אנקעטע איר האגט אדער קישט די ווייב ווען די קינדער זעען?

איר האגט אדער קישט די ווייב ווען די קינדער זעען?

  • ניין

    Votes: 52 41.6%
  • אונז כאפן זיך ניטאמאל אן

    Votes: 17 13.6%
  • יא, אבער נישט עפעס מורה'דיג

    Votes: 32 25.6%
  • יא, נאו פראבלעם

    Votes: 9 7.2%
  • אונז קישן זיך אפילו די מויל פראנט פון זיי

    Votes: 15 12.0%

  • Total voters
    125
בשיטה יא, אבער מיין ווייב האלט נישט דערפון...
דאס איז די סיבה פארוואס די מערהייט פון די אנקעטע איז ניין
וואס איך האב מורא איז אז ווען זיי זעען נישט איז די ליבע אויך נישט ווער ווייסט וואס....
איך פערזענליך האב שוין באקומען פיטבעק זייענדיג אויף געסטעריי......
 
ניין

געמער איין ריעזאן פארוואס די זאלסט באקומען א מארנינג וואד דערפון

סשטעלט זיך דיר אויף ווען די זעהסט חתן כלה אראפשפאצירן פונען חופה האלטנדיג די הענט, אדער ווען די כאפטס א שפאציר אין טיימס סקווער אין די זעהסט האגס און קישעס לרחצה?

נעם דיר אריין קאפ, סאיז א נארמאלע זאך ביי יעדעם!
אחוץ היימישע מאנסי בארא פארק חסידיש קאפלס....(כאפ מיר נישט ביים ווארט... KJ איז אויך אינקלוידעדט....)
גראדע ליטואים אויך נאר ביי די מעדערנע.... מיין מדריך האט מיר געזאגט נאך די חתונה אז ווען איך גיי שפאצירן מיט מיין ווייב און מיר שפאצירן אין א געגענט וואו אידן זעען נישט. זאל איך האלטן איר הענט ....
לכאורה די סיבה פארוואס רוב אירע אין וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי לעיקוואוד מאנטריאל לינדען קרית יואל סקווירא טאהש נייטרא קאשוי איז ווייל מען וויל נישט מען זאל וויסן ווען מען איז אין די ריינע טעג און ווען נישט
אבי מען האט דאס ארויפגעקלעבט אויף גער ווען ביז דערווייל זע איך אז אלע אנדערע חסידות זענען בכלל נישט בעסער....
אבער איך מיין אז אפילו ביי די מאדערענע איז עס מער א סימבאלישע זאך ווייל זיי טוען עס נישט טאג און נאכט....
און דאס וואס חתן כלה האלטן די הענט האט גארנישט מיט חיבה עס איז א חלק פון די קנין פון נשיאון אז יעדער זאל וויסן "מיר זענען פארהייראט" ( אזוי האב איך געהערט פון רב שמואל ניימאן)
 
אבער איך מיין אז אפילו ביי די מאדערענע איז עס מער א סימבאלישע זאך ווייל זיי טוען עס נישט טאג און נאכט..
זיי מסביר
און דאס וואס חתן כלה האלטן די הענט האט גארנישט מיט חיבה עס איז א חלק פון די קנין פון נשיאון אז יעדער זאל וויסן "מיר זענען פארהייראט" ( אזוי האב איך געהערט פון רב שמואל ניימאן)
איך האב געמיינט די קאנצעפט דערפון
 
מיר פירן זיך יא צו קושן פארנט פון די קינדער און מען מאכט נישט קיין מצב דערפון, די קינדער ווייסן אז זיי קושט מען אויף די בעקעלעך און מאמי קושט מען אויפן מויל, ווילאנג מען מאכט נישט קיין מצב דערפון איז עס נישט אויפפאלנד.

