- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 13, 2024
- מעסעדזשעס
- 80
- רעאקציע ראטע
- 255
- פונקטן
- 63
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
קוק וואס איך שרייב נאכדעם
וואס מיינט דאס? וואס האט זיין ארויסקומען מיט די אדעטוט פונעם ציבור?? און פארדעם איז דא גאר אסאך מענטשן וואס האלטן אז די פסק איז נישט יושרדיג, ווייל די judge און די justice system זענען געווען ברוגז אויפן ציבור, האט מען אים געגעבן אזא פסק.ח"ו דער וועבערמאן זאל ארויסקומען איידער די אדעטוט פונעם ציבור טוישט זיך נישט צו בעסערונג
האסט געזען איינער שרייען אז מען זאל איר ארויסלאזן?אינטערעסאנט אז אויף דעם פארפירט נישט קיינער
זי איז געווען א קרוב למזיד און אינגאנצן געהארגעט
אנלייק דייטש וואס לעבט א לעבן
וועבערמאן זיצט שוין 13 יאר
ס'איז לאו דוקא ברוגז, זיי האבן געוואלט אז די קאמיוניטי וואס נעמט פעדאפילן לייכט זאלן לערנען א לעקציע, און ווילאנג מיר לערנען זיך נישט די לעקציע חלילה אז ער זאל ארויסקומען.וואס מיינט דאס? וואס האט זיין ארויסקומען מיט די אדעטוט פונעם ציבור?? און פארדעם איז דא גאר אסאך מענטשן וואס האלטן אז די פסק איז נישט יושרדיג, ווייל די judge און די justice system זענען געווען ברוגז אויפן ציבור, האט מען אים געגעבן אזא פסק.
איך בין א סעקסועל אביוז סורווייווער איך ווייס נישט וועלכע עס איז ערגער און פון זעהן אויף סאשעל מידיע א שמייכל מיינט נישט לעבט א לעבןאינטערעסאנט אז אויף דעם פארפירט נישט קיינער
זי איז געווען א קרוב למזיד און אינגאנצן געהארגעט
אנלייק דייטש וואס לעבט א לעבן
@שפן הסופר מיט די נאמבערס.. איי לאוו איטאיך קען די נושא פון זעקשועל אביוס גאר פון דערנאנט, איך האב א גאר נאנטער קרוב וואס איז עס דורכגעגאנגען אלס קינד פאר א לאנגע צייט ואכמ"ל.
מיינע צוויי צענט:
1. ביים היימישן ציבור פעלט (האט געפעלט?) אן אווערנעס איבער די שאדן וואס זעקשועל אביוס קען אנמאכן.
2. די וואס טראכטן פון באגיין זעקשועל אביוס דארפן צו וויסן אז זייער שטראף גייט זיין זייער שטרענג.
3. 105 יאר איז ממש נישט נארמאל, און גאר אויפפאלנד.
4. יא, ס'איז א גרויסע נ"מ אויב זי האט עס כסדר געטוהן מיט בחורים אדער נישט.
מעגליך אז אויף די בוקס איז א Minor א Minor און אלעס גייט אריין אין די זעלבע קאטעגאריע, אבער יעדער מיט אביסל שכל פארשטייט אז ס'איז א ריזיגע נ"מ פון עס טוהן מיט אן אומשולדיג קינד וואס איז ניי צו דעם, וו"ס עס טוהן מיט איינעם וואס טוט עס כסדר.
אויב איז אמת אז איר טענה איז נישט רעיפ (געצווינגען) און אויב איז אמת אז זי פלעגט עס בקביעות טוהן מיט מערערע אנדערע, דאן איז די אורטייל ממש אן אומדערהערטע פארשעמטע אקט.
דער קאשיר אין גראסערי וואס רעכנט פון יואלי לאנדא מיט צוואנציג דאלאר מער ווי ער דארף איז טעקניקלי די זעלבע גנב ווי דער וואס באראבעוועט א צוואנציגער פון א צובראכענער האומלעס אויפן גאס, אבער קיינער האלט נישט אז זיי ביידע זענען די זעלבע שעדליך פארן ציבור.
איך זוך נישט צו טריגערן קיינעם. אויב האב איך נישט די ריכטיגע דעטאלן, אדרבה, מאכטס מיר מער נאלעדזשעבל.
לאמיר צולייגן נאך עפעס:
קענענדיג זעקשועל אביוס פון דערנאנט באדערט עס מיר ווען מענטשן אביוזן עס.
די טראומא און שאק וואס אן אומשולדיג ערליך קינד גייט דורך ווען אזא זאך פאסירט איז ממש אומבאשרייבליך. עס דאן גיין צוגלייכן צו "אן אווערעידזש וואס האט עס געטוהן מיט אן אנדערעידזש (וואס טוט עס כסדר און האט נישט קיין שום פראבלעם דערמיט)" איז ממש נישט צום זאך.
ס' דערמאנט אביסל די "Me too" מאוועמענט וואס האט זיך אנגעהויבן מיט אזעלכע וואס זענען דורכגעגאנגען גאר שווערע פאסירונגען אבער ס'האט זיך געענדיגט מיט "ער האט געשמייכלט צו שטארק צו מיר"...
