אינטערנעט - סיסטעם - והמסעתף

Reb Yid

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 8, 2024
מעסעדזשעס
309
רעאקציע ראטע
1,526
תנו רבנן: איז אינטערנעט, לשיטתם פון רבנים, טאקע בכלל א פראבלעם אנצוהייבן מיט? אדער האבן זיי נאר געזוכט און געטראפן די פראבלעמען דערין, אלס צוליב דעם וואס עס איז עלול אויפצוקלערן דעם עולם און דורך דעם אונטעררייסן זייער מאנאפאל אויף דעם חרדישן דרך־החיים און אויף די השקפה פונעם ציבור? און מיט די פראבלעמען וואס זיי האבן געזוכט און געטראפן, האבן זיי געשאפן א סיבה איינצופירן תקנות המוסדות, מוזן באקומען אן הסכמה צו קענען האבן אינטערנעט עקסעס, אין ווען שוין יא, דארף עס זיין געפילטערט מיט די שטארקסטע זופ/זייער ווי משומר וכו' — וואס דאס איז די איינציגסטע טול אין זייער טול־באקס, דהיינו צו ניצן אונזערע קינדער אקעגן אונז אלס א וועג צו אויפבויען א וואנט, אז מיר זאלן זיי נישט קענען בייפעסן.

כדי בעסער צו פארשטיין דעם מהלך, קוקט אויף די מארקסיסטישע חדר: זיי האלטן אז די גאנצע דעמאקראטישע סיסטעם איז אויפגעשטעלט נאר כדי צו באשיצן די עליטע קלאס. ווי טראָצקי שרייבט, אז פאר יעדן בריטישן בירגער איז דא צען עבדים אין אפריקע און דריי עבדים אין אינדיע. און דאס קען אפשר זיין דער סיבה פארוואס איטאליע און דייטשלאנד האבן די ערשטע געפאלן אין אייראפע סיי מיט זייער פאליטישע סיסטעמען אין סיי מיט די מלחמה גופא — וויבאלד זיי האבן נישט פארמאגט גענוג קאלאניעס. יעצט, ווען קאלאניעס זענען אונטערגעגאנגען און מלחמות האבן זיך געענדיגט, האט זיך דאס געפונען א צווייטן אויסלאז. אבער סוף כל סוף קומט עס צוריק צו היטן דעם סיסטעם פאר די עליטע.

אזוי אויך דא, ביי דער אינטערנעט־מערכה: די גאנצע מהלך איז כדי צו היטן דעם סיסטעם, וואס שטייט פארן מאנאפאל פון די עליטע.

איך געדענק, עמיצער האט געברענגט אז מעגליך דער רמב"ם האלט אז מצוות מעשיות זענען נאר פאר המון עם — והכל על מקומו מונח.
 
קודם לאמיר געבן א דאנק פאר AI פאר'ן מגיה זיין און שיין אראפשטעלן דיין ארטיקל!

איך מיין אז כו"ע מודי אז דער אינטערנעט האט פראבלעמען און מען דארף אכטונג געבן. עס איז קלאר א נסיון הדור, בפרט פאר די יונגערע. אפגעזען רוחניות, די אדיקשאן צו די אלע זאכן בפרט סאשעל מידיא איז עפעס וואס אפילו די אלגעמיינע וועלט איז אומבאקוועם דערמיט.
 
איעדע זאך אין די וועלט האט פראבלעימען, אזוי ווי דער מהר”ל איז מסביר די סוד פון כח הפכי׳ אין זיינע ספרים, און ווי שטערקער א זאך איז פועל, אלס גרעסער זענען ביידע סיי זיינע גוטסקייטן און סיי זיינע פראבלעימען, און א זאך וואס האט נישט קיין פראבלעימען, אדער עקזעסטירט עס נישט אין עסענס, אדער האט מען דיר נישט מודיעה געווען זיינע פראבלעימען, וויבאלד עס שטעלט נישט אין קיין געפאר די סיסטעם, aka עליטע.
 