אגב, אין תימן פלעגן די קינדער וויסן אז די מאמע זיצט אויף א ספעציעלע בענקל בימי נידתה אלס טומאת מדרס, עס איז געווען א נארמאלע זאך ביז יהדות תימן האט עמיגרירט (קען זיין אז אינדיווידועלע משפחות האלטן נאך דעם מנהג)
 
בכלל ביי די ספרדים איז מען מער אפען צו דיסקאוסען
די טהרה פון בנות ישראל ,ביי זיי איז דער מנהג אז די ערשטע ליל טבילה אלץ כלה פאר די חתונה מאכט מען א סעודה מיט קרובים און מען איז מחשיב די טבילה ווי א מיילסטאון פאר די חתונה, און היינו דאהנו להו, אז ביי זיי
איז מען אפגעהיטען אין טהרת משפחה אויך דארט ווי שמירת שבת איז נישט כהוגן .
 
מיר פירן זיך יא צו קושן פארנט פון די קינדער און מען מאכט נישט קיין מצב דערפון, די קינדער ווייסן אז זיי קושט מען אויף די בעקעלעך און מאמי קושט מען אויפן מויל, ווילאנג מען מאכט נישט קיין מצב דערפון איז עס נישט אויפפאלנד.

אגב, אין תימן פלעגן די קינדער וויסן אז די מאמע זיצט אויף א ספעציעלע בענקל בימי נידתה אלס טומאת מדרס, עס איז געווען א נארמאלע זאך ביז יהדות תימן האט עמיגרירט (קען זיין אז אינדיווידועלע משפחות האלטן נאך דעם מנהג)
א גוטן פורים!

וואויל איז דיר אז די ליבע ביי דיר איז אהבה רבה, און עס זאל זיין אהבת עולם לאורך ימים ושנים - און מען קושט זיך אין פראנט פון די קינדער.

מען קען אויך קאנסידערן די הלכה אין שלחן ערוך אבן העזר אין הגהת רמ"א, וי"א דאין לנהוג אפילו עם אשתו דברים של חיבה כגון לעיין בראשו אם יש לו כינים בפני אחרים, איז לויט דעם ווען די קינדער ווערן גרעסער און פארשטייען עניני אישות קען מען נישט קושן אין פראנט פון זיי, וועט אויסקומען אז ביי א סערטען עידזש ווערט עווענטועל פראבלעמאטיש זיך צו איינפירן צו קושן אין פראנט פון קינדער, סאו איז מער פראקטיש צו מייחד זיין די נשיקות פיהו ווען עס איז הביאני המלך חדריו.
 
איינער ווייסט וויאזוי די ליטווישע פירן זיך?
וויאזוי קען איך מסביר זיין מיין ווייב אז עס איז דא מענטשן וואס די קינדער זעהן ווי מען האט זיך
 
מיר איז נישט נוגע וויאזוי די ליטווישע פירן זיך
אויב מעג מען און ביידע ווילן איז נישטא קיין פראבלעם.

זאלסט נאר וויסן אז ליטווישע זענען אסאך מאל פיל ערגער ווי די חסידים.
 
קודם זאל מיין ווייב זיך אנטוהן ווי די ליטווישע איך וועל זיכער זיין מער צופרידן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

איך קען ליטווישע וואס גייען אנגעטוהן מער צניעות'דיג ווי אסאך חסידישע, אפשר ווילסטו בעסער מאדערן חסידיש.
 
א גוטן פורים!

וואויל איז דיר אז די ליבע ביי דיר איז אהבה רבה, און עס זאל זיין אהבת עולם לאורך ימים ושנים - און מען קושט זיך אין פראנט פון די קינדער.

מען קען אויך קאנסידערן די הלכה אין שלחן ערוך אבן העזר אין הגהת רמ"א, וי"א דאין לנהוג אפילו עם אשתו דברים של חיבה כגון לעיין בראשו אם יש לו כינים בפני אחרים, איז לויט דעם ווען די קינדער ווערן גרעסער און פארשטייען עניני אישות קען מען נישט קושן אין פראנט פון זיי, וועט אויסקומען אז ביי א סערטען עידזש ווערט עווענטועל פראבלעמאטיש זיך צו איינפירן צו קושן אין פראנט פון קינדער, סאו איז מער פראקטיש צו מייחד זיין די נשיקות פיהו ווען עס איז הביאני המלך חדריו.
דער דיין דקהילתנו איז אזוי איידל מעורר...
דער אמת איז אז איך האלט נישט אז ארויסווייזן טרוקענע אהבה אן קיין מצב איז א פראבלעם אפילו אויב די קינדער זענען עלטער (איך האלט נאכנישט דארט, אפשר וועט זיך דער מצב טוישן...) דאס אז זיי וועלן געוואויר ווערן שפעטער וואס עס האט געמיינט ווען די עלטערן קושן זיך, האפנטליך וועט עס זיין ביי א מצב וואס איז זיי אויך נוגע און זיי וועלן עס געבן פאר זייער מאן/ווייב אויך
 
