אונז ווילען טאקע קרעמל זאל בלייבן און איבערנעמען די וועלט מיט אן שטורעם. מיר ווילען אז די הייסטע נושאים אויפן טיש זאלען ווערען דיסקוסירט דא. אבער אויף צו סעטן די רעקארד סטריט פאר א ריעליטע טשעק אן רעטאריק און קעמענטערי, בינך נייגעריג צו סיי ווער קען ענטפערן יא/ניין און בלויז יא/ניין אויף דו פאלגענדע שאלות:
צו האט דאנאלד טראמפ א רעכט צו פרייהייט, און א רעכט צו עקספרעסן זיין פרייהייט און קאמפיינען ברבים וועגען זיין פרייהייט, אפילו ער איז קאנוויקטעד אויף קריים ?
צו האבן דו רבנים אין אמעריקא געהאט א רעכט צו פרייהייט, און א רעכט צו מארשירן אין 1944 לטובת זייער ברודער וואס זענען פרעמדע בירגער אבער ווילן זיך ראטעווען קיין אמעריקא?
צו האבן ציווילע אמעריקאנער בירגער א רעכט צו פרייהייט, און א רעכט צו אויסדריקן זייער קאנסטיטוציאנאלע פרייהייט ברבים אויף סאשאל מידיא, עדיטאריעלס אין דער איד, אדער דורך מארקעטינג פריינטליכער וועג ?
די נושא פון לגב"ט איז א ציווילע פרינספול פון מענטשן רעכט עס הסוף. די זעלבע רעכט פארוואס קובע זיין עלעקשאנס אויף ראש השנה ווערט געפסלט ווייל עפעס א ציווילער גרופ זיצט אין שול מיטן טלית איבערגעדעקט, ווייל זיי זענען בארעכטיגט צו עקספרעסן זייער פרייהייט.
הרבה קולמסין נשתברו אויף דעם פרשה, אבער באופן יא/ניין איז רעכט א רעכט מיסודו, דאס אינקלוד אויסדרוק פון פרייהייט. אז מ'האט געענפערט יא/ניין אויף די אויבערשטע קשיות וועט די יא ניין פונקט אזוי אפלייען צו לגבט.
אז איינער קען דאס נישט אראפשלינגען עד הסוף איז דאס נישט מצד מאראלס מיט רעכטן, ס'איז פשוטע זענעפאביע אדער קאווארדיש צום בעסטן. מיר קענען האבן און וועלען האבן אלע מיני דיסקאשענס דערוועגן, אבער די טריקענע פאקטן איז יא אדער ניין. און די ענטפער איז אז זיי האבן אלע רעכטן און פרייהייט אפילו זיך אויף טוהן רבים, ווי ווער נישט. אז איינער קען דאס נישט אראפשלינגן פונקט ווי ביי אנדערע גרופע אין דער וועלט, איז ער אין דינייעל.
די פלא איז אז ס'איז אפילו א נושא בכלל. ווען ישיבת חובבי תורה האט זיך ארויסגעשטעלט לטובת נשים און געשטיצט נשים אלס רבנות האבן נישט צופיל פון אונז געהאט טענות. ווען הרב אבי ווייס האט געטשעלענדזשד די רבנות, נישט קיין חילוק צו ער איז גערעכט, האמיר אונז פיין הנאה. אדרבה, ווען רבנים ווי אונזער הרב ישכר כץ שלעפט אונז ארויס פון אלטע אייראפעאישע אימפארטירטע צוקוועטשטקייט אפאלאדירט מען עם.
ס'איז צייט אויף צו הערן "מורא" האבן פון זאכן וואס זענען פרעמד. אלס איז יא/ניין. אויב טיעף און טייער וויל מיר אונז פרייהייט, פארוואס איז בכלל א שאלה ביי לגבט?
מיר וואלטן געדארפט זיין די ערשטע דאס צו שטיצן.