לעצט רעדאגירט:
כ'ווייס נישט צי אינטערנעט מאכט דירעקט חרוב אידישקייט, צי בלויז ווייל עס ברענגט אונטער דעם סיסטעם, אויף וואס אידישקייט איז היינט געבויעט. אזוי צי אזוי, וואלטן די רבנים געהאט א רעכט דאס אסר'ן, כל זמן זיי זענען אויפריכטיג מיט'ן ציבור.
וואס וואלט דען געווען שלעכט מיט'ן זאגן קלאר אז מען אסר'ט אינטערנעט וויבאלד עס וועט אונטערברענגען דעם סיסטעם?
 
אויב די פראבלעם איז די אדיקשען חלק דארף מען אויסלערנען וויאזוי עס צו נוצן ווי א נארמאלע מענטש אזוי ווי יעדע זאך אין לעבן
סתם שרייען מאכט עס אין א געוויסע זין ערגער ווייל די הנהגה קען זיך פארמאכן די אויגן פון די עכטע פראבלעם און זאגען שלום עלי נפשי ווייל איך האב עס געאסרט
 
כ'ווייס נישט צי אינטערנעט מאכט דירעקט חרוב אידישקייט, צי בלויז ווייל עס ברענגט אונטער דעם סיסטעם, אויף וואס אידישקייט איז היינט געבויעט. אזוי צי אזוי, וואלטן די רבנים געהאט א רעכט דאס אסר'ן, כל זמן זיי זענען אויפריכטיג מיט'ן ציבור.
וואס וואלט דען געווען שלעכט מיט'ן זאגן קלאר אז מען אסר'ט אינטערנעט וויבאלד עס וועט אונטערברענגען דעם סיסטעם?
זייט ווען וועט א רב מודה אז עס איז דא א סיסטם בכלל??
 
איז אינטערנעט, לשיטתם פון רבנים, טאקע בכלל א פראבלעם אנצוהייבן מיט?
יא, זיי האלטן טאקע אז אינטערנעט איז א פראבלעם און א סכנה פאר א אידישע נשמה ברוחניות.
אדער האבן זיי נאר געזוכט און געטראפן די פראבלעמען דערין, אלס צוליב דעם וואס עס איז עלול אויפצוקלערן דעם עולם און דורך דעם אונטעררייסן זייער מאנאפאל אויף דעם חרדישן דרך־החיים און אויף די השקפה פונעם ציבור?
ניין, דאס איז נישט פשוט א פריוו צו אנהאלטן זייער מאכט און צו היטן זייער מאנאפאל אויפ'ן ציבור. אויב עס וואלט געוועזן פשוט וועגן קאנטראל, וואלטן זיי געקענט גיין נאך ווייטער ווי השומרים,

פון די צווייטע זייט, וואלטן זיי ווען געזאלט מער נוצן טעכנאלאגיע כדי צו קאנטראלירן און פארמירן דעם עולם לויט זייער בליק — אזוי ווי צפון קארעא טוט.

פראקטיש גערעדט: אויב מ׳וויל קאנטראלירן מענטשן מיט אינטערנעט, קען מען דאך אסאך גרינגער קאנטראלירן מוחות און די געדאנקענדאנג דורך א שטארקן מידיא אימפעריע וואס פראדוצירט נאר די "ריינע" השקפה פאר "אונזער חדר".
 
דער עולם וועט לויפן פאשן און פרעמדע פעלדער
 
וואס וואלט דען געווען שלעכט מיט'ן זאגן קלאר אז מען אסר'ט אינטערנעט וויבאלד עס וועט אונטערברענגען דעם סיסטעם
ווייל מען וועט זיי לאכן אין פנים אריין, פונקט ווי זיי לאזן נישט שניידן די בארד אלץ די זוהר, אדער פרויען דארפן שערן די האר אלץ קמחית (וואס אגב איז א קלארע שקר זי האט קלאר יא געהאט האר, אויב ברענגט מען עפעס א ראיה פון איר איז עס אז פרויען שערן נישט די האר).
קיינער גייט נישט אן וואס די גמרא אדער וואס די זוהר זאגן, אבער אויב וועט מען זאגן אז מען מוז עס טון אלץ די סיסטעם וועט קיינער נישט פאלגן, מילא מוז מען עס פעקעדזשען אלץ הלכה אדער זוהר.
לעצטנס איז הרב פאַלק (א איד מיט א שטארקע פעטיש צו רעדן פון פרויען קליידער) געווארען א מקור אין הלכות צניעות, נישט ווייל די וואס ברענגען עם מיינען אז ער איז עפעס ווערט, נאר ווען מענטשן זען עס שטיין אין א ספר מיינען זיי אז עס איז תורת משה מסיני.
 
