שומו שמייעם
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 23, 2025
- מעסעדזשעס
- 39
- רעאקציע ראטע
- 182
- פונקטן
- 28
יענקעלע האט היינט געדאווענט שחרית, ס'געווען א נחת צי זעהן!
יענקעלע האט א מצוה, אפי' ס'נישט געוועהן קיין צעהן....
יענקעלע האט נישט אנגעצינדען א לייט שבת, און געמאכט לחם משנה אויף א בילקע
יענקעלע קאכט אין שבת, הגם ער גייט נישט מיט א רעשוואלקע
יענקעלע דארף זיך פארבעסערן, מכבד זיין מער זיין טאטע מאמע
עס איז בכלל נישט משנה, זיין לאנגע ציצית אמה על אמה
יענקעלע איז נישט נזהר אין 'בל תשקצו', ער ווישט זיין נאז אין די שול האנטיך
ער דארף זיך פארבעסערן, אפי' ער גייט מיט ECCO/SAS שיך
יענקעלע שערט זיך נישט זיין בארד 'לא תקיפו פאת ראשכם'
יענקעלע האט א מצוה, אפי' ער טרימט וויאזוי ס'שמעקט זיך איהם
יענקעלע גייט מיט ציצית און זיין פיאות נישט ער שערט
ער איז מקיים א מצות עשה, אפי' מיט א ציצית אנדערשיר"ט
יענקעלע איז נישט מקפיד, פארנימען מיט מחלוקת, מישט א קאשע
'לא תשנא את אחיך' (ועוד..) אפגעזעהן דיין לאנגע גאטשע
יענקעלע האט א עבירה.... זיין חבר/שותף מיאוס בא'גזל'ט
ער דארף טון תשובה, מיט זיין גרויסע בארד, פיאות ברייט געקרייזלט
יענקעלע איז ערליך, נישט עסן מילכיג מיט פליישיג מקפיד ער איז
יענקעלע איז א צדיק, אפי' ער עסט OU כשרות
יענקעלע גייט צי א משפיע וואס זיין דרך רעדט צי איהם
ער איז דערהויבן, אפי' ער קעירט נישט פאר די סיסטעם
יענקעלע וואלט ווען געדארפט לייגן מער א דגוש, פארברענגען/לערנען ושננתם לבניך
נישט נאר אינפארסירן מיט געוואלדטאטן, דעהם 'שמע בני מוסר אביך'
יענקעלע דארף זיך פארבעסערן, אהבת ה', אמונה בטחון, די חובות הלבבות
ער פארט מיטן סיסטעם, אינטערסירט ווייניג אזעלכע מחשבות
מיט דאנק: יענקעלע'ס מאמע

לעצט רעדאגירט: