אין טעם לרצון...

פעדער

פרישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
20
רעאקציע ראטע
227
נאכן נישט זיין אקטיוו פאר א וויילע וויל איך צוריק קומען און זיך נעמען שרייבן.

איך וויל. איך ווייס נישט אויב איך גיי קענען שטיין דערביי, אבער דער רצון איז דא און א רצון ברעכט אייזן זאגט דער וועלט.

אבער דער רצון ברעכט אייזן ווען עס זענען נישט דא קיין שטערונגען און שטרויכלונגען אויפן וועג, טאמער אבער איז דער וועג פול מיט שטיינער און טיפע בלאטער, דאן קען דער אייזן-ברעכענדע רצון נישט צורייסן קיין פאפיר...

אויב אזוי וואס מיינט דער וועלט צו זאגן דערמיט אז רצון ברעכט אייזן טאמער דער רצון קען קיין פליג נישט בייקומען ווען ער ווערט געשטערט אויפן וועג? צום ערשט בין איך נישט געקומען פארענטפערן דעם וועלט. זאל דער וועלט וועלכע האט אפגעזאגט דעם שטעלונג, ביטע אפירקומען און פארענטפערן אלע רצונות וועלכע האבן נישט געקענט מאכן זייערע וועג טראץ דער אנוועזענהייט פון א פעסטער רצון צוליב דער אייזן וואס זיי האבן נישט געקענט ברעכן. דער וועלט אבער אזוי ווי ער איז דאך וועלט, וועט קומען מיט זיין טיפישע אנטווארט, מיטן לאגיק אז טאמער זעסטו אז איינער איז נישט נאכגעקומען זיינע רצונות, איז א סימן אז עס איז קיין רצון נישט געווען. אבער מיר רעכט-דענקער מענטשן קענען מיר דאך נישט אננעמען אזעלכע אומ-אפשלאגבארע אבסטראקטיווע קאנסעפטן, דעריבער מוזן מיר שלום מאכן מיטן פאקט אז נישט אלע רצונות ווערן ערפילט און מען דארף ווייטער פרובירן און פרובירן ביז ווען די שאנסן צו דורכפאלן זענען קלענער ווי די שאנסן צו עררייכן.

און וואס איז ווען דער רצון איז געבינדן אין א תנאי, דאן איז דער רצון נישט גענוג שטארק, אדער אפשר איז דער תנאי דער אפהאלט פאר דאס צושאנד-קומען פונעם רצון?

און אז מען רעדט שוין פון רצונות און שאיפות וועלכע קענען יא אדער נישט ווערן ערפילט, פרעגט זיך דער פראגע, וואס איז דער רצון אונטער אלע רצונות און שאיפה אונטער אלע שאיפות וועלכע איז דער קוואל פאר אלע רצונות וועלכע פאלגן איהם נאך און פארוואס זאל מען זיך נישט בלויז קאנצעטרירן אין דעם טאטע-רצון זעלבסט און אפלאזן אלע רצונות וועלכע וויקלען איהם ארום? פילייכט ווייל קיינער ווייסט ניטאמאל וואס דער רצון איז און צודען באשטייט עס בכלל און אפשר האט עס איבערהויפט נישט קיין האפט צו פרובירן צו דערגיין וואס דער רצון אונטער אלע רצונות איז צוליב דעם וואס עס עקזיסטירט נישט אינגאנצן אין א רייזע צו דערגיין דעם אומעקזיסטירענדע רצון וועט זיך ענדיגן אינעם פארניכטיגונג פון יעדער רצון וועלכע האט געזאלט ארויס קומען פון איהם?

איז אפשר בעסער צו בלייבן ביים וועלן און נישט וויסן פארוואס מען וויל, טראץ דעם וואס אזא רצון איז נישט אומשאנד צו ברעכן אייזן? אבער ווי אזוי וועלן די רצונות ערפילט ווערן אזוי? און אפשר איז דאס דער אורזאך פאר די אומערפאלגרייכע רצונות? און אלע יא ערפילטע רצונות, זיי זענער גאר די אויסנאם? אפשר...