לעצט רעדאגירט:
יעצט, ווען קאלאניעס זענען אונטערגעגאנגען און מלחמות האבן זיך געענדיגט,
וואספארא נארישקייט רעדסטו? מלחמות האבן זיך געענדיגט?
it simply took on a more sophisticated form
צ.ב.ש. וואס אמעריקע האט געטון מיט איראק פאר אויל,

Sorry I didn’t mean to be harsh
איך מיין נישט פערזענליך דיר חלילה
איך האב אויך גארנישט געוואוסט דערפון ביז א קורצע צייט צוריק, די מידיא וויל נישט דער עולם זאל זיך אויפרעגן וועגן דעם, און ריפארטן גאר ווייניג דערוועגן

אויב דו האסט געהערט Jared, ווייסטו אז טראמפ איז נאר אינוואלווד אין די גאזא מלחמה וועגן די געוואלדיגע ריל עסטעיט וואס ער האפט ער וועט פארדינען
און פארשטייטצעך צו פארשפאָרן די ביליאנען וואס די מערב וועלט צאלט מצרים טעקס פאר פּעסעדש דורכ׳ן Suez Canal

און אין אפריקע- וואס וואלט געקענט זיין די רייכסטע פון אלע לענדער צוליב די אומגעהויערע צאל מינעראלן וואס זיי פארמאגן - וויאזוי מיינסטו זענען זיי אזוי ביטער ארעם? ווייל מ׳צאלט די גרופעס צו טעראריזירן דעם עולם טאג און נאכט, זיי זאלן נישט קענען כאפן דעם אטעם און ווערן זעלבסטשטענדיג (as I said: פשוט א מער רעפינירטע אופן פון מלחמות)

דו קלערסט אז דעי יונגע קינדער וואס ארבעטן ביטער שווער און זייער לעבן איז יעדן טאג איינגעשטעלט צו באגראבן ווערן לעבעדיגערהייט טוען עס פאר fun?
אונז דאנקען יעדע יאר פסח פאר יציאת מצרים, אבער זיי זענען נאך היינט צוטאג אין אסך א שווערערע מין פארשקלאפטקייט.

-קאלאניעס זענען אונטערגעגאנגען?
וואס איז מיט Hawaii
אויב דו האסט אן אהנונג וואס דארט טוטצעך וואלסטו נישט געמיינט אז קאלאניעס זענען אונטערגעגאנגען
און אז מ׳מאכט א פשוט׳ע גוגל search
what colonies does Britain still have
וועסטו זעהן 22 קאלאניעס וואס זיי געוועלטיגן נאך דארט

(אזויווי ס׳גוי׳אישט זיך, אזוי אידיש׳ט זיך)
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 9507A9B2-C420-453F-BE6F-302846DCC119.jpeg
    9507A9B2-C420-453F-BE6F-302846DCC119.jpeg
    489.7 KB · געזען: 18
לעצט רעדאגירט:
איך האב קוים אנגעהויבן ליינען
וואספארא נארישקייט רעדסטו? מלחמות האבן זיך געענדיגט?
it simply took on a more sophisticated form
צ.ב.ש. וואס אמעריקע האט געטון מיט איראק פאר אויל,
דאס איז דאך גענוי וואס איך שרייב גלייך דערנאך
האט זיך דאס געפונען א צווייטן אויסלאז. אבער סוף כל סוף קומט עס צוריק צו היטן דעם סיסטעם פאר די עליטע.
אז עס האט זיך קיינמאל טאקע נישט געענדיגט, נאר עס האט גענומען א צווייטע ליניע-פארעם
 
