אידישע (אונטערהאלטונג) מארקעט

גערעכט.

זלמן ווידער איז א מומחה עצום צו גיין צווישן די שורות.

ער שטעלט צו פון אלעם אבער מאכט זיכער אז די וואס ווילן עם אינטערברענגן האבן נישט וואס זיך אנצוהענגן אויף, סך הכל קענען זיי זאגן אז ס'איז ביטול תורה אדער אז ס'נישט גיט צו מיטהאלטן אזויפיל נייעס אבער זיי האבן נישט קיין זאכליכע משלים וואס מ'זאל קענען ווייזן אויף די פראבלעם.
מיינסט טאקע ער האט באקומען גענו heatr פון סתם קול מבשר ...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מיינסט טאקע ער האט באקומען גענו heatr פון סתם קול מבשר ...
זיכער האט ער באקומען אבער ער געבט מורא'דיג אכטונג און מ'האט עם נישט געקענט אינטערברענגען.

היינט האט ער שוין היימישע דיינים און רבנים וואס קומען ארויף אויפן ליין.
 
זיכער האט ער באקומען אבער ער געבט מורא'דיג אכטונג און מ'האט עם נישט געקענט אינטערברענגען.

היינט האט ער שוין היימישע דיינים און רבנים וואס קומען ארויף אויפן ליין.
בקיצור דו עדיגסט צו דאס איך האב אנגעהויבן צו זאגן...
און דאס צו אנהאלטן ברויך ער מורא'דיג אכטינג געבן אויף די אינהאלט פון די קאנטענט פונקט ווי אלע היימישע מידיע ער נישט אויסשמועסן נישט וואס נאכי און נישט וואס פעגי און אפילו וואס אלי זאגט און אויך נישט אלעס וואס וואלף בער זאגט (הגם וועגן שיבוטא האט ער יא גערעדט אבער אויף יו טוב און די אנדערע פלאטפארמעס האט ער זאכן וואס אינעם סיסטעם רעפוטאציע וואס קול מבשר האט קען נישט געזאגט ווערן)
מיין פערזענליכע פלאן איז שוין פון לאנג צו עפענען א פאדקעסט אין אידיש נאך בעפאר אלע היינטיגע. איך ווארט אבער צו זען נאך אלע פאדקעסטערס וואס בלייבט פאר מיר...
למעשה זע איך אז קיינער האט נאכנישט מכוון געווען וואס איך וויל ארויסברענגן ממילא האב איך נאך גענוג פאטענציאל...
פאר מער וואלט איך געבעטן פון די מערכת צו אפטיילן א באזונדערע שנירל....
 
האו עבאוט קרעמל עפענט א פאדקעסט?
איך ווייס אז דו האסט דאס נישט געמיינט אבער ס'איז דא future potential פון מאכן א פאדקעסט באזירט אויף קרעמל שנירליך, דאס איז א דוגמא פון AI generated פאדקעסט באזירט אויף דעם שנירל. ס'איז אויף ענגליש אבער איך גלייב אין די near future וועט עס קענען זיין אויף יידיש.
 
Wow! איך האב עס געהערט זייט ביי זייט פון אנהייב פון דעם שניר, ס'איז נעקסט לעוועל דעיס..
 
איך ווייס אז דו האסט דאס נישט געמיינט אבער ס'איז דא future potential פון מאכן א פאדקעסט באזירט אויף קרעמל שנירליך, דאס איז א דוגמא פון AI generated פאדקעסט באזירט אויף דעם שנירל. ס'איז אויף ענגליש אבער איך גלייב אין די near future וועט עס קענען זיין אויף יידיש.
מיין פלאן איז צו עפענען א עכטע פאדקעסט נישט קיין עי איי בזירטע ב. ש. .
 
יוסי בראך מיט א נייע פאדקעסט: "בין פארן ובין תופל ולבן"...

הער עס אויס וועסט זיך באלעקן די פינגער
 
איך האב מיר אנגעשטויסן אין דעם, לאמיר זעהן צי דעי חברה זאגן עפעס..

יהי רצון מלפניך שתוליכנו לשלום ותחזירנו לשלום

יוסי בראך מיט א נייע פאדקעסט: "בין פארן ובין תופל ולבן"...

הער עס אויס וועסט זיך באלעקן די פינגער
איז דאס נישט דער זעלבער װאס פלעגט מאכן די װױס-אָװערס אױף די MADLIPZ סאושעל עפפ בשעת קאָװיד (איך געדענק שױן נישט זײן הענדל אױף יענעם עפפ. עפעס א נומבער: אפשר 6411?)? ער האט אױך א טעלעגראם גערופן Yiddish Madlipz מיט 483 סובסקרײבערס אװאו מען קען נאך װאטשן זײנע װױס אװערס. אױ פלעג איך זיך קאַטשען פאר געלעכטער פון זײ. דער האט א יוּניק סענס אף היומער. אזא שאד ער האט אױפגעהערט.

אגב, אײנער האט א בילד פון אים?

דא האט איר א סעמפּל:
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 1_4938522640127099335.mp4
    1.9 MB
נו שוין, די פון די נאמען האב איך פארשטאנען אז מ'גייט דארט רעדן פון זאכן וואס מ'טוט אין בעדרום, מיי בעד
ער איז זײער גוט. הגם מען קען אװדאי דיבעיטן װאס ער זאגט. באמת װאלט מען געדארפט עפענען א סעפערעיט שנירל אװאו מען קען קאמענטירן אױף זײנע עפיזאדן.
 
Back
Top