דו ביזט שוין מודה אז ער האט (אפשר) געפאטשקעט איז ער נאך אלץ א חשובע חזיר

דו הייסט אפשר Megyn Kelly?
 
לעצט רעדאגירט:
נישט ממש א רובאשקין שלום ווייס איז נישט געווארן קיין רובאשקין אפילו זיין סענטענס איז אויך געווען עקסטרעם
נישט עכט קיין פארגלייך, שלום ווייס האט מען נישט פארענטפערט און פארגעטערט
 
שיינע שפעקולאציעס, אבער ווער זאגט? ווער נעמט די אחריות אז ער וועט נישט טשעפען נאך קינדער? ובפרט אז מ'גייט אים נישט אנקוקן ווי א מאלעסטער אין די קאמיוניטי, ווייל רוב עולם גלייבט דאך אז די גאנצע מעשה איז א בלבול.
דו טראכסט פאר דו רעדסט? אדער סתם שנאה מקלקלת את השורה?
האלטסט באמת אז נאכן אדורכגיין די לאנגע יארן פון אומדערטרעגליכע גיהנם אין די תפיסה גייט ער נישט האבן געלערנט זיין לעססאן?
ער האט באקומען זיין ביטערע שטראף טראץ דעם וואס "רוב עולם האט געגלייבט אז עס איז א בלבול". איך גלייב ער איז גענוג קלוג צו האבן געלערנט זיין לעססאן, און ער וועט איינזיצן שטיל און רואיג.

ער דעזערווט נאך א שאנס אין לעבן.

דער בארי קוקט מיר אויס צו זיין א אפגעריסענער רשע מיט א שלעכטע הארץ.
 
מהיכא תיתי אז ער דיזערווד נאך א שאנס צום לעבן? זיינע וויקטימס האט ער אוועקגענומען די שאנס.
 
איך גלייב ער איז גענוג קלוג צו האבן געלערנט זיין לעססאן
דיין אמונה שלימה איז נישט ווערט קיין רעטעך, ווילאנג ער איז נישט מודה ברבים (נאכן לייקענען ברבים) זאל ער אפשימלען ווי ער באלאנגט
 
דער בארי קוקט מיר אויס צו זיין א אפגעריסענער רשע מיט א שלעכטע הארץ
דער בארי איז געשטאנען זיין אשת חיל צו די זייט מיט מסירות נפש, מען האט אים אויסגעשפיגן פון איבעראל פאר די בלויזע חטא פון זיך אננעמען פאר זיין ווייב, קיינער האט אים נישט איבערגעבעטן אדער אפילו מודה געווען אז מען האט אים מיאוס בעוולט

ער איז א איד א צדיק
 
סתם שנאה מקלקלת את השורה?
און צוויי שורות ווייטער

דער בארי קוקט מיר אויס צו זיין א אפגעריסענער רשע מיט א שלעכטע הארץ
אונז זעמער גארנישט אנדערש, דו האסט פיינט א איד וואס האט זיך אנגענומען פאר א צובראכענע וויקטים פשוט ווייל ער גייט אנדערש אנגעטון ווי דיר, און איך האב פיינט די מערדער וואס האט איר אוועקגעלייגט
 
דו טראכסט פאר דו רעדסט? אדער סתם שנאה מקלקלת את השורה?
האלטסט באמת אז נאכן אדורכגיין די לאנגע יארן פון אומדערטרעגליכע גיהנם אין די תפיסה גייט ער נישט האבן געלערנט זיין לעססאן?
ער האט באקומען זיין ביטערע שטראף טראץ דעם וואס "רוב עולם האט געגלייבט אז עס איז א בלבול". איך גלייב ער איז גענוג קלוג צו האבן געלערנט זיין לעססאן, און ער וועט איינזיצן שטיל און רואיג.

ער דעזערווט נאך א שאנס אין לעבן.

דער בארי קוקט מיר אויס צו זיין א אפגעריסענער רשע מיט א שלעכטע הארץ.
כ'האב שוין געהערט די טענה ווייסעך וויפיל מאל, עס קען זיך אפילו הערן איבערצייגנד פאר איינער וואס האלט נישט מיט וואס טוט זיך אויפן וועלט, אבער די מציאות ווייזט אנדערש, יא, חברה וואס קומען ארויס פון תפיסה נאכן זיצן באגייען ווייטער גאר אסאך מאל זייער זייער ארגינעלע חטא, ובפרט אז זיי האבן נישט אויסגעדינט זייער ארגינעלן טערמין פילן זיי זיך נאך מער לויז. וואס דארפסטו מער ווי די וואך אליין האט מען ווידער ארעסטירט א איד וואס האט שוין געזעצן פארן שווינדלען מיליאנען, טראמפ האט אים פארדענירט ביי זיין ערשטע קאדענץ, און די וואך עודך ארעסטירט פארן שווינדלען. ובפרט ביי די זאך דא וואס איז א שווערע קראנקייט. ובפרט אז דער האט נאך קיינמאל ארויסגעוויזן אמת'ע חרטה ווי דאסקאל, ער האלט נאך אינמיטן לייקענען די זאך, ער איז נאך א שיינע איד וואס שרייבט אין די צייטונגען.

בערי האט יעדער געשריגן מיט 15 יאר צוריק אז געב עס 2 חדשים און ער דראפט איר ווי א הייסע פאטעיטאו, און זיי גייט אווערדאוזן, שטעלט זיך ארויס אז דער האט איר באמת ליב אהבת נפש, ער וואוינט נאך אלץ מיט איר, און ער דארף מיטהאלטן אויף א טעגליכע פארנעם ווי זיין ווייב מוטשעט זיך און סטראגלט אלץ וועגן עפעס א נידריגע פעדאפיל וואס די 'עסקנים' ווילן באפרייען. און זי אגב, איז א סוקסעספולע טעראפיסט אין די מאנסי געגענט.
 
מהיכא תיתי אז ער דיזערווד נאך א שאנס צום לעבן? זיינע וויקטימס האט ער אוועקגענומען די שאנס.
אקעי, און יעצט אז ער וועט זיצן 105 יאר גייט זי צוריק באקומען איר שאנס?

חוץ מזה וואס עס קוקט בכלל נישט אויס ווי זי האט פארלוירן איר שאנס צו לעבן, זי לעבט און האקט שטיקער מיט בארי אז ס'גייט א רויך.... און יעצט הער איך גאר אז זי איז א סוקסעספולע טעראפיסט.. אשרי חלקה!

נישט ח"ו אוועקצומאכן די ווייטאג און די אינפעניט ליידן פון א וויקטים, אבער אויבנאויף קוקט זי נישט אויס ווי די טיפיקל וויקטים, נאר מער ווי זי שפילט וויקטים.
 
Huh?

נישט דא קיין ווערטער (לפחות נישט קיין ווערטער וואס איך קען לייגן דא)

@שווארצע טייטס א דאנק פארן פראוון מיין פאונט, אפילו ווען דו ביזט שוין מודה אז ער האט (אפשר) געפאטשקעט איז ער נאך אלץ א חשובע חזיר

דו הייסט אפשר Megyn Kelly?
און דאס איז שוין וויאזוי די אויפגעקלערטע "קרעמל" עולם רעדט. גיי רעד מיר איין אז דער אלגעמיינער עולם איז רעדי אריינצונעמען א פעדאפיל און "ס'וועט שוין גארנישט פאסירן"
 
Back
Top