-איך וויל קלאר מאכן אז נ"וו איז דא באגאנגען אן עקסטערע עוולה פון קלייענט/טעראפיסט רעלעישנשיפ און ביי דעם איז נישט קיין שום חילוק וויפיל מאל זי האט עס געטוהן פארדעם (ווי אויך איז די חלק אויך אוודאי הארבער אז זי איז געווען א Minor), ס'איז אבער ווייט נישט קיין 105-יעריגע עוולה.
אויב די קענסט מסביר זיין די משל מיט די נמשל וואלט עס געווען א גרויסע העלפ..אינטערעסאנט אז אויף דעם פארפירט נישט קיינער
זי איז געווען א קרוב למזיד און אינגאנצן געהארגעט
אנלייק דייטש וואס לעבט א לעבן
זי האט גענומען א פליע בארגעין, ווען נחמיה נעמט ווען א פליע בארגעין וואלט ער שוין אויכעט געווען אינדרויסןאינטערעסאנט אז אויף דעם פארפירט נישט קיינער
זי איז געווען א קרוב למזיד און אינגאנצן געהארגעט
אנלייק דייטש וואס לעבט א לעבן
אויב די קענסט מסביר זיין די משל מיט די נמשל וואלט עס געווען א גרויסע העלפ..
אינו מן הדין ביי אסאך וואס זענען מאלעסטעט געווארן איז די כן הדבר הזה נישט נאר בשעת מעשה נאר א גאנץ לעבן משא”כ מעשי רציחה ליידט מען שוין נישט נאכדעםכ'על דיר מסביר'ן, די תורה זאגט (דברים כב-כו): "כִּ֡י כַּאֲשֶׁר֩ יָק֨וּם אִ֤ישׁ עַל־רֵעֵ֙הוּ֙ וּרְצָח֣וֹ נֶ֔פֶשׁ כֵּ֖ן הַדָּבָ֥ר הַזֶּֽה" דעריבער טענה'ט @אורח הכבוד : דיו לבא מן הדין להיות כנידון, און אז די חוקי סדום אין ניו יארק לויטעט אז ווען מ'הרג'ט 3 מענטשן קרוב למזיד קומט מען אפ מיט ווייניגער ווי 15 יאר (אפילו אן א פליע בארגעין), איז דאך א כל שכן אז נחמיה קומט זיך נישט מער, דאס איז די משל דומה לנמשל
ס'דא מענטשן ארום איינער וואס ווערט ערמארדעט וואס ווערן נאך אזוי אפעקטירט אויף א גאנץ לעבן. פרעג נאך ביי דיין לאקאלע יתום...אינו מן הדין ביי אסאך וואס זענען מאלעסטעט געווארן איז די כן הדבר הזה נישט נאר בשעת מעשה נאר א גאנץ לעבן משא”כ מעשי רציחה ליידט מען שוין נישט נאכדעם
פארוואס זאגסטו אזוימהיכא תיתי אז ער דיזערווד נאך א שאנס צום לעבן? זיינע וויקטימס האט ער אוועקגענומען די שאנס.
אקעי איז נישט די ווארט "ברוגז" אבער ביסט מסכים אז ער האט באקומען דעם אורטייל צוליב די קאמיוניטי. לדעתי, און לדעת אסאך מענטשן איז דאס א גרויסער עוולה.ס'איז לאו דוקא ברוגז, זיי האבן געוואלט אז די קאמיוניטי וואס נעמט פעדאפילן לייכט זאלן לערנען א לעקציע, און ווילאנג מיר לערנען זיך נישט די לעקציע חלילה אז ער זאל ארויסקומען.
א שופט קען זיין דארף זיך בלויז רעכענען מיט די מענטש אליין, אפילו ער איז א חלק פון א גרעסערע קאמיוניטי פראלעם, הגם איך קען הערן א צד אויף פארקערט אויך. איך בין אבער נישט קיין שופט, און ווי געשריבן האלט איך אז יעדע פעדאפיל זאל זיצן לעולמי עד, איז חלילה ער זאל ארויסקומען פרי ווילאנג די נושא איז נישט אינגאנצן מסודר ביי אונז.
איך מיין אויך אז פאר די מערכה קעגן פעדיפילן מאכט עס אויך שאדן. א פסק וואס די ציבור פילט אז ס'איז נישט יושרדיג מאיזה סיבה שהוא נעמט אוועק פון די הארבקייט פון די עבירה און מאכט עס מער א מצב פון נרדףאקעי איז נישט די ווארט "ברוגז" אבער ביסט מסכים אז ער האט באקומען דעם אורטייל צוליב די קאמיוניטי. לדעתי, און לדעת אסאך מענטשן איז דאס א גרויסער עוולה.
דיין צווייטער פאראגראף קען מען דן זיין. דארף אזא איינער זיצן לעולם ועד אדער נישט (איך האלט אז נישט), אבער ביסט כאטש דן "דעם מענטש" נישט דעם קאמיוניטי. דן זיין אים געבויט אויפן ציבור איז נישט ריכטיג.