תיקו.
 
דו פרעגסט וואס איז די גורם צו וועלן?
 
אין איין ווארט? יא!
 
ביז ווען די שאנסן צו דורכפאלן זענען קלענער ווי די שאנסן צו עררייכן.
וואס איז דער רצון אונטער אלע רצונות און שאיפה אונטער אלע שאיפות וועלכע איז דער קוואל פאר אלע רצונות וועלכע פאלגן איהם נאך
א מעטאמאטיקער און פיליזאף, באהאלטן אין א @פעדער.

זייער שיין

דו פרעגסט וואס איז די גורם צו וועלן?
פון די קעפל קוקט מיר אויס ווי ער זאגט, נישט ער פרעגט... 🤷🏻‍♂️
 
@פעדער לאזט אונז מיט אן אפענעם מויל
פארקלאצט איבער עפעס טיעף וואס בהכרח עקזיסטירט - אבער מ'קען עס נישט דעגרינטעווען.
מ'ווייסט ניטאמאל פארוואס מ'האט א רצון עס פארשטיין...
 
פון די קעפל קוקט מיר אויס ווי ער זאגט, נישט ער פרעגט... 🤷🏻‍♂️
מוז מען זאגן אז די קעפל און די תוכן זענען זיך סותר...

און אז מען רעדט שוין פון רצונות און שאיפות וועלכע קענען יא אדער נישט ווערן ערפילט, פרעגט זיך דער פראגע, וואס איז דער רצון אונטער אלע רצונות און שאיפה אונטער אלע שאיפות וועלכע איז דער קוואל פאר אלע רצונות וועלכע פאלגן איהם נאך און פארוואס זאל מען זיך נישט בלויז קאנצעטרירן אין דעם טאטע-רצון זעלבסט און אפלאזן אלע רצונות וועלכע וויקלען איהם ארום? פילייכט ווייל קיינער ווייסט ניטאמאל וואס דער רצון איז און צודען באשטייט עס בכלל און אפשר האט עס איבערהויפט נישט קיין האפט צו פרובירן צו דערגיין וואס דער רצון אונטער אלע רצונות איז צוליב דעם וואס עס עקזיסטירט נישט אינגאנצן אין א רייזע צו דערגיין דעם אומעקזיסטירענדע רצון וועט זיך ענדיגן אינעם פארניכטיגונג פון יעדער רצון וועלכע האט געזאלט ארויס קומען פון איהם?

איז אפשר בעסער צו בלייבן ביים וועלן און נישט וויסן פארוואס מען וויל, טראץ דעם וואס אזא רצון איז נישט אומשאנד צו ברעכן אייזן? אבער ווי אזוי וועלן די רצונות ערפילט ווערן אזוי? און אפשר איז דאס דער אורזאך פאר די אומערפאלגרייכע רצונות? און אלע יא ערפילטע רצונות, זיי זענער גאר די אויסנאם? אפשר...

תיקו.
 
די שאלה אליינס איז שוין געפרעגט געווארן הונדערטע יארן צוריק און ווערט פראבירט צו פארענטפערט ווערן פילאזאפיש, פסיכאלאגיש, רעליגיעז און קולטורעל. איך מיין אז די טאפיק הייסט משמעות החיים. ניין?
 
פעדער, האסט א רצון צו ווערן צוריק פרום?
 
דו פרעגסט וואס איז די גורם צו וועלן?
תענוג.
ווסטו פרעגן וואס איז די דרייו אויף תענוג (תאווה)
אזוי ווי די אלטע רבי שרייבט, עלה ברצונו לעשות דירה בתחתונים איז א תאווה און אויף א תאווה איז קיין קשיא ניט פארהאן.
 
Back
Top