איך האב נאר געוואלט זאגן ...

איך האב פיינט ווען מענטשן וואס שטייען אויף אין א גוטע מאד, עקספעקטן אז אלע זייערע ארומיגע זאלן זיין אין די זעלבע גוסטע ווי זיי, און אויב איך גריס אים נישט צירוק גוט מארגן מיט די זעלבע ענטוזיאזם, פרעגט ער אויב אלעס איז אקעי מיט מיר.
איך זעה דא א מענטש וואס ווען ער שטייט אויף אין א שלעכטע גיסטע עקספעקט ער אז יעדער זאל זיין אין א שלעכטע גיסטע…..

ועל כגון דא אמר הבעש״ט כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו, פירוש כל הנגעים שאדם רואה בחוץ, זהו ממש נגעי עצמו.

לאל. איי געט יור פוינט… און איך קען די מענטשן מיט די גאר פריינטליכע גוט מארגן.
 
יעצט איז די צייט אין יאהר, וואס עס הענגט צורת קודשו פון הרה״ק ר׳ אליעזר זאב (וכלשונו פון זיין אייניקל ר׳ הירש׳לי פון כפרתא - די זיידע ר׳ לייזער וואלף) מקרעטשניף זי״ע
וואס מיינט דעס?
 
און וואס האט עס מיט "צורת קודשו פון הרה״ק ר׳ אליעזר זאב (וכלשונו פון זיין אייניקל ר׳ הירש׳לי פון כפרתא - די זיידע ר׳ לייזער וואלף) מקרעטשניף זי״ע" ער האט אזוי אויסגעקיקט? געגאנגען א רויטע בעקיטשע?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
און וואס האט עס מיט "צורת קודשו פון הרה״ק ר׳ אליעזר זאב (וכלשונו פון זיין אייניקל ר׳ הירש׳לי פון כפרתא - די זיידע ר׳ לייזער וואלף) מקרעטשניף זי״ע" ער האט אזוי אויסגעקיקט? געגאנגען א רויטע בעקיטשע?
א קשיא אויף קרעטשניפער רבין?
 
  • קיין אנונג
רעאקציעס: Yesh
ר׳ הירש׳לי איז געקומען אמאל קיין אמעריקע, חנוכריסמעס צייט און ער האט געבעטן מ׳זאל נישט לייגן קיין לעמפליך מיט קיין צעטליך וכו
ווען ער איז א געקומען האט ער אהיימגערופן און צופרהידענהייט געזאגט אז נישט נאר מהאט באצירט די אלע גאסן מיט לעמפליך נאר מהאט אויך געלייגט צורת קדשו פונעם זיידען אין אלע גאסן
 
אוי זיס.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האב נאר געוואלט זאגן אז, כ'האב פארגעסן וואס כ'האב געוואלט שרייבן..

אייגענטליך, האב איך מיר יעצט דערמאנט בשעת'ן שרייבן.

אסאך מאל ווען מ'פארגעסט עפעס און מ'פראבירט זיך עס צו דערמאנען שפירט מען אזא חלל אינעם מח, די מעמארי פעלט, מ'ווייסט פונקטליך וואס מ'האט נישט פארגעסן, אבער די נאמען, זאך, געדאנק וואס איז ארויס פון קאפ פילט זיך ווי א שווארצע לאך פון וואס מ'קען נישט פטור ווערן, און דער מער מ'קאנצעטרירט דערויף אלס שווערע זיך צו דערמאנען.
דאס איז אבער נאר א האלבע געשיכטע.
די גרעסערע פראבלעם איז אז איינמאל מ'דערמאנט זיך שוין יא וואס מ'האט געוואלט זאגן אדער טראכטן פילט זיך דער אויבנדערמאנטע חלל למעשה נישט אן, די לאך בלייבט גרעסער ווי די גוטע געפיל פון זיך דערמאנען, אזא אין הקומץ משביע את הארי בחינה, מעגליך גאר א מעמארי שרינקט ווען מ'געדענקט עס און עס בלאזט זיך אויף ווען מ'פארגעסט עס.

פוינט איז אז יעצט נאכן זיך דערמאנען וואס כ'האב געוואלט שרייבן קראצט מיר נאך אלץ אין קאפ די פריערדיגע מצב פון עס האבן פארגעסן.
 
