א איד צו זיין איז טייער! א איד צו זיין איז גוט? (אפגעטיילט)

מאנכע דרוקן זיך אויס אז ס'איז אזוי גוט צו זיין א איד, ווייל ס'איז נישט גוט צו זיין א גוי.
אין מיינע אויגן איז דאס זייער דיפרעסינג... קאם אן, די בעסערע פון צוויי שלעכטע אפשענס?
אפשר דארף די שאלה זיין צי דו ביסט פרייליך צו זיין א איד, נישט בלויז אלס שלא עשני גוי, נאר שעשני יהודי. ודוק.
(יעצט טראכט איך אז דאס איז לכאורה די סיבה צוליב וואס מיר מאכן טאקע די ברכה אויף א שלילות'דיגע אופן, אויף וועלכע עס זענען פארהאן אומצאליגע פשעטלעך, וויבאלד באמת איז דאך טוב לו שלא נברא, נאר היות מ'איז ממילא דא, איז מען צופרידן אז מ'איז כאטש נישט קיין גוי.)
 
ס'קוקט מיר אויס ווי קיינער איז נישט פריילעך צו זיין א איד סך הכל איז עס נישט געפערלעך,

מאנכע דרוקן זיך אויס אז ס'איז אזוי גוט צו זיין א איד, ווייל ס'איז נישט גוט צו זיין א גוי.
אסאך אידן זענען פריילעך און צופרידן צו זיין א איד און אסאך גוים זענען פריילעך צי זיין א גוי, צו זיין פריילעך מיט וואס מ׳איז אויפגעצויגן האט גארנישט צוטוהן מיט רעליגיע, ס׳האט מיט די מענטש אליינס, די קענסט נישט קיין מענטשן וואס זענען פראוד און העפפי צו זיין א איד? אפילו חסידישע אידן זענען דא וואס דאנקן גט יעדן טאג אז זיי זענען חסידישע אידן.

ס׳דערמאנט מיך פון מיין קינדער יארן, יעדעס מאל מ׳האט דורכגעוואקט א נידריגע גוי האלב שיכור פלעגט זיך די רבי אנרופן קוק ווי אזוי א גוי פירט זיך אויף, ב״ה אונז זענען אידן, אבער ווען א נארמאלע גוי פלעגט אדורך וואקן איז ער שטיל געבליבן, כאילו ס׳איז נישט דא פיל מיט אידן אויף וועם מ׳קען זאגן די זעלבע זאך.

בקיצור, א מענטש וואס איז העפי מיט זיך אליינס און אויפגעצויגן געווארן אין א ווארעמע שטוב און דרוכגעגאנגען אלע יארן אן קיין פראבלעמען אדער טראמע וועט זינגען א איד צו זיין איז גוט, איינער וואס איז נישט העפי גייט קיינמאל נישט פארשטיין וואס איז גוט צו זיין א איד, ווייל אידישקייט אליינס איז נישט גוט אדער שלעכט, ס׳איז גארנישט, די זעלבע איד וואס פרייט זיך צו זיין א איד וואלט פונקט אזוי זיך געפרייט צו זיין א קריסט אויב ער וואלט אויפגעצויגן געווארן אין די זעלבע משפחה און דורך געגאנגען די זעלבע קינדער יארן נאר די משפחה וואלט געווען קריסטן, ער וואלט געזינגען א קריסט צו זיין איז טייער, א קריסט צו זיין איז גוט, לאמער אלע טאקע זיין א ערליכע קריסט.
 
אסאך אידן זענען פריילעך און צופרידן צו זיין א איד און אסאך גוים זענען פריילעך צי זיין א גוי, צו זיין פריילעך מיט וואס מ׳איז אויפגעצויגן האט גארנישט צוטוהן מיט רעליגיע, ס׳האט מיט די מענטש אליינס, די קענסט נישט קיין מענטשן וואס זענען פראוד און העפפי צו זיין א איד? אפילו חסידישע אידן זענען דא וואס דאנקן גט יעדן טאג אז זיי זענען חסידישע אידן.
כ'האב נישט קיין אהנונג פארוואס דו האסט מיר ציטירט, אבער ווען מיין רבי פלעגט זאגן אזא זאך פלעג איך מיך וואונדערן צי אויב אלע גוים וואלטן נישט געווען שיכור און וואלטן געווען אסאך פרייליכער ווי אידן, וואלט מען זיך טאקע געדארפט שמד'ן?... וואספארא טאלקינג פוינט איז דאס? אויב אידישקייט איז אמת, איז עס אמת אפילו אויב ס'איז דיפרעסינג, וכן להיפוך.
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז דא זייער א פשוט'ע מהלך, בפרט פאר א פרוי וואס איז זייער אסאך נישט ריין, צו ארויף גיין אויף בירט קאנטראל אינדעפיניטלי
 
צום קעפל: אוודאי אזוי… כי הם חיינו!!
איך קען נישט פארשטיין וואס פאר א לעבן א גוי האט.

אזויפיל זייטיגע בענעפיטס:
  • איך דארף נישט אוועגעבן מיין צייט אויף צו אויספיגערן וואס דא האט פאסירט, וויאזוי בין איך דא? ווער בין איך? פארוואס בין איך? "אמונה" און שוין.
  • גלייך ווי איך שטיי אויף האביך גלייך דעם סדר היום (השחר) וואס ס׳דארף געטון ווערן און דערנאך פיהל איך אזוי גוט - מישען עקאמפלישד.
  • נאר ווייל איך בין א איד האביך אזאנע געשמאקע חבירים בכלל און אין 'קרעמל' בפרט. 🤣
  • אלץ איד קומט מיר אָן גרינגער צו האבן א רואיג לעבן דורך מקבל זיין גזירת הבורא באהבה.
וואס איז שמירת הברית? ביסט פרייליך דערמיט?
אה וואס פארשטייט א גוי צו שובבי"ם...
 
נישט אזוי זיכער אין דעם

אויף וויפיל איך ווייס איז נישטא קיין עכטער (עוואלוציאנערישער) צורך פאר די וואך הפסקה, עס איז נאר א פסיכאלאגישע זאך, מען האט עס ארטיפישעלי אריינגעלייגט צו אויסמיידן אזא 'נפשינו קצה בלחם הקלוקל' סיטואציע אז די פרויען זאלן זיך אפרעדן אז כלום יש אדם שאינה רואה דם, האט מען דאס צוגעלייגט. אויב מאך איך נישט קיין טעות איז דאס עטוואס אנדערש ווי א געווענליכע ווסת.
 
נישט אזוי געזונט פאר יעדעם
עס קען זיין גאר שעדליך און אסאך מאל קומען די פראבלעמען אן ווען מען ווערט עלטער און עס איז שוין צו שפעט

עס איז א גוטע מהלך און מיין ווייב טוט דאס, מען דארף נאר זיכער מאכן צו רעדן מיט א דאקטאר פארדעם
 
עס קען זיין גאר שעדליך און אסאך מאל קומען די פראבלעמען אן ווען מען ווערט עלטער און עס איז שוין צו שפעט

עס איז א גוטע מהלך און מיין ווייב טוט דאס, מען דארף נאר זיכער מאכן צו רעדן מיט א דאקטאר פארדעם
איך רעד פון פשוטע side affect וואס מענטשען האבן פון די פילן אפילו פאר א קורצע תקופה למשל א כלה
ביודעי ובמכירי קאמינא
 
Back
Top