- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 309
- רעאקציע ראטע
- 1,524
תנו רבנן: איז אינטערנעט, לשיטתם פון רבנים, טאקע בכלל א פראבלעם אנצוהייבן מיט? אדער האבן זיי נאר געזוכט און געטראפן די פראבלעמען דערין, אלס צוליב דעם וואס עס איז עלול אויפצוקלערן דעם עולם און דורך דעם אונטעררייסן זייער מאנאפאל אויף דעם חרדישן דרך־החיים און אויף די השקפה פונעם ציבור? און מיט די פראבלעמען וואס זיי האבן געזוכט און געטראפן, האבן זיי געשאפן א סיבה איינצופירן תקנות המוסדות, מוזן באקומען אן הסכמה צו קענען האבן אינטערנעט עקסעס, אין ווען שוין יא, דארף עס זיין געפילטערט מיט די שטארקסטע זופ/זייער ווי משומר וכו' — וואס דאס איז די איינציגסטע טול אין זייער טול־באקס, דהיינו צו ניצן אונזערע קינדער אקעגן אונז אלס א וועג צו אויפבויען א וואנט, אז מיר זאלן זיי נישט קענען בייפעסן.
כדי בעסער צו פארשטיין דעם מהלך, קוקט אויף די מארקסיסטישע חדר: זיי האלטן אז די גאנצע דעמאקראטישע סיסטעם איז אויפגעשטעלט נאר כדי צו באשיצן די עליטע קלאס. ווי טראָצקי שרייבט, אז פאר יעדן בריטישן בירגער איז דא צען עבדים אין אפריקע און דריי עבדים אין אינדיע. און דאס קען אפשר זיין דער סיבה פארוואס איטאליע און דייטשלאנד האבן די ערשטע געפאלן אין אייראפע סיי מיט זייער פאליטישע סיסטעמען אין סיי מיט די מלחמה גופא — וויבאלד זיי האבן נישט פארמאגט גענוג קאלאניעס. יעצט, ווען קאלאניעס זענען אונטערגעגאנגען און מלחמות האבן זיך געענדיגט, האט זיך דאס געפונען א צווייטן אויסלאז. אבער סוף כל סוף קומט עס צוריק צו היטן דעם סיסטעם פאר די עליטע.
אזוי אויך דא, ביי דער אינטערנעט־מערכה: די גאנצע מהלך איז כדי צו היטן דעם סיסטעם, וואס שטייט פארן מאנאפאל פון די עליטע.
איך געדענק, עמיצער האט געברענגט אז מעגליך דער רמב"ם האלט אז מצוות מעשיות זענען נאר פאר המון עם — והכל על מקומו מונח.