איר ברויכט נישט א מצוה? ווארפט עס אין מיסט!

האניג

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
99
רעאקציע ראטע
487
פונקטן
53
נאך אזויפיל לאנגע יארן האט די געשריי פון כלל ישראל ענדליך דערגרייכט די אויערן פון גאט. די אידן שרייען: "גענוג איז גענוג!" און דער אויבערשטער איז דא מיט א לעזונג.

אידן קרעכצן כסדר ווי שווער ס'איז צו זיין א איד. האסט אונז געגעבן צופיל מצוות, גע'אסר'ט צופיל זאכן, מיר קענען נישט אזוי סאך פארנעמען! די גוים לעבן א חיים טובים, און מיר לעבן מיט אסורים און תעניתים. מ'טאר נישט דאס, מ'טאר נישט יענץ, וויפיל איז די שיעור?

אבער ענדליך, וישמע אלקים את נאקתם. גאט האט געהערט די טענות, פארשטאנען די הערצער און צוגעזאגט צו ברענגען א טויש.

דער אויבערשטער האט גערופן זיינע גרעסטע מלאכים און זיי באפוילן אראפצושטעלן א גרויסע דאמפסטער אין צענטער פון שטאט. ס'איז נייע צייטן! וועלכע מצוה איר דארפט נישט, ווארפט אריין אין גארבידש און גאט וועט עס באוויליגן! כלל ישראל קריגט אבער בלויז איין טאג, פיר און צוואנציג שעה וואס מען קען אריינווארפן מצות אינעם גרויסן מיסט קאסטן. יעצט איז די צייט אוועקצואווארפן אלע מצות וואס איר שפירט אז ס'איז צו שווער און ס'שטערט אייך דאס לעבן.

א שטילע שמחה איז געווארן צווישן דעם המון. ס'האט טאקע נישט געפאסט זיך צו פרייען אין פובליק, אבער ווער וויל דען נישט פטור ווערן פון אפאר שווערע אסורים?

יענקל דרייט זיך איין צום גאס פונעם גרויסן מיטקאסטן און באגעגענט דארט זיין חבר משה. "משה! וואס האסטו דארט אריינגעווארפן?

משה פאררויטלט זיך, אבער ער ענטפערט אויפריכטיג: "איך וועל דיר זאגן די אמת, ס'איז מיר זייער שווער אז איך קען נישט נארמאל שמועסן מיט מיין שוויגער, שוועגערינס און סתם שכינות. יעדעס מאל דארף איך אראפקוקן אויפן פלאר און ס'איז סתם אזוי אומבא'טעמ'ט. איך האב געבעטן גאט אז ער זאל צוריקנעמען די איסור פון קוקן אויף א פרעמדע פרוי!"
משה שמייכלט און איז מסכים צו יעדעס ווארט. "איך פלאן אריינצוווארפן מיין קאפל און פיאות דארט" איז זיך משה מגלה דאס הארץ. "איך ברויך עס נישט"

יענקל קוקט אויף משה מיט פארדאכט. "משה ביסט אינגאנצן? כ'גלייב נישט אז גאט וועט מסכים זיין צו אזא באלד מאוו"

משה ציהט מיט די פלייצעס "גאט האט געזאגט אז מען קען אריינווארפן וואס מען וויל". ער יאגט זיך צום דאמפסטער, ויפן כה וכה וירא כי אין איש, און ער שליידערט אהין אריין דאס גאנצע אידישע לבוש.

א צווייטער גייט ארויס פון דערהיים בשעת זיין ווייב שטעלט אים אפ פרעגן וואו ער גייט. "כ'גיי צום גרויסן גארבידש קען וואס אונזער גוטע באשעפער האט אראפגעשטעלט, כ'וויל נאר זען די מצב וואס דארט טוט זיך... אז דו ווילסט קען איך עפעס טראגן פאר דיר...

"ס'איז נאר א נסיון פונעם אויבערשטן"... הייבט זי אן איבערזאגן וואס זי האט נארוואס געהערט אויף א האטליין... ער לאזט זיין ווייב רעדן און שלייכט זיך ארויס פון הויז.

ער לויפט צו צום גרויסן גארבידש קען און שטילערהייט ווארפט ער אריין די מצוה פון צניעות. 'אלעס האט א שיעור' טראכט ער צו זיך מיט פארלייכטערונג. 'גענוג מיט די צניעות משוגעת'ן, כ'ברויך עס נישט! רבונו של עולם, נעם עס צוריק!'

אראפגעלאדנט א שטיין פון הארץ און ער פוצט אפ פון שטח. ווייניג האט ער געוויסט אז אויף די אנדערע זייט שטייט זיין ווייב און שטילערהייט ווארפט זי דארט אריין די מצוה פון דאווענען מיט מנין. 'יעדן טאג גייט מיין מאן ארויס פאר אזוי לאנג בלויז ווייל ער דארף דאווענען מיט מנין' פרובירט זי זיך צו בארואיגן די געוויסן פארן אוועקווארפן אזא חשוב'ע מצוה. 'ער האט קיינמאל נישט צייט פאר מיר, אייביג אנטלויפט ער פון הויז צו כאפן די מנין. מיר ברויכן נישט די מצוה, אריין אין גארבידש!'

אזוי איז די דאמפסטער געווארן פולער און פולער. דער עולם האט אריינגעווארפן יעדע מצוה וואס קומט אן שווער און רוב האבן זיך אפילו נישט געפילט שלעכט. אמער, גאט אליינס האט דאך דאס פארגעשלאגן ווייל ער האט אזוי ליב זיין פאלק.

