אינטערעסאנטע לינקס און קליפס

כ'האלט אז בשנת ה' אלפים תתקצ"ט וועלן פארקומען שטורעמישע געהיימע אסיפות רבנים וואו מ'וועט דן זיין וואס מ'קען טון טאמער ח"ו די וועלט בלייבט למעשה יא שטיין לענגער ווי זעקס טויזענט יאר היל"ת

מאנכע וועלן זאגן אז ס'מיינט 6000 יאר מיט'ן כולל (נאך 1000 יאר)
אנדערע וועלן זאגן אז מ'נעמט אן כמאן דאמר כלו כל הקיצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה (עיין סנהדרין צז: )
די חסידי'שע וועלן פארפירן אז די גמרא מיינט מסתמא העכערע סודות, און מיר האבן נישט קיין השגה דערין (כעין אגדות דרבה בר בר חנה (בבא בתרא עד))

ווידער די ליבאוויטשע וועלן טענה'ן חי וקיים אז די וועלט איז שוין בעצם חרוב, ס'אלעס נאר א דמיון...

בקיצור ייתי ולא אחמיניה (סנהדרין צח: )
דא קען מען זעהן א שטיקל preview וויאזוי רבנים באהאנדלען אן אומפארווירקליכטע הבטחה

1750111142470.png


1750111179256.png

1750111243375.png
 
כ'האלט אז בשנת ה' אלפים תתקצ"ט וועלן פארקומען שטורעמישע געהיימע אסיפות רבנים וואו מ'וועט דן זיין וואס מ'קען טון טאמער ח"ו די וועלט בלייבט למעשה יא שטיין לענגער ווי זעקס טויזענט יאר היל"ת

מאנכע וועלן זאגן אז ס'מיינט 6000 יאר מיט'ן כולל (נאך 1000 יאר)
אנדערע וועלן זאגן אז מ'נעמט אן כמאן דאמר כלו כל הקיצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה (עיין סנהדרין צז: )
די חסידי'שע וועלן פארפירן אז די גמרא מיינט מסתמא העכערע סודות, און מיר האבן נישט קיין השגה דערין (כעין אגדות דרבה בר בר חנה (בבא בתרא עד))

ווידער די ליבאוויטשע וועלן טענה'ן חי וקיים אז די וועלט איז שוין בעצם חרוב, ס'אלעס נאר א דמיון...

בקיצור ייתי ולא אחמיניה (סנהדרין צח: )
בעצם זעהן מיר שוין ווי די חז"ל זעלבסט האבן זיך שוין באווארנט אז מ'זאל נישט פאניקן ווען מ'זעהט אז די הבטחות התורה ווערט נישט פארווירקליכט:

"רבי יעקב אומר אין לך כל מצוה ומצוה שכתובה בתורה שמתן שכרה בצדה שאין תחיית המתים תלויה בה בכיבוד אב ואם כתיב (דברים ה, טו) למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך בשילוח הקן כתיב (דברים כב, ז) למען ייטב לך והארכת ימים הרי שאמר לו אביו עלה לבירה והבא לי גוזלות ועלה לבירה ושלח את האם ונטל את הבנים ובחזירתו נפל ומת היכן טובת ימיו של זה והיכן אריכות ימיו של זה אלא למען ייטב לך לעולם שכולו טוב ולמען יאריכון ימיך לעולם שכולו ארוך" (קידושין לט: )

דערנאך איז דא די ברכה פון וצויתי את ברכתי אויף שומרי שמיטה, דערווייל ברויך קרן השביעית שנארן פאר די נעבעכדיגע פארמערס​
 
לעצט רעדאגירט:
[]דערנאך איז דא די ברכה פון וצויתי את ברכתי אויף שומרי שמיטה, דערווייל ברויך קרן השביעית שנארן פאר די נעבעכדיגע פארמערס[/]
כהאלט שוין לאנג אז סאיז א פאקעט קעשינג ביזנעס....
וויפיל פראצענט מיינסטע קומט אן צו די פארמערס?
ר ישעי'לע און ר מיילעך מיט ר מאיר בעל הנס מיט ר שמעון איז שוין פארנומען, האט מען געטראפן עפעס פריש.....
 
א רעכטער יוזער אויף X פרעגט ווער איז דער מאדערנער קרח פון די היינטיגע טעג:
View: https://x.com/Doco28/status/1938487701755330807


ס'כדאי אדורכצוקוקן די תגובות, די לינקע און די מתנגדים פון ביבי, זאגן פארשטייט זיך ביבי.
אבער די רעכטע יוזער'ס, אפאר זאגן בנט לפיד וכו', אבער רוב פון די מעסעדזשעס זענען אהוד ברק און אהרן ברק :ROFLMAO:, אהוד ברק וואס איז געווען ראה"מ פאר בערך 25 יאר צוריק. און אהרן ברק וואס איז געווען נשיא ביהמ"ש העליון פאר איבער 30 יאר צוריק...

אבער זיי זענען שולדיג אין אלע צרות וואס איז דא אין ישראל, גיי פארשטיי...
 
אַן אינטרעסאנטע עקספערימענט װי אײנער טרײט אױס די טעסלא קעמארעס לימיטס אנטקעגן LiDAR טעקנאלעדזשי, װעלכע בּיעט טעסלאַ, 3/6. פֿאסינעיטינג!
 
אַן אינטרעסאנטע עקספערימענט װי אײנער טרײט אױס די טעסלא קעמארעס לימיטס אנטקעגן LiDAR טעקנאלעדזשי, װעלכע בּיעט טעסלאַ, 3/6. פֿאסינעיטינג!
מארק האט אזוי געכאפט פאר דעם, צענדליגע ווידיאס וואס זענען מסביר פארוואס עס איז א סקעם ...
 
Back
Top