די גרעסערע פראבלעם איז אז איינמאל מ'דערמאנט זיך שוין יא וואס מ'האט געוואלט זאגן אדער טראכטן פילט זיך דער אויבנדערמאנטע חלל למעשה נישט אן, די לאך בלייבט גרעסער ווי די גוטע געפיל פון זיך דערמאנען, אזא אין הקומץ משביע את הארי בחינה, מעגליך גאר א מעמארי שרינקט ווען מ'געדענקט עס און עס בלאזט זיך אויף ווען מ'פארגעסט עס.
בשעתן טראכטן דעם געדאנק דאס ערשטן מאל האט מען געהאט אן עקספיריענס וואס איז העכער פון די ווערטער.

ביים זיך ווילן דערמאנען וויל מען אמאל צוריק אריינגיין אינעם עקספיריענס אבער ס'גייט נישט אזוי, מ'קען טאקע אפיר ברענגן די טריקענע פאקטן אבער נישט דעם עקספיריענס.

דער מענטש'לע איז ווי כוואליעס, מ'קומט קיינמאל נישט צוריק צום זעלבן כוואליע (זיך), די עקספיריענס האלט זיך און איין טוישן, יעדע רגע איז מען אן אנדערער מענטש, אנדערער אווירנעס, און די זעלבע וועלט איז פראסיעווד אנדערש.

אנשטאט פון אנהאלטן מיט אייזערנע צוואנגן צום פריעדיגן כוואליע, קען מען זיך לאזן ווערן טראנספארמירט אינעם כוואליע פונעם דא און יעצט.

יעצט פארשטייט מען דעם אריז"ל אז יעדע תפילה איז בעצם א גאנצער אנדערער וועלט פאר זיך. ס'נישט דא צוויי מאל די זעלבע תפילה. 🥰
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך בין אזוי פריקען מיד, אז איך האב אינגאנצן פארגעסן אז איך האב גענומען א קאווע א האלבע שעה צירוק, איך האב מיר געמאכט יעצט נאך א קאווע,

איך וויל בעטן אויב איינער קען זיך מנדב זיין מיר צי דערמאנען אין א האלבע שעה ארום נישט צו נעמען נאך איין
 
איך גיי עפעס משוגע פאר דעים ער ברענגט מיך צוריק צי חדר מיט די גאנצע תמימות.

View: https://www.instagram.com/reel/DS5yYBLj7qn/?igsh=azRmOGcycnptdWN6
מיר רעגט עס ווייל די גרויסע טאטע זינגט פון צעטל אבער אונז האבן עס געדארפט קענען אויפן לשון, אן פארשטיין רוב ווערטער. געהעריג מענטעל אביוז!
 
מיר רעגט עס ווייל די גרויסע טאטע זינגט פון צעטל אבער אונז האבן עס געדארפט קענען אויפן לשון, אן פארשטיין רוב ווערטער. געהעריג מענטעל אביוז!
נעע, די צעטל איז אז ער זאל נישט מאכן קיין טעותים,
נישט דא אזא זאך אז א איד זאל דאס נישט קענען אויפן לשון...
 
איך גיי עפעס משוגע פאר דעים ער ברענגט מיך צוריק צי חדר מיט די גאנצע תמימות.

View: https://www.instagram.com/reel/DS5yYBLj7qn/?igsh=azRmOGcycnptdWN6
Wow! אזוי גוט אראפגעלייגט. ס'ברענגט אזעלכע זיכרונות..
אבער מיין רעבע פלעגט זאגן אזוי ווי א זומפּף זיפל.
 
Wow! אזוי גוט אראפגעלייגט. ס'ברענגט אזעלכע זיכרונות..
אבער מיין רעבע פלעגט זאגן אזוי ווי א זומפּף זיפל.
מיין רבי: ווי א זיפ

ביידעוועי די ערשטע מאל איך טראכט אריין, וואס עפעס זענען די אידן דורכגעגאנגען קבר רחל וואס געפינט זיך צי 'דרום' פון ירושלים ווען זיי זענען געגאנגען קיין בבל -'צפון' פון ארץ ישראל??
 
מיין רבי: ווי א זיפ

ביידעוועי די ערשטע מאל איך טראכט אריין, וואס עפעס זענען די אידן דורכגעגאנגען קבר רחל וואס געפינט זיך צי 'דרום' פון ירושלים ווען זיי זענען געגאנגען קיין בבל -'צפון' פון ארץ ישראל??
א קשיא אויף א מעשה 🤣🤣
 
AISelect_20260101_011415_Samsung capture.webp
 
Back
Top