מדארף עס ארויסרייסן מיטן שורש!
דו באקומסט א קישוי דערפון, גיי זעה א טעראפיסט

למען הקאטשקעס, דאס איז א נארמאלע אקט וואס יעדע (נארמאלע) קאפל אויפן וועלט טוט פאר די מאן אדער פרוי גייט ארויס צו די ארבעט....
א טעראפיסט? יעדער האט זיך זיינע זאכן וואס צינדט אים אן. ביי איינעם קען עס זיין דווקא א מילדע ארויס פונעם שלאף צימער אקט...

וואס גייט א טערעפיסט טון? און וואס איז די פראבלעם?
 
look @אביסל ליבע האט געגעבן א תירוץ פאר די מנהג פון זיך נישט קישן אין פראנט פון די קינדער איז וויבאלד קיש ברענגט קישוי.

אויף דעם ארויף זאגט ברק אז דאס אז ס'ברענגט דיר צו קישוי איז נישט קיין תירוץ ווי די מגיד שיעורים פלעגן זאגן, דאס איז אליינס א קשיא.

ס'איז א חלק פון די פראבלעם אז מ'קוקט אן די ווייב ווי א ס*קס אבדזשעקט, פארשטייט זיך מ'רעדט נישטא פון א פרענטש קיש, מ'רעדט פון א טריקענע קיש.

קישוי נאך קיש = קשיא (אייגנס)
 
א חבר זאגט מיר אז ער גייט נישט שיפלען בי א פלאץ ווי ס'דא נאך אידן, ער וויל נישט יעדער זאל וויסן אז זיין ווייב איז יעצט ריין.

מי כעמך ישראל!
 
דעיס איז מער א בין אדם לחבירו זאך. זאלן יענע נישט זיין דזשעלעס
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
look @אביסל ליבע האט געגעבן א תירוץ פאר די מנהג פון זיך נישט קישן אין פראנט פון די קינדער איז וויבאלד קיש ברענגט קישוי.

אויף דעם ארויף זאגט ברק אז דאס אז ס'ברענגט דיר צו קישוי איז נישט קיין תירוץ ווי די מגיד שיעורים פלעגן זאגן, דאס איז אליינס א קשיא.

ס'איז א חלק פון די פראבלעם אז מ'קוקט אן די ווייב ווי א ס*קס אבדזשעקט, פארשטייט זיך מ'רעדט נישטא פון א פרענטש קיש, מ'רעדט פון א טריקענע קיש.

קישוי נאך קיש = קשיא (אייגנס)
דרך מליצה איז דא אין תלמוד בבא מציעא א מילתא דאמרי אינשי איסתרא בלגינא קיש קיש קריא, טייטש אז א פעני וואס ליגט אין א פושקע מאכט א גערודער מיט א קול יעדענס מאהל וואס מען שאקעלט עס , א זאך וואס איז ביליג לאזט זיך הערן, א דולר הערט מען נישט ,
ביי ליבע איז ענדליך, ווי מער עס איז אהבה עזה,מער איז עס באהאלטען און מער עקסייטינג ,די פרייוועסי און סיקרעסי מאכט די התדבקות מער אינטענס און שטארקט מער די אולטימעיט קאונעקשען ביי אינטימעסי ,כך יש לומר בדרך אפשר .
 
פ
א חבר זאגט מיר אז ער גייט נישט שיפלען בי א פלאץ ווי ס'דא נאך אידן, ער וויל נישט יעדער זאל וויסן אז זיין ווייב איז יעצט ריין.

מי כעמך ישראל!
פרעג עם צו ער לאזט איר ווערן פרעגנענט?
 
Back
Top