איך האב נאר געוואלט זאגן ...

בד״וו בירט קאנטראל איז געווארן היפש מעינסטריעם, ס׳דא אסאך משפחות וואס מאכן זיכער אז די קאפל ווארט לכה״פ א יאר ביזן האבן א קינד. לגבי כולל איז עס סתם א זאך וואס מען טוט ווייל יעדער טוט עס. עס האט נישט קיין פשט און פאר פילע מחותנים גייט עס בכלל נישט אן אבער מען טוט עס נאכאלץ.
איך גלייב שווער אז בירט קאנטראל גלייך נאך די חתונה איז ממש די מעינסטריעם, עטליעסט אין מיין סירקעל איז עס היפש אפגעפרעגט, קען זיין ס'האלט אינמיטן ארויפגיין,

און בנוגע כולל, דאס טאקע אז ס'האט נישט קיין פשט האט מיר געמאכט טראכטן פון די קאנספירעסי, ווען דו פרעגסט מעין סטריעם מענטשן פון די סיסטעם וואסי פשט פון די כולל געזיטזאכטס, יעדער וועט דרייען מיט די צונג ווי וויכטיג ס'איז, אבער זיי וועלן דיר עס נישט קענען מסביר זיין, בערך אזוי ווי טראגן שבת אין בארא פארק, זיי וועלן דיר מסביר זיין אז אפילו דו לערנסט נישט, דו דרייסט דיך נאר צווישן די כולל ווענט, איז שוין גוט.

טראכט איך, אז דו נקודה פון דעם איז, אז זיי ווילן זאלסט בלייבן נאך אביסל אין לאלא לענד, רעד דיך איין אז דו ביזט און פלארידע יעצט, גארנישט גייט נישט פאר אויף די וועלט, ס'נאר דא דו מיט דיין ווייב און די פרישטיג בעג וואס זי האט צאמגעקלאפט פאר איר בן תורה.

רעד דיך איין אז דיין נעקסטע עקסייטמענט אין לייף איז ווערן פרעגנעגט, דו ווייסט דאך נאך נישט שיט וועגן די מענטש וואס שלאפט נעבען דיר אין בעדרום, אבער ביטע זיי דעספערט אז די פרעגנעסי טעסט וואס דו האסט שוין די 10טע מאל פאכמאניש שטילערהייט אריינגעשמוגעלט און די פארמעסי ארדער אין די לעצטע צוויי וואכן אליין זאל ווייזן צוויי ליינס.

אויב די עולם גייט אנהייבן ארבעטן גלייך נאך די חתונה, מ'גייט גלייך זעהן אז ס'האט זיך געדרייט א גאנצע וועלט בשעת איך האב שטילערהייט אויסגעשפילט מיין מנהל אין ישיבה און איך האב גערייכערט מיט א גאפל, אינגערלייט גייען אנהייבן בראוזען די אינטערענט, אנהייבן זעהן מאוויס אביסל, איז דא א שטארקע טשענס אז זיי וועלען ווילן בעטן זייערע ווייבער ארויפציגיין אויף די פילס ביז זיי פיגערען אויס וואס איז דאס לעבן?

עכ"פ אזוי פיל איך וואלט געווען ביי מיר.
 
איך גלייב שווער אז בירט קאנטראל גלייך נאך די חתונה איז ממש די מעינסטריעם, עטליעסט אין מיין סירקעל איז עס היפש אפגעפרעגט, קען זיין ס'האלט אינמיטן ארויפגיין,
ביי די בעלבתישע עולם איז עס שוין היפש איינגעריסן.
און בנוגע כולל, דאס טאקע אז ס'האט נישט קיין פשט האט מיר געמאכט טראכטן פון די קאנספירעסי,
דא שטעקט דיין טעות, עס איז נישט א קאנספיראציע.
א קאנספיראציע מיינט אז עס דעזיינט אינטענטשענעלי דורך מענטשן אדער א גרופע צי טוהן עפעס שלעכטס, איך האלט אז די גאנצע ״סיסטעם״ איז נישט קיין קאנספיראציע,
nobody is out to get you. יא, ס׳דא געמיינע מענטשן וואס מישן זיך אריין אין יענעם׳ס פריוואטע לעבן און מאכן שווער פאר אנדערע, אבער קיינער האט נישט דעזיינט די סיסטעם, אלעס וואס די זעסט זענען סאציאלע בייפראדוקטן פון אונזער קולטור און רעליגיע, די זאכן ווי למשל כולל נאכן חתונה געשעהן פון זיך אליינס.
 
