ירושלים להט"ב מארש

די מות יומת איז דיין פערזענליכער תפקיד?
עונשים איז נישט דיין געשעפט.
וועגען דעם קענסטו נישט זיך אויף פירן ווי א מענטש און געבן פלאץ פאר יענעם'ס עקזיסטענץ?
פיין, אבער שטיצן אזא זאך איז קלאר שטיצן עפעס וואס איז קעגן די תורה.

מען קען געבן ריספעקט פאר א מחלל שבת אויך, אבער שטיצן זיין חילול שבת איז שוין א צווייטע זאך.

איך זע נישט וויאזוי איינער קען סיי זיין אן ארטאדאקסישע איד און סיי פאקטיש שטיצן חילול שבת. די זעלבע מיט להטבי"ם.
 
אפי' איינער וואס איז יוצא ליסקל ע"י בי"ד האט אויכעט רעכטן און כבוד הבריות, עיין חז"ל.

ס'האט נישט איינס אונז מיטן צווייטען, פארקערט די חכמה איז יא צו זיין א מענטש אפילו כלפי א חוטא

----------
נישט געוויסט אז אויסמעקן א פסוק אין תורה איז אן אפציע...
די אפציע פון אויסמעקן א פסוק אין די תורה איז אן אפציע וואס די רעפארמער טוען.

די מהלך ארבעט נאר אויב נעמט מען אן אז די גאנצע תורה איז בעצם נישט די ווארט פון גאט און מיר היטן עס נאר אלץ טראדיציע, וא"כ קען מען אויסמעקן די נישט רעלעוואנטע אדער צוריקגעשטאנענע חלקים.

אדער קען מען נעמען דעם תורה לאו בשמים הוא צו אזא עקסטרעם, אז מען קען אפילו אויסרייסן לאווין בקום ועשה.

דארפן זיך נאר די רבנים טאקע צאמנעמען און עוקר זיין די פסוק פון 'ואת זכר' פון די תורה.
 
פונקט, טאקע פונקט, פארקערט.

דאס אז ס'איז דאס ווארט פון גאט איז די באזיס פון עס געבן נייע מיינונגען בכל דור ודור. האמת לשעתה.

העט עס ווען געווען מעשה בשר ודם, מיט א שמאלן פארצייטישן וועלט-אויסקוק - האט טאקע נישט קיין פשט צו טרעפן זייער רעלעוואנטקייט ווען זאכן טוישן זיך.
 
זיי דיך מסביר ביטע.

אז ס'איז געשריבן דורך מענטשן, דאן אויב איז עפעס נישט רעלאוואנט, דאן ווארף עס ארויס פון פענצטער.

אויב אבער האט עס גאט געשריבן דאן וויאזוי קען זיך עס טוישן?

האסט אן אפענע פסוק אז גאט געפעלט נישט אזא אקט און טיילט צי מיתה דערפאר. וויאזוי קען מען עס בכלל ספינען?
 
פארוואס קוקט מיך אויס אז מען איז גונב דעת דא? ממ"נ אויב איז די תורה געטליך איז נישט דא קיין וועג צו לייקענען א קלארע פסוק וואס איז לכה"פ "האמאפאביש" (חוץ אויב גאט ווערט מער אויפגעקלערט מיט די צייט) און אז די תורה איז מען-מעיד דארף מען נישט די אלע שיינע פשעטליך. איך וואלט געוועט אז רוב וואס שטיצן דא האלטן די צווייטע אפציע
 
ס'איז דא אזא מהלך אז די תורה איז לכתחילה געגעבן געווארן אויף א אופן אז ס'זאל זיך איוואלווען לויט די גייסט פון די דור. ס'איז גאנץ א גוטע ספין צי פארענטפערן אסאך מאראלישע קשיות
 
נישט קיין ספין. ס'איז פשוט אזוי. די תורה איז געמאכט צו פרעגן קשיות, און אויף קומען מיט חידושים.
 
זיי דיך מסביר ביטע.

אז ס'איז געשריבן דורך מענטשן, דאן אויב איז עפעס נישט רעלאוואנט, דאן ווארף עס ארויס פון פענצטער.

אויב אבער האט עס גאט געשריבן דאן וויאזוי קען זיך עס טוישן?

האסט אן אפענע פסוק אז גאט געפעלט נישט אזא אקט און טיילט צי מיתה דערפאר. וויאזוי קען מען עס בכלל ספינען?
אז דו בעטסט אזוי שיין...