דער עולם איז אוועקגעגאנגען פון דארט מיט א לייכטע הארץ, סאך רואיגער. אן עול אראפ פון קאפ. אזא גוטע באשעפער האבן מיר...

אדורך איז דער טאג און די מלאכים קומען צו גיין. ביי דעם פונקט איז שוין דער קאסטן געוועזן איבערגעפולט ביז אויבן און די מלאכים האבן עס ארויפגעשלעפט אויבן אין הימל. מיט גרויס יראה און עהרנפארכט שטעלן זיי אראפ דעם אנגעפולטן קאסטן הארט ביים כסה הכבוד פארנט פונעם מלך מלכי המלכים.

דער אויבערשטער, כביכול, גייט צו צום קאסטן און קוקט אריין אינעווייניג. ער קוקט דורך אלעס וואס דארט ליגט און דרייט זיך אויס צו די מלאכים מיט גרויס וואונדער:

"וואס האט עטס מיר דא געברענגט? איך דערקען דאס נישט! איך ווייס נישט וואס דאס איז, אבער עס זענען נישט מיינע מצוות!"

"קיין איין מצוה וואס ליגט דא האב איך זיי נישט געגעבן!!!"
 
wow wow!!!

דאס איז דאך ממש זיס ווי @האניג אין פילן זין פון ווארט!!!
הערליך שיין! מייסטערהאפטיג!
אויב די קענסט יא......

האסט א טאלאנטפולע פעדער!!! קיפ אן!
 
יעדעס ווארט איז אמת ויציב.
א דאנק @שגור פון טיפן הארצן פארן ארויסברענגן מיינס (און יעדעמ'ס) געפילן. 😘
(כאטשיג איך האב דיר קיינמאל געבעטן עס צו שרייבן, אבער איך פיל אז דו האסט עס ריכטיג ארויסגעברענגט. שאוטאוט🎉.)
 
נוסחא אחרת
געקומען א אידל און אריינגעווארפן לא תעברו אש בכל מושבותיכם ביום השבת
א צווייטער האט אריינגעווארפן איסור נדה
א דריטער האט אריינגעווארפן חיוב תלמוד תורה
און אזוי ווייטער די תרי"ג מצות. נעבעך.

און גאט האט געזאגט דאס איז פונקט ווי די אנדערע זאכן

יוש זאגסטו גוט!!!!....
ס'שרייט פון זיך אליינס!!!
 
ליטל דיד שי קנאו אז איינמאל ער ווערט פטור פון איר צניעות, וועט ער שוין איר מער נישט געבן דעם עקסיוז פון מנין🤣
 
"ס'איז נאר א נסיון פונעם אויבערשטן"... הייבט זי אן איבערזאגן וואס זי האט נארוואס געהערט אויף א האטליין... ער לאזט זיין ווייב רעדן און שלייכט זיך ארויס פון הויז.

ער לויפט צו צום גרויסן גארבידש קען און שטילערהייט ווארפט ער אריין די מצוה פון צניעות. 'אלעס האט א שיעור' טראכט ער צו זיך מיט פארלייכטערונג. 'גענוג מיט די צניעות משוגעת'ן, כ'ברויך עס נישט! רבונו של עולם, נעם עס צוריק!'

אראפגעלאדנט א שטיין פון הארץ און ער פוצט אפ פון שטח. ווייניג האט ער געוויסט אז אויף די אנדערע זייט שטייט זיין ווייב און שטילערהייט ווארפט זי דארט אריין די מצוה פון דאווענען מיט מנין. 'יעדן טאג גייט מיין מאן ארויס פאר אזוי לאנג בלויז ווייל ער דארף דאווענען מיט מנין' פרובירט זי זיך צו בארואיגן די געוויסן פארן אוועקווארפן אזא חשוב'ע מצוה. 'ער האט קיינמאל נישט צייט פאר מיר, אייביג אנטלויפט ער פון הויז צו כאפן די מנין. מיר ברויכן נישט די מצוה, אריין אין גארבידש!'
איך פארשטיי נישט פארוואס זי האט נישט אריינגעווארפן די נער'ישע האטליין.... 😂
 
@האניג איך ליין אין ליין, איך ווארט איינער זאל שוין אוועקווארפן עפעס פון די ריל סטאף, אשת איש, משכב זכר, אין גארנישט,
ביז כ'בין אנגעקומען צי די לעצטע שורה אין אלעס איז געפאלן אין פלאץ זייער שיין!
 
דיסקלעימער, איך וואלט נישט געלאזט מיין ווייב גיין צום דאמפסטער, איך האב מורא זי וועט אריינווארפן די "מצוה" אליין
 
איך האב געמיינט אז דו האסט מורא אז זי וועט נאך כאפן יענעמס געדאמפּטע מצוות
 
נוסחא אחרת
געקומען א אידל און אריינגעווארפן לא תעברו אש בכל מושבותיכם ביום השבת
א צווייטער האט אריינגעווארפן איסור נדה
א דריטער האט אריינגעווארפן חיוב תלמוד תורה
און אזוי ווייטער די תרי"ג מצות. נעבעך.

און גאט האט געזאגט דאס איז פונקט ווי די אנדערע זאכן
"קיין איין מצוה וואס ליגט דא האב איך זיי נישט געגעבן!!!"
איר קענט מסביר זיין?
 
איר קענט מסביר זיין?
עס איז א פעראדיע אויפן פותח האשכול, און קומט זאגן אז אפילו די עכטע מצוות האט גאט ברוך היא נישט געגעבן, בקיצור ער מיינט מרמז צו זיין כפירה.
גאנץ א גוטן פעראדיע אבער אינעם ראָנג שנירל.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top