א קאנספיראציע מיינט אז עס דעזיינט אינטענטשענעלי דורך מענטשן אדער א גרופע צי טוהן עפעס שלעכטס, איך האלט אז די גאנצע ״סיסטעם״ איז נישט קיין קאנספיראציע,
nobody is out to get you.
איך האלט נישט אז איינער מיינט דא שלעכטס, מ'מיינט דעם אייבערשטן, און רוב מענטשן באדערט עס נישט, אפילו יא, בייגן זיי די קאפ און לאזן זיך פירן, אבער איך האלט אז ס'איז יא דיזיינט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האלט נישט אז איינער מיינט דא שלעכטס, מ'מיינט דעם אייבערשטן, און רוב מענטשן באדערט עס נישט, אפילו יא, בייגן זיי די קאפ און לאזן זיך פירן, אבער איך האלט אז ס'איז יא דיזיינט.
דורך וועם?
 
און ס'דארף אפילו נישט זיין אז קאנשענסלי האט איינער אפגעמאכט אז מ'זאל זיצן אין כולל כדי נישט צו ווערן אויפגעקלערט.

נאר מ'האט געטראכט אז ס'איז בעסער די יונגערלייט זאלן נישט זיין צופיל אין די אלגעמיינע וועלט, און סאבקאנשעסלי די סיבה איז זיי זאלן זיך נישט ווערן אויפגעקלערט, נאר זיי זאלן זיך פּאָרענען אין די הייליגע לאלא לאנד.
 
דורך די זעלבע וואס ווילן נישט אז אינגערלייט זאלן זיך ציפול אריינטון און בעדרום זאכן.
דורך די זעלבע וואס קעטיגערייזען מענטשן וואס פארן סוכות צו פלארידע אלס מחנה מגושמים.
דורך די זעלבע וואס קוקן מיט אפשיי אויף א אינגערמאן וואס נעמט ארויס א סמארטפאון.
דורך די זעלבע וואס ווערן הייס פון טייטע הויזן, אבער זיי שעמען זיך דערמיט סא זיי זאגן אז ס'איז גויאיש.

איך האב נאך אויב ס'פעלט אויס.
 
דורך די זעלבע וואס ווילן נישט אז אינגערלייט זאלן זיך ציפול אריינטון און בעדרום זאכן….
דעס איז נישט א קאנספיראציע דעס זענען מענטשן וואס ריעקטן פונקט ווי יעדער פון עני אנדערע פארמאכטע רעליגיעזער געמיינדע וואס ארבעטן אז זייער וועי אף לייף זאל זיך האלטן, דעי אלע אויבערדערמאנטע זאכן קענסטו אבער טוהן בפרהסיא און קיינער וועט דיר נישט ווארפן די קינדער (חוץ אפשר אויב די שיקסט דיינע קינדער צי גאר פרומע מוסדוס ווי שאפראן אדער תשב״ר א.ד.ג.)
אבער קענסט אפשר זיין גערעכט אז עס קען פילן קאנספיראטאריש ווען די ביסט דער וואס פילסט זיך אינטערדריקט, אבער לגבי די יאר און כולל האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט קיין מוחאות אויף אינגערלייט וואס גייען גלייך ארבעטן.
 
איך רעדט נישט פון מחאות, איך רעדט פון דזשאדזשמענטל בליקן פון די ארומיגע..
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך רעדט נישט פון מחאות, איך רעדט פון דזשאדזשמענטל בליקן פון די ארומיגע..
דעס איז אבער נישט קיין קאנספיראציע מיין פריינד. און דשאדשמענטל בליקן גייסטו באקומען ווי אימער די באלאנגסט אויב די שטעלסט זיך נישט צי. אך און וויי אויב די באלאנגסט צי אן ארכי ליבערעל קאמיונעטי און די האלטסט אז טראמפ האט געטוהן איין גוטע זאך גייסטי אויך זיין אפגעפרעגט.
 
וואס איז די סיסטעם אויב נישט דאס? קיינער צווינגט נישט קיינעם גארנישט, ס'איז די געזעלשאפט, אזוי ווי דו זאגסט, וואס נעמט אריין אסאך ריסטריקשענס, און א נארמאלע מענטש וויל זיין אנגענומען אין זיין געזעלשאפאט, איך האב נאר ציגעלייגט אז אפשר איז די געזעלשלאפטיגע ניד צי זיצן אין כולל אויך א אייטעם צי פארשטערקערן די פארמאכטקייט פון אונזער קאמיונעטי.

צו ביי ארכי ליבערעל קאמיונעטי איז אויך אזוי? קען זיין, און איך וואלט אויך געשריבן אויף זייער קרעמל די זעלבע, יעצט בין איך דא.
 