כ'האב אוודאי געמיינט בכלליות, אז טרעפן באדייט אין ספרי התנ"ך איז טאקע צוליב זייער נצחיות זייענדיג דאס ווארט פון גאט.

ספעציפיש בנוגע משכב זכר איז דער איסור פעסט און קלאר, אבער דער געדאנק איז רעלעוואנט דא אויך.

ס'איז דא איבער גענוג מקום אינערהאלב די אומזעבארע ארטאדאקסישע ליניעס אריינצולייגן מער דעליקאטיטעט און פארשטאנד אין דעם נושא.

אנגעהויבן, ווי שוין געשריבן, מיט'ן אוועקנעמען דעם מאראלישן וואג פונעם איסור - כ'מיין אז דו קענסט זיין אן ארטאדאקסישער איד און האלטן אז עבדות איז אוממאראליש, זע איך נישט פארוואס זאלסט מוזן האלטן אז משכב זכר איז אוממאראליש.

פארקערט, זאגן אז דער פסוק איבער משכב זכר איז "האמאפאביק", מוז לדעתי קומען פון א טיפן פארשטאנד אין דער קולטורעלער גייסט אין וואס דער פסוק איז געשריבן געווארן - א היבש רעפארמיסטישער געדאנק; אן ארטאדאקסישער איד זעט א געטליך ציווי נישט צו טון משכב זכר - און האט נישט עכט קיין מקור פאר מער.

והשנית, והוא העיקר: די תורה אסר'ט נישט צו האבן זעלבער-דזשענדער ''נייגונגען''. אין פאקט באשאפט גאט יערליך ארום ביז צען פראצענט מענטשן מיט די סארט נייגונגען.

א מענטש ווערט נישט קיין האמאסעקסואל מיט'ן עובר זיין אויף משכב זכר, ער ווערט אזוינס מיט'ן פארמאגן די נטיות.

און דאס איז פון די סאמע צילן פון דער להט"ב באוועגונג: אנערקענונג און גלייכבארעכטיגקייט פאר מענטשן מיט די נייגונגען.

און ווי געזאגט, וויאזוי א הומו דתי ספראוועט זיך איז שוין טעכנישע הלכות וואס ציט זיך אויף א גאנץ גרויסן ספעקטרום, אבער ער פארדינט אנערקענונג און אקצעפטירונג פאר זיין סעקסועלן אידענטיטעט.

כ'האף אז כ'בין גענוג קלאר.

במאמר המוסגר: דאס אלעס האט גארנישט מיט דעם פאליטישן חלק און די מאדנע פריאריטעטן וואס מ'טרעפט צומאל ביי דער ליבעראלער זייט פון פאליטיק.
 
נישט קיין ספין. ס'איז פשוט אזוי. די תורה איז געמאכט צו פרעגן קשיות, און אויף קומען מיט חידושים.
איז וואס ווילסטו פון די תורה? דארפסט נישט אריינקוועטשן חסידישע פרפראות אין די תורה קענסט עס זאגן בשם עצמך
 
מיט דעם קשיא קענסטו אפפרעגן גאנץ ש״ס.
 
איז וואס ווילסטו פון די תורה? דארפסט נישט אריינקוועטשן חסידישע פרפראות אין די תורה קענסט עס זאגן בשם עצמך

אלע ראשונים לערנען אייניג אז תורה איז געמאכט צו אקאמאדעיטן די איוואלוומינט פון די וועלט. א פלא גאר, ס'איז איין זאך וואס א יעדער פון זיי אגריען אויף.

איי זייערע פשעטליך וואס זענען זיך סותר?
דו אלע חילוקים אין עיקרי אמונה, נישט קיין חילוק ווי אזוי מ'טיילט זיי, זענען נאָר קליינע חילוקים

עכ"פ, האסט א ברירה נישט גורס זיין תושבע"פ'ס אייגענע נגיעות'דיגע פשטים, אדער קענסט עס נוצן פארדיר אז אויב זיי דרייען מעג איך אוודאי אויך דרייען.

👈די צווייטע אפשאן ארבעט בעסער...
 
נישט קיין ספין. ס'איז פשוט אזוי. די תורה איז געמאכט צו פרעגן קשיות, און אויף קומען מיט חידושים.
מען קען פרעגן קשיות, אבער מען קען נישט אליין גיין און סתם עוקר זיין קיין פסוקים פון די תורה.
 
אוודאי קען מען, שוין געוועהן אמאל אן אשכול דערוועגן אין קאוועשטיבל זז״ג
 
אז דו בעטסט אזוי שיין...