לעצט רעדאגירט:
יא, זיי האלטן טאקע אז אינטערנעט איז א פראבלעם און א סכנה פאר א אידישע נשמה ברוחניות.
פון וואנעט נעמסטו דאס

ניין, דאס איז נישט פשוט א פריוו צו אנהאלטן זייער מאכט און צו היטן זייער מאנאפאל אויפ'ן ציבור. אויב עס וואלט געוועזן פשוט וועגן קאנטראל, וואלטן זיי געקענט גיין נאך ווייטער ווי השומרים,
אט טאקע דאס! השומרים איז א ביי-פראדוקט פון די רבנים aka עליטע און פון די סיסטעם, ווייל די סיסטעם און די רבנים aka עליטע וואלטן קיינמאל נישט געקענט האלטן דאס וואס זיי האלטן, ווען נישט השומרים’ס עקסטרעים סטענד. ווי די בית ישראל האט אמאל געזאגט בנוגע ציונות, אז נאר צוליב סאטמער קענען מיר זיין גור. השומרים איז ווי א שאלעכטץ צו האלטן דעם פרי פריש, און אויב דאס איז דיין ראי׳ — זע איך נאר א אפווענדונג דערפון.

פון די צווייטע זייט, וואלטן זיי ווען געזאלט מער נוצן טעכנאלאגיע כדי צו קאנטראלירן און פארמירן דעם עולם לויט זייער בליק — אזוי ווי צפון קארעא טוט.
זענען זיי דען קעפעבל צו טוהן וואס נארט קארעא טוט? אז דו זאגסט אז זיי וואלטן דאס געטוהן — דאס מערסטע וואס זיי קענען איז די קינדער אין די מוסדות, ותו לא, און דאס טוהן זיי טאקע פולקאם. סאו פון דיינע תריצים זע איך נאר הוכחות צו מיין טעאריע.
 
לעצט רעדאגירט:
פון די צווייטע זייט, וואלטן זיי ווען געזאלט מער נוצן טעכנאלאגיע כדי צו קאנטראלירן און פארמירן דעם עולם לויט זייער בליק — אזוי ווי צפון קארעא טוט.

פראקטיש גערעדט: אויב מ׳וויל קאנטראלירן מענטשן מיט אינטערנעט, קען מען דאך אסאך גרינגער קאנטראלירן מוחות און די געדאנקענדאנג דורך א שטארקן מידיא אימפעריע וואס פראדוצירט נאר די "ריינע" השקפה פאר "אונזער חדר".
ששש.. 🤫 געב נישט קיין עצות, it will come back to hurt you.
 
כלל גדול! דער וואס זאגט די אמת דארף נישט צענזורירן. אינטערנעט האט צופיל אינפארמאציע פאר די עולם, אין מען קען זיך נישט עפארדן מ'זאל האבן צוטריט דערצו. יעצט קען יעדער מאכן זייערע חשבונות ווער ס'האט וואס צו באהאלטן.
 
אזויווי יעדע 'סיסטעם והמסתעף' נושא, איז דאס מער קאמפליצירט און מולטיפעסעטעד ווי עס זעט אויס - אדער ווי מיר וואלטן געקענט באשטיין עס איז.

ס'נישט פשוט קיין ביינערי צווישן 'רבנים ווילן קאנטראל' אדער אז 'זיי האלטן באמת עס איז אסור' אדער אפי' אז ס'האט מיט מענטאל העלט צוטון.
יעדע זאך וואס אינוואלווד א סיסטעם - נאכדערצו א סאציאלאגישע - נעמט אריין זייער אסאך נואנסעס וויאזוי תקנות און גדרים קומען אריין אין פלאץ, און וויאזוי די איידעאלאגיע דרייט אן פאוער און וויאזוי פאוער פארעמט די איידעאלאגיע, עס פארלאנגט א לענגערע אנאליז דאס צו צונעמען טיפער.