איך קען מסכים זיין אז כולל איז טאקע נאך א מאשין פונעם סיסטעם, אבער איך דיסעגרי אז די סיסטעם איז ביי דעזיין א קאנספיריסי.
 
בד״וו בירט קאנטראל איז געווארן היפש מעינסטריעם, ס׳דא אסאך משפחות וואס מאכן זיכער אז די קאפל ווארט לכה״פ א יאר ביזן האבן א קינד. לגבי כולל איז עס סתם א זאך וואס מען טוט ווייל יעדער טוט עס. עס האט נישט קיין פשט און פאר פילע מחותנים גייט עס בכלל נישט אן אבער מען טוט עס נאכאלץ.

איך בין א הייסע אינגערמאן און איך וויל נישט מיין ווייב זאל זיין אויף בירט קאנטראל, מ'וויל אונז צווינגען צו דעם..
ס'האט א פשט? ס'איז א חלק פון די צודרייטע סיסטעם?
 
איך בין א הייסע אינגערמאן און איך וויל נישט מיין ווייב זאל זיין אויף בירט קאנטראל, מ'וויל אונז צווינגען צו דעם..
ס'האט א פשט? ס'איז א חלק פון די צודרייטע סיסטעם?
בד"וו וואס ווילן זיי אז איך זאל אויספיגערן וויאזוי און וואס מ'קען אלץ טון מיט די ווייב?? ס'מאכט נישט קיין סענס אז דאס ווילן זיי... צו פרומע חברה פאר דעם...
 
ס'איז נישט דא געוויסע יחידים וואס פירן די סיסטעם, אבער ס'איז יא דא וואס שתדלן אז צו פארשערקערן די סיסטעם, צולייגן תקנות מיט הלכות, און עונשים פאר די וואס דיוויעטן.

כגון השומרים, ועד הצניעות, רע בנים עסקנים, אדער דער וואס האט פארגעשלאגן מ'זאל בויקאטירן שרולי גרין, די וואס פירן די מוסדות וכו' וכו'. זיי מיינען עס טאקע ערנסט אבער די מטרה איז צו זיין די אייבעשטערס פאליציי און זיכער מאכן אז יעדער פאלגט נאך, און אז די סיסטעם פארט ווייטער ביתר שאת.

און אזוי אויך די וואס האבן איינגעפירט כוללים, און הכשרים, די שווארץ און ווייסע לבוש.
 
נעבעך פאר דעי וואס האלטן זיך אלס דעם אייבערשטנס פאליציי
 
איך בין א הייסע אינגערמאן און איך וויל נישט מיין ווייב זאל זיין אויף בירט קאנטראל, מ'וויל אונז צווינגען צו דעם..
ס'האט א פשט? ס'איז א חלק פון די צודרייטע סיסטעם?
וואס האט הייסקייט מיט נישט ווילן בירט קאנטראל
 
איך בין א הייסע אינגערמאן און איך וויל נישט מיין ווייב זאל זיין אויף בירט קאנטראל, מ'וויל אונז צווינגען צו דעם..
ס'האט א פשט? ס'איז א חלק פון די צודרייטע סיסטעם?
קיינער קען גארנישט צווינגען. ביסט א אייגענע מענטש, און גיי נישט כצאן לטבח. שטעל דיך אויף וואס איז וויכטיג פאר דיך!
קיינער אפילו דיין ווייב קען דיך נישט צווינגען וואס צו טון.

און ווי @גראז שניידער האט געזאגט, ס'האט גארנישט מיט זיין הייס, ביסט פשוט הומען מיט מענטשליכע רצונות און תאוות, און ס'איז גארנישט דא זיך צו שעמען דערמיט.

IMG-20260105-WA0025.webp
 
לעצט רעדאגירט:
וואס האט הייסקייט מיט נישט ווילן בירט קאנטראל
ס'האט טאקע נישט קיין שייכות, דאס איז וואס איך וויל ארויסברענגען...
ער זאגט אז הייסע מענער ווילן אז די ווייבער זאלן גיין אויף בירט קאנטראל כדי צו אויספיגערן אלעס, האב איך גענטפערט אז לאוו דווקא, ווייל איך בין אויך א הייסע חברה מאן און מיט דעם אלעם וויל איך נישט אז מיין ווייב זאל גיין אויף בירט קאנטראל......
 
צ"ק פירקלען דא אין קרעמל גייט דיך נישט מאכן אנקומען צו די פארמאכטע פארומס, מ'דארף האבן א רעשיא פון צוויי פאזיטיווע רעאקציעס פער מעסידזש צו ווערן בארעכטיגט דערפאר
 
Back
Top