כ'האב אוודאי געמיינט בכלליות, אז טרעפן באדייט אין ספרי התנ"ך איז טאקע צוליב זייער נצחיות זייענדיג דאס ווארט פון גאט.

ספעציפיש בנוגע משכב זכר איז דער איסור פעסט און קלאר, אבער דער געדאנק איז רעלעוואנט דא אויך.

ס'איז דא איבער גענוג מקום אינערהאלב די אומזעבארע ארטאדאקסישע ליניעס אריינצולייגן מער דעליקאטיטעט און פארשטאנד אין דעם נושא.

אנגעהויבן, ווי שוין געשריבן, מיט'ן אוועקנעמען דעם מאראלישן וואג פונעם איסור - כ'מיין אז דו קענסט זיין אן ארטאדאקסישער איד און האלטן אז עבדות איז אוממאראליש, זע איך נישט פארוואס זאלסט מוזן האלטן אז משכב זכר איז אוממאראליש.

פארקערט, זאגן אז דער פסוק איבער משכב זכר איז "האמאפאביק", מוז לדעתי קומען פון א טיפן פארשטאנד אין דער קולטורעלער גייסט אין וואס דער פסוק איז געשריבן געווארן - א היבש רעפארמיסטישער געדאנק; אן ארטאדאקסישער איד זעט א געטליך ציווי נישט צו טון משכב זכר - און האט נישט עכט קיין מקור פאר מער.

והשנית, והוא העיקר: די תורה אסר'ט נישט צו האבן זעלבער-דזשענדער ''נייגונגען''. אין פאקט באשאפט גאט יערליך ארום ביז צען פראצענט מענטשן מיט די סארט נייגונגען.

א מענטש ווערט נישט קיין האמאסעקסואל מיט'ן עובר זיין אויף משכב זכר, ער ווערט אזוינס מיט'ן פארמאגן די נטיות.

און דאס איז פון די סאמע צילן פון דער להט"ב באוועגונג: אנערקענונג און גלייכבארעכטיגקייט פאר מענטשן מיט די נייגונגען.

און ווי געזאגט, וויאזוי א הומו דתי ספראוועט זיך איז שוין טעכנישע הלכות וואס ציט זיך אויף א גאנץ גרויסן ספעקטרום, אבער ער פארדינט אנערקענונג און אקצעפטירונג פאר זיין סעקסועלן אידענטיטעט.

כ'האף אז כ'בין גענוג קלאר.

במאמר המוסגר: דאס אלעס האט גארנישט מיט דעם פאליטישן חלק און די מאדנע פריאריטעטן וואס מ'טרעפט צומאל ביי דער ליבעראלער זייט פון פאליטיק.
בנוגע דאס וואס דו שרייבסט אז די גאנצע מאוומענט איז בעיקר פאר די נייגונגען איז לכאורה נישט אמת.

סתם אנערקענען אז מענטשן האבן נייגונגען? די עיקר אגענדע איז אז מען זאל אנערקענען די אקט פון חתונה האבן.
 
אוודאי קען מען, שוין געוועהן אמאל אן אשכול דערוועגן אין קאוועשטיבל זז״ג
די חכמים דארפן עס עוקר זיין, עס ווערט נישט מותר ווען איינער איז מחליט אז ער איז עובר אויף דעם.

אדרבה, ברענג מיר א תשובה פון א רב וואס איז מתיר.
 
אלע ראשונים לערנען אייניג אז תורה איז געמאכט צו אקאמאדעיטן די איוואלוומינט פון די וועלט. א פלא גאר, ס'איז איין זאך וואס א יעדער פון זיי אגריען אויף.

איי זייערע פשעטליך וואס זענען זיך סותר?
דו אלע חילוקים אין עיקרי אמונה, נישט קיין חילוק ווי אזוי מ'טיילט זיי, זענען נאָר קליינע חילוקים

עכ"פ, האסט א ברירה נישט גורס זיין תושבע"פ'ס אייגענע נגיעות'דיגע פשטים, אדער קענסט עס נוצן פארדיר אז אויב זיי דרייען מעג איך אוודאי אויך דרייען.

👈די צווייטע אפשאן ארבעט בעסער...
תורה שבעל פה איז נישט אז די חכמים זאגן אז געוויסע פסוקים זענען מער נישט נוגע. זיי קומען מסביר זיין די פסוקים אויף געוויסע אופנים.
 
Back
Top