בכלליות, די סיסטעם וויל האלטן פאוער פאר זיך, אבער צום זעלבן צייט באשטייט 'די סיסטעם' נישט פון איין רב אדער סעט פון רבנים, רוב רבנים זענען א פראדוקט פון דעם זעלבן סיסטעם וואס זיי מעינטעינען און פארמירן ווייטער. אין אנדערע ווערטער, ס'איז מער א סובקאנשעס דרייוו פון די פירער פון א סיסטעם צו אסר'ן די זאכן וואס צוברעכן דעם סיסטעם (i.e. אינטערנעט, טראמפיזם, דיוויענס, אא"וו.) און נארמאל וועלן זיי זיך באנוצן מיט טולס און רולס פון אין דעם סיסטעם עס צו טון (i.e. הלכה, מנהג, געזעץ, מענטאל העלט.) ווי איידער האבן א קאנשעס מאטיוואציע פאר 'מאכט'..

איז עס -אויב אזוי- 'שלעכט'? די תשובה בלייבט ווידער פארהויכט. פון איין זייט זענען זיכער דא רבנים און עסקנים וואס זענען אביוזערס, משתלטים, עגאיסטן, און פאוער הונגעריג. רוב אבער זענען נארמאל נישט אזוי, זייערע כוונות זענען רוב מאל באמת וואויל און אינאסענט, זיי אפערירן נאר בתוך א דינאמיק וואס זוכט צו פרעזערווירן מאכט, און דערפאר שטעלן זיך די רולס אויס צו האבן דעם פלעיוואר..
 
פון וואנעט נעמסטו דאס
פון אנקוקן די נושא אביעקטיוו בהיקף פון א חרדישן בליק.

אט טאקע דאס! השומרים איז א ביי-פראדוקט פון די רבנים aka עליטע און פון די סיסטעם
Sorry, you lost me. איך האב נישט ליב צו גריבלען אין קאנספיראציעס.
 
כלל גדול! דער וואס זאגט די אמת דארף נישט צענזורירן. אינטערנעט האט צופיל אינפארמאציע פאר די עולם, אין מען קען זיך נישט עפארדן מ'זאל האבן צוטריט דערצו. יעצט קען יעדער מאכן זייערע חשבונות ווער ס'האט וואס צו באהאלטן.
די פראגע איז: האלטן רבנים טאקע אז אינטערנעט איז א פראבלעם אדער איז זייער ציל פשוט א מאנאפאל. וואס דו שרייבסט איז א רויטע הערינג.
 
איינער האט שוין פריער ערווענט אז ס'איז נישט דא עפעס א געהיימע בעיסמענט וואו די "רבנים " קומען זיך צאם, זיי זענען פינקט אזעלכע וויקטעמס, זיי האבן געהאט די זעלבע פארמאכטע חינוך סיסטעם ווי אינז אלע, אלעס וואס זיי טוען אין גלייבן איז אין די זעלבע פרעימווארק, ווי אינז. פינקט וואו די פארשטייסט אז א קריסט גייט אויסלערנען זיינע קינדער, אז די אידען מאכן א טעות וויאזוי מ'לערנט אפ די תורה, ווייל דעיס ווייסט ער. ס'דא א סיבה פארוואס די רעכטע זענען להשמיד קעגן קאלעדזש, די זעלבע סיבה פון אינז, מ'באקענט זיך מיט נייע מענטשן אין השגות.
 
איך האב בכלל נישט געמיינט מיט מיין ערשטע שנירל צו דזשענעראַליזירן קיין רב, רבנים, עסקנים, עליטע וכדו׳. כהאב אויסדריקליך נישט געמיינט אז מ׳זאל פאונטען פינגער׳ס אויף קיינעם, דהיינא אז דער אין יענער איז דער פראבלעים. אין כ’בין אינגאנצן מסכים צו אלפא׳ס אַבסערוואַציע, אַז ס׳איז אַ סיסטעם וואס יעדער, צו רובא דרובא, דינט אומדירעקט. אבער אפי׳ אומדירעקט זענען די ראשים — די וואס האלטן דעם סיסטעם — קעגן דעם געוויינלעכן המון עם.